ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


From Revolution to Repression:
Soviet Yiddish Writing 1917—1952.
Edited by Joseph Sherman.
Nottingham: Five Leaves, 2012.



עד־היום שטעלט די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור אַ האַרבע פֿאָרשערישע פּראָבלעם. מען ווייסט פּשוט ניט ווי אַזוי אויסצוטײַטשן דעם דאָזיקן פֿענאָמען. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געווען טעטיק הונדערטער ייִדישע שרײַבער, דיכטער, קריטיקער, זשורנאַליסטן, דראַמאַטורגן, פּאָליטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן. עס זײַנען אַרויסגעגאַנגען הונדערטער ביכער און צענדליקער צײַטשריפֿטן, און אַלע אין איינעם בילדן זיי אַ ריזיקן קאָרפּוס פֿון פֿאַרשידענע טעקסטן.
דער קינסטלערישער ניוואָ פֿונעם דאָזיקן קאָרפּוס איז פֿאַרשיידנמיניק, אָבער בלי־ספֿק קאָן מען דערפֿון אויסקלײַבן צענדליקער ווערק פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. אַ סך אַ גרעסערע צאָל סאָוועטישע ווערק זײַנען אינטערעסאַנט פֿונעם קולטורעל–היסטאָרישן שטאַנדפּונקט.
אָבער די דאָזיקע קולטור איז געווען שטאַרק אַנגאַזשירט מיט דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. פֿאַר אייניקע מערבֿדיקע קריטיקער מאַכט דאָס דעם גאַנצן פּראָדוקט טריף־פּסול. אַנדערע פּרוּוון דערין אָפּזוכן קערנדלעך פֿון עכטער ייִדישקייט; אפֿשר אויך עלעמענטן פֿון ווידערשטאַנד קעגן דער סאָוועטישער מאַכט, אָדער שפּורן פֿון ביטערקייט און אַנטוישונג אין דעם סאָוועטישן נוסח פֿון סאָציאַליזם. אָבער אַזוי צי אַזוי, האַלט מען, אַז די באַגריפֿן "ייִדיש" און "סאָוועטיש" פּאָרן זיך ניט איינער מיטן אַנדערן.
הײַנט איז די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור אַ מין אײַזבאַרג מיט אַ קליינעם שפּיצל, וואָס שטעקט אַרויס פֿון די טיפֿע וואַסערן פֿון פֿאַרגעסונג. פֿון צײַט צו צײַט ציט מען אַרויס פֿון די דאָזיקע טיפֿענישן אַ הײַפֿעלע פּערל, וואָס מען שטעלט אַרײַן אין אַ רעמל פֿון ליטעראַרישער אַנטאָלאָגיע. עד־היום איז די סאָוועטישע ליטעראַטור זוכה געווען צוויי אַזעלכע זאַמלונגען׃ "אַ שפּיגל אויף אַ שטיין" אויף ייִדיש און "אַשן אויס אַ האָפֿענונג" אויף ענגליש. ווי עס זאָגן די טיטלען פֿון ביידע ביכער, איז זייער הויפּט־טעמע די ירידה און דער אומקום פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור.
די דריטע אַנטאָלאָגיע, "פֿון רעוואָליציע צו רדיפֿות", וואָס דעקט די תּקופֿה פֿון 1917 ביז 1952 (ריכטיקער וואָלט געווען צו זאָגן ביז 1948) איז ממשיך די דאָזיקע טראַדיציע. זי איז אויך ענלעך צו די ערשטע צוויי וואָס שײַך דעם אויסקלײַב פֿון די מחברים. עס איז מערקווערדיק, אַז די גאַנצע סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַטור ווערט תּמיד פֿאָרגעשטעלט מיט דער רשימה פֿון "קאַנאָנישע" נעמען׃ דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר, משה קולבאַק, לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, איזי כאַריק, שמואל האַלקין, זעליק אַקסעלראָד, איציק קיפּניס.
אַוודאי זײַנען אָט די אַלע מענער געווען גוטע שרײַבער. אָבער זייער טראַגישער גורל שפּילט אויך אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שאַפֿן פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן קאַנאָן. פֿון דער גאַנצער רשימה זײַנען קיפּניס און האַלקין געווען די איינציקע, וואָס האָבן איבערגעלעבט תּפֿיסה און לאַגערן און זײַנען געשטאָרבן אינעם אייגענעם בעט. עס באַקומט זיך, אַז דורך די סטאַליניסטישע רדיפֿות האָבן זיי אַזוי ווי "מכפּר געווען" דעם "הטא" פֿון זייער סאָוועטישקייט.
אין דעם זין איז די נײַע אַנטאָלאָגיע ווייניקער גראָדליניק ווי די פֿריִערדיקע. יוסף שערמאַן, ע״ה, דערקלערט אין זײַן זאַכלעכן אַרײַנפֿיר די זיגזאַגישע ליניע פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדן און דער ייִדישער קולטור, וואָס האָט, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט צו דעם אַרעסט און הינריכטונג פֿון אירע בעסטע שאַפֿער.
דער דאָזיקער קאָנטעקסט דערמעגלעכט בעסער צו פֿאַרשטיין דעם צווישנשפּיל פֿון ייִדישקייט און סאָוועטישקייט אין די פּראָזאַיִשע און דיכטערישע ווערק אין דער אַנטאָלאָגיע. זיי באַהאַנדלען די אָקטאָבער־רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג, די סאָוועטיזאַציע פֿונעם ייִדישן לעבן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, די צווייטע וועלט־מלחמה און דעם חורבן, און די קורצע צײַט דערנאָך.
די אַנטאָלאָגיע נעמט אַרײַן אַזעלכע מײַסטערווערק ווי "חבֿרים קוסטאַרן" פֿון פּרץ מאַרקיש, "הערשל טאָקער" און "דער סקולפּטאָר" פֿון דוד בערגעלסאָן, "דער זיידע מיטן אייניקל" פֿון דער נסתּר, לידער פֿון קוויטקאָ, מאַרקיש, האָפֿשטיין און כאַריק. עס קומט אַ האַרציקער ייִשר־כּוח דעם קליינעם פֿאַרלאַג "פֿינעף בלעטער" פֿון נאָטינגעם, ענגלאַנד, פֿאַר אַרויסלאָזן דאָס דאָזיקע וויכטיקע בוך, וואָס אַנטפּלעקט דעם ענגלישן לייענער נײַע זײַטן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור.
אָבער די דאָזיקע פּובליקאַציע מאַכט נאָך בולטער דעם נעבעכדיקן אָרט, וואָס די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש פֿאַרנעמען אין דער ענגלישער ליטעראַטור הײַנט־צו־טאָג. בעת אויף אַנדערע שפּראַכן — רוסיש, פּויליש, דײַטשיש, פֿראַנצויזיש — גייען אַרויס נײַע איבערזעצונגען, וואָס באַקענען דעם לייענער מיט נײַע נעמען פֿון ייִדישע שרײַבער, האָבן די גרויסע ענגלישע און אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן אַ קנאַפּן אינטערעס אין פֿאַרברייטערן זייער ייִדישן רעפּערטואַר.
דאָס אָפֿיציעלע "פּנים" פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש איז שוין לאַנג געוואָרן באַשעוויס מיט זײַנע "עקזאָטישע" ווערק. אַלץ, וואָס פּאַסט ניט אַרײַן צו דעם דאָזיקן סטערעאָטיפּ, ווערט פּשוט ניט באַמערקט דורך דעם ליטעראַרישן הויפּטשטראָם. די ייִדישע ליטעראַטור איז געוואָרן אַ מין "האָבי" פֿאַר ענטוזיאַסטן אויף די ראַנדן פֿון דער הויפּטשטראָמיקער פֿאַרלעגערישער קולטור. אָבער ווי מען ווייסט גאַנץ גוט פֿון קולטור־געשיכטע, ווערט דער חויפּטשטראָם פֿריִער אָדער שפּעטער פֿאַרנומען דורך די מאַרגינאַלן. מען קאָן נאָר האָפֿן, אַז דאָס וועט אַ מאָל געשען אויך מיט ייִדיש.
דערצו דאַרף מען צוגעבן נאָך איין וווּנטש. ווען מען גרייט צו נײַע זאַמלונגען פֿון סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, איז עס כּדאַי צו פֿאַרברייטערן דעם קרײַז מחברים, סײַ אין פּראָזע און סײַ אין פּאָעזיע. די ווערק פֿון יחיאל שרײַבמאַן, יעקבֿ שטערנבערג, יוסף ראַבין, עלי שעכטמאַן, שיקע דריז, שמואל גאָרדאָן, אלכּסנדר ליזען און אַנדערע סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן פֿאַרדינען צו ווערן איבערגעלייענט פֿון דאָס נײַ און איבערגעזעצט אויף אַנדערע שפּראַכן.