נאַום נים. "גאָטעניו, זאָל זײַן אַזוי...".
מאָסקווע׃ "קאָרפּוס", 2011
דער מחבר און אַמאָליקער סאָוועטישער דיסידענט נאַום נים (נחום יעפֿרעמאָוו) באַשרײַבט אינעם דאָזיקן רירעוודיק–שיינעם בוך זײַנע קינדער־יאָרן אין באָגושעווסק, אַ שטעטל אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער שאָטן פֿון דער מלחמה, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט דאָס גאַנצע ווײַסרוסישע ייִדנטום און געבראַכט אַ סך צרות פֿאַר אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, באַגלייט די דערציילונג אַפֿילו אין סאַמע גליקלעכע מאָמענטן, אָבער פֿאַרשטערט ניט די נאַטירלעכע קינדערשע פֿרייד.
ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל, בלײַבט נים אַן אָפּטימיסטישער מענטש. זײַן בוך דערציילט וועגן פֿיר חבֿרים, וועלכע שטאַמען פֿון פֿאַרשידענע שיכטן פֿון דער פּראָווינציעלער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. איינער איז אַן אָרעמער יתום, וואָס איז פֿאַרבליבן אַליין מיט אַן אַלטער באָבען. דער צווייטער איז להיפּוך, דער זון פֿון אַן אָרטיקן סאָוועטישן נאַטשאַלניק און דער דריטער וווינט מיט דער מאַמען, וואָס אַרבעט אויף אַלע כּלים, כּדי צו געפֿינען זיך אַ פּאַסיקן מאַן. דער פֿערטער איז דער דערציילער אַליין, איינער פֿון די געציילטע ייִדן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אינעם שטעטל נאָכן חורבן. ווי דאָס רובֿ קינדער אינעם שטעטל איז ער אויך אַ יתום, וואָס וואַקסט אָן דעם טאַטן.
דאָס בוך שילדערט געשמאַקע גליקלעכע טעג פֿון קינדערשער פֿרײַהייט, וואָס זײַנען אָנגעפּאַקט מיט כּלערליי שפּיצלעך און לצנות. אָנגעשריבן אויף אַ זאַפֿטיקן רוסישן לשון, באַזאַלצט מיט ווײַסרוסישע ווערטלעך, האָט דאָס דאָזיקע בוך זייער אַ קנאַפּן ייִדישן "אינהאַלט", און דאָך איז דאָס איינע פֿון די רײַכסטע מעמואַרן וועגן סאָוועטישער ייִדישער קינדהייט, וואָס זײַנען אַרויס אויף רוסיש אין די לעצטע יאָרן.
נימס בוך איז ממשיך די סעריע פֿון סאָוועטישע קינדער־זכרונות, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער בײַ דעם רוסישן עולם. צווישן די סאַמע דערפֿאָלגרײַכע ביכער פֿון דער סעריע זײַנען מעמואַרן פֿון צוויי ייִדישע פֿרויען, ליליאַנאַ לונגינאַ און נינאַ שנירמאַן. איצט ווערן זיי דערגאַנצט מיט אַ "ייִנגלישן" קוק אויף דעם סאָוועטישן אַמאָל.
אין תּוך גענומען שילדערט דער מחבר זײַן אייגענעם וועג פֿון אַ ייִדישן שייגעץ צו אַ סאָוועטישן דיסידענט. צוזאַמען מיט זײַנע חבֿרים רעבעלירט ער קעגן דעם נודנעם און דערשטיקנדיקן לעבנס־שטייגער. פֿונעם קינדישן פּראָטעסט־אינסטינקט וואַקסט אַ פֿעסטע באַוווּסטזיניקע איבערצײַגונג, אַז מען מוז קעמפֿן קעגן דער אומיושרדיקייט אין דער סאָוועטישער סיסטעם. סוף־כּל־סוף, איז נים אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אַנטי-סאָוועטישע ליטעראַטור און האָט פֿאַרבראַכט צוויי יאָר אין תּפֿיסה, שוין אין דער צײַט פֿון גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטרויקע".
אינעם בוך פֿאַרנעמט דער אויטאָביאָגראַפֿישער העלד אַ צווישנדיקע פּאָזיציע. ער איז אַ חצי־זײַטיקער און אַ חצי־אייגענער צווישן דער נײַער ווײַסרוסישער באַפֿעלקערונג פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל. זײַן ייִדישע "אידענטיטעט" איז גאַנץ שוואַך. ער פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, הגם ער הערט די דאָזיקע שפּראַך פֿון מאָל צו מאָל; בפֿרט, ווען עלטערע ייִדן קומען צום מנין אין זײַן זיידנס שטוב. ער קען אַפֿילו ניט דערקענען אַנטיסעמיטישע זידל-ווערטער, און ער האָט בכלל ניט קיין אינטערעס אין דעם, וואָס איז דאָ פֿאָרגעקומען בעת דער מלחמה. אָבער דער דערוואַקסענער דערציילער אַנטפּלעקט די דאָזיקע געשיכטע בהדרגה, אַרײַנוואַרפֿנדיק דאָ און דאָרט איינצלנע פּרטים, וואָס שטעלן זיך צונויף אין אַ קאָמפּליצירט בילד פֿון אַ ווײַסרוסישן שטעטל אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
אָבער די קינדער לעבן אין אַ וועלט, וווּ דאָס וואָר איז איבערגעמישט מיטן חלום. איינער פֿון די פֿיר חבֿרים, מישקע־מעשאָק אַנטדעקט אין זיך אַ זעלטענעם געהיימען כּוח. ער קאָן אויספּועלן בײַ דעם רבונו־של־עולם אַלץ, וואָס ער בעט אין תּפֿילה, נאָר מיטן איינציקן תּנאַי, אַז ער באַקומט דערפֿון קיין שום נוץ פֿאַר זיך אָדער זײַנע פֿרײַנד. עס באַקומט זיך, אַז אַ סך געשעענישן אין דער גרויסער וועלט פֿון פּאָליטיק און אינעם קליינעם וועלטל פֿון באָגושעווסקער טאָג־טעגלעכקייט זײַנען באמת געווען אַ פּראָדוקט פֿון מישקעס ווינשעוואַניעס. דאָס איז געווען ער וואָס האָט גורם געווען דעם מאָרד פֿון פּרעזידענט קענעדי, און איינצײַטיק האָט ער באַשטראָפֿט אַ לערערקע, וואָס האָט זיך צופֿיל צוגעטשעפּעט צו די קינדער אין שול.
מישקע האָט געגלויבט באמונה שלימה אין זײַן שליחות. אַלץ, וואָס איז אַ מאָל פֿאַרשריבן געוואָרן אין זײַן ביכל, מוז אַזוי, אָדער אַנדערש, מקוים ווערן. און הגם ער איז ניט קיין ייִד, איז זײַן ראָלע ענלעך אויף אַ געהיימען צדיק; אַ מין לאַמעד–וואָווניק, וואָס טראָגט אויף זיך אחריות פֿאַר דער גאַנצער וועלט. אין דעם זין איז נאַום נים ממשיך די ליטעראַרישע שיטה פֿון משה קולבאַקס ערשטע אַוואַנגאַרדיסטישע ווערק, "מאָנטיק" און "משיח בן־אפֿרים", וווּ די ווײַסרוסישע ערד און אירע תּושבֿים פֿאַרמאָגן אַ באַזונדערע כּישוף–קראַפֿט.
דער גן-עדן פֿון קינדער־יאָרן קומט פּאַמעלעך צום סוף. די דערוואַקסענע חבֿרים צעגייען זיך, און יעדער איינער קלײַבט אויס זײַן וועג׃ איינער ווערט אַ געשעפֿטסמאַכער, דער אַנדערער אַ באַנדיט, און בלויז מישקע בלײַבט אַ מאָדנער לא־יוצלח אין זײַן היימשטעטל. דער ראָמאַנטישער חלום פֿון גליקלעכער קינדהייט צעפֿאַלט זיך אויף שטיקער, אָבער זײַן אָנדענק פֿאַרבלײַבט אין זכּרון.