שוין דאָס ערשטע ליד אין ביילע שעכטער-גאָטעסמאַנס "אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צייכענונגען" גיט איבער דעם טאָן פֿון דער גאַנצער זאַמלונג. "אָוונט איז געווען (אַ בילד אין אַקוואַרעל)" שפּיגלט אָפּ די פֿליסיקייט סײַ פֿון אירע לידער, סײַ פֿון אירע בילדער. ביידע דריקן אויס אַ באַוועגונג פֿון עמאָציע און גײַסט. דאָס ליד מאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישן רושם, אַזוי ווי אַ פֿילם אין אַקוואַרעל׃ דער אַרויסקוק פֿון דער פּאָעטעסע וואָס שטייט בײַם פֿענצטער, איז "פֿאַרענגט" געוואָרן. זי סטאַרעט זיך צו זען דעם דרויסן. די הײַזער הייבן זיך און נידערן זיך. זייערע "ליכטלעך" ציִען זיך און רינען, אַזוי ווי וואַסער "אינעם ים פֿון שוואַרצקייט". מען פֿילט דעם אומעט פֿון דער דיכטערין דורך די באַוועגונגען וואָס זי מאָלט מיט אירע ווערטער. אָבער ס׳איז אַ "זיסער אומעט אין יונגן בענקען". אָט די שורה וואָס שליסט דאָס ליד שטעלט פֿאָר די אַטמאָספֿער פֿון דער גאַנצער זאַמלונג — די לידער און די סקיצעס.
די צייכענונגען אין בוך, פּונקט ווי אירע לידער, זענען פֿול מיט באַוועגונג. אירע לאַנדשאַפֿטן און ביימער גיסן זיך אויס אויפֿן בלאַט, און אין די צייכענונגען פֿון מענטשן באַוועגט מען זיך אויך; זיי האַלטן אין מיטן
טאָן עפּעס. אַפֿילו ווען מע שלאָפֿט, פֿילט מען דעם גײַסט פֿון זייער אינערלעכן שטראָם.
אין דער קינסטלערינס זעלבסט-פּאָרטרעט, אַקעגן דעם שער־בלאַט, שטייט זי מיט אַ בלײַער אין האַנט. עס גליטשן זיך אַראָפּ אירע ברילן פֿון דער נאָז. איר בליק קוקט אַרײַן דעם לייענער אין די אויגן, אָבער מען כאַפּט זיך, אַז זי קוקט אַרײַן אין שפּיגל, און צייכנט זיך אַליין. די לידער אינעם בוך זײַנען אויך ווי די צייכענונגען — אינטראָספּעקטיוו. די דיכטערין שרײַבט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן. זי באַהאַלט זיך נישט, נאָר רעדט אין גאַנצן אָפֿן וועגן אירע געפֿילן און דאגות, וועגן אירע מוראס און פֿאַרלאַנגען.
שוין אין אירע נײַנציקער יאָרן, און אַ וועלט דורכגעלעבט, ציט שעכטער־גאָטעסמאַנס שטראָם זיך אָפֿט מאָל אויף צוריק. מענטשן און צײַטן וואָס זענען שוין לאַנג ניטאָ, רופֿן זי און זי שעפּט כּוח פֿון זיי.
אין דעם ליד, "יאָ דער דאָרטן", הערט מען ווי די דיכטערין דערמאָנט זיך דעם אַמאָל.
... ווען כ׳האַלט דעם אויער
צו די מושלען
וואָס פֿאַרשרײַבן אַלע דאָרטיקע גערוישן
וואָס קען איך הערן,
וואָס קען איך לוישן? [הערן]
נאָר די טעג — יענע טעג
זיכער געווען בעסער
שטיינער דאָרטן — טראָטואַרן
ליכטיקער און פֿריילעכער.
יאָ דער דאָרטן,
דער אַמאָל...
אירע לידער און בילדער, און אויך אירע ניגונים, וואָס זי האָט געהאַט געשאַפֿן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, באַווײַזן זיך איר אָפֿט. די פּנימער און לידער פֿון דעם "אַמאָל" ראַטעווען זי פֿון אַ טונקעלן פּחד. איר קונסט ליגט טאַקע אין איר פֿעיִקייט לײַכט איבערצוגיין פֿון פֿינצטערניש צו פֿרייד. אָפֿט מאָל דערגרייכט זי אַזאַ איבערגאַנג מיט הומאָר. אין איין ליד, קוקט זי אַרײַן אין שפּיגל און דערקענט זיך ניט און וווּנדערט זיך, וואָס יענע, וועלכע זענען שוין מער ניטאָ, האָבן זיך אין גאַנצן ניט געענדערט. דאָס קוקן אויף צוריק דערמעגלעכט איר צו זען דאָס לעבן פֿון דער ווײַטנס מיט אַ פּאַנאָראַמישער פּערספּעקטיוו. די דאָזיקע "גאַנצקייט" פֿונעם איצטיקן באַנד נעמט אַרײַן איר "שלענגלענדיקן וועג" פֿון איר פֿריִערדיקן באַנד לידער. דאָס ציט זיך הין און צוריק און דערלויבט איר צו באַוווינען אומצאָליקע עמאָציאָנעלע וועלטן.
ווען זי פֿילט זיך סמוטנע, געדענקט זי, אַז די וועלט איז געשאַפֿן פֿון פֿינצטערניש, אָבער זי מוז נאָכגיין דאָס ליכט.
דאָס לעמפּל אין דער נאַכט איז אָפֿט מאָל די נאַטור.
בלומען, קווייטן — ליליעס אָן אַ שיעור
צעפֿלאָסן אין אַ בעט פֿון גרין
בלעטער וואָס נעמען זיך אַרום
האַלדזן זיך, גלעטן זיך, בלום פֿאַר בלום.
די נאַטור צעבליט זיך כּסדר אין שעכטער-גאָטעסמאַנס שאַפֿונג. עס ציט זי צו שרײַבן, צו מאָלן.
"דו מוזט געבן, גיב!" איז אַ ליד וואָס רופֿט זי ממשיך צו זײַן מיט איר שרײַבן, אָנצוגיין מיט איר קונסט, ווײַל די שאַפֿערישקייט איז דאָס לעבנסבלוט פֿון איר עקזיסטענץ.
ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן גיט איבער איר וויזיע מיט ערלעכקייט און קלאָרקייט. דאָס פּשטות איז דאָך דער קערן פֿון מאָדערניזם און זי טראַנסמיטירט איר אמת מיט געשיקטע צייכנס. אירע ווערטער דרינגען אַרײַן אין האַרצן.