יוסף בורג |
די ווערטער "טשערנאָוויץ" און "ייִדיש" קומען צוזאַמען, בדרך-כּלל, ווען די רייד גייט וועגן דער היסטאָריש-וויכטיקער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אויגוסט 1908. הונדערטער מאָל האָט מען שוין דערציילט און איבערדערציילט, ווי אַזוי דעמאָלט, מיט 104 יאָר צוריק, האָט מען געהאַלטן רעדעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס און ווי מע האָט סוף-כּל-סוף זיך צונויפֿגערעדט, אַז ייִדיש האָט געוויזן קלאָרע סימנים פֿון אַ (חס-וחלילה ניט "דער") נאַציאָנאַלער שפּראַך.
אָבער מיט דער קאָנפֿערענץ האָט זיך די געשיכטע פֿון ייִדיש אין טשערנאָוויץ ניט פֿאַרענדיקט. אַ סך איז געשען דאָרטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אָבער דאָ וויל איך דערמאָנען נאָר וועגן דער צײַט נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען דווקא טשערנאָוויץ איז באַשטימט געוואָרן ווי דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע. אין דער שטאָט האָט מען ביזן יאָר 1948 דערלויבט צו האָבן אַ ייִדישע לערנשול (אָדער אַפֿילו צוויי שולן). דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז פֿאַר דער מלחמה געווען אין קיִעוו, האָט מען אויך "פֿאַרשיקט" אַהין. קיין טשערנאָוויץ האָבן אָנגעהויבן זיך ציִען ייִדישע פּען-מענטשן.
כ׳וועל דערמאָנען אַזעלכע נעמען ווי משה אַלטמאַן (1890—1981), חיים מעלאַמוד (1907—1993), הירש בלאָשטיין (1895—1978), מאיר חרץ (1912—1993), יאָסל לערנער (1905—1984). זיי אַלע האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שיין ביסל ווערק, און זייער לעבן האָט געהאַט גענוג שפּאַנענדיקע עפּיזאָדן. די "צרה" איז, אַז זיי אַלע האָבן געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו עסטרײַך (איך מיין דאָ ניט זיך, נאָר דאָס לאַנד, וואָס טראָגט מײַן נאָמען) און צו דער דײַטשישער קולטור. טשערנאָוויץ איז דאָך געוואָרן אַ שם-דבֿר אין דער דײַטשישער נאָסטאַלגיע נאָך די "גוטע צײַטן" בכלל און דעם טשערנאָוויצער דײַטשישן קולטור-צענטער בפֿרט. אָבער די אויבן-איבערגערעכנטע שרײַבער זײַנען אָנגעפֿאָרן קיין טשערנאָוויץ פֿון אַנדערע געגנטן פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָדער זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער רומענישער קולטור-סבֿיבֿה.
און דאָ קומען מיר צום "פֿענאָמען" פֿון יוסף בורג (1912—2009), וואָס איז געווען דער איינציקער, וואָס האָט געקענט שפּילן עפּעס אַ ראָלע אין דער דײַטש-טשערנאָוויצער נאָסטאַלגיע. אמת, אין ווין האָט ער פֿאַרבראַכט אין גאַנצן פֿיר יאָר פֿון זײַן לעבן, און עס בלײַבט לחלוטין ניט קלאָר, וואָס ער האָט דאָרטן געטאָן, אַ חוץ פֿאַרברענגען איין זמן אין אוניווערסיטעט ווי אַ פֿרײַער צוהערער און פֿירן באַקאַנטשאַפֿטן מיט היגע ייִדישע ליטעראַטן. דאָך האָט ער געבראַכט פֿון ווין אַ פֿאַרמעגן: די דײַטשישע שפּראַך, וועלכע ער האָט ניט פֿאַרגעסן; באַזונדערס, אַז דערנאָך, שוין אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט זיך אים אין די 1940ער און 1950ער יאָרן אײַנגעגעבן צו זײַן אַ לערער פֿון דײַטש. איך נוץ דעם ווערב "אײַנגעגעבן", ווײַל ער האָט ניט פֿאַרמאָגט קיין דאָקומענט פֿון אַ ריכטיקער בילדונג פֿאַר אַזאַ באַשעפֿטיקונג, און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, געשאַפֿן גרויסע פּראָבלעמען. ניט צופֿעליק האָט ער געמוזט אַרבעטן אין פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען פֿון לאַנד — דאָס האָט מען, אַגבֿ, דערנאָך פֿאַרטײַטשט ווי אַ סימן פֿון רדיפֿות קעגן אים.
אין 1959 האָט יוסף בורג זיך באַזעצט אין טשערנאָוויץ, כּמעט זײַן היימשטאָט. ער האָט דאָרטן געוווינט אין די 1920ער יאָרן, און ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה. כ׳ווייס ניט, פֿון וואָס ער האָט געצויגן די חיונה זינט 1959. די ליטעראַרישע פּובליקאַציעס זײַנען געווען צו זעלטענע, ער זאָל קענען פֿון דעם לעבן. אמת, די פֿרוי האָט פֿאַרדינט. עטלעכע מענטשן האָבן מיר דערציילט, אַז בורג איז כּלומרשט געווען זייער אַ גוטער שנײַדער. אפֿשר איז עס אַ פּליאָטקע, וואָס האָט געשטאַמט פֿון דעם אויסזען זײַנעם — איך געדענק אים תּמיד אָנגעטאָן אין אַ גוטן זשילעט-קאָסטיום.
בײַם אויפֿדעקן אַן אָנדענק־שילד לכּבֿוד י. בורג אויף דעם הויז אין טשערנאָוויץ, וווּ דער שרײַבער האָט געוווינט |
זײַן צײַט איז געקומען אין די 1980ער יאָרן. דעמאָלט זײַנען אין מאָסקווע אַרויס בורגס ביכער. נאָך מער: מע האָט זיי באַמערקט אין אויסלאַנד. זײַנע ווערק האָבן גענומען זיך באַווײַזן אויף דײַטש, און ער אַליין איז געוואָרן אַן אָפֿטער גאַסט אין דײַטש-רעדנדיקע לענדער, וווּ ער האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם. איך האָב עס אַ מאָל אַליין אָבסערווירט אין בערלין. פֿאַר אַ סך מענטשן האָט יוסף בורג פֿאַרקערפּערט די סימפּאַטישע אַלטפֿרענקישקייט, וועלכע האָט — אין זייערע אויגן — אויסגעזען ווי אַ מין פֿאַרקאָנסערווירטע אויטענטישקייט, אַ געמיש פֿון גוטע עסטרײַכישע און גוטע ייִדישע צײַטן. ער איז געוואָרן דער סימבאָל פֿון טשערנאָוויץ; דער איינציקער מענטש, וואָס האָט אונטערגעהאַלטן דעם פֿײַער פֿון ייִדישער קולטור אין טשערנאָוויץ.
דער סך-הכּל איז אַזאַ: ס׳איז שווער צו געפֿינען אַן אַנדער סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער, בפֿרט פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט, וועגן וועלכן עס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אַזוי פֿיל אַרטיקלען און ביכער. פֿון איין זײַט איז עס גוט. אָבער גלײַכצײַטיק שאַפֿט דאָס גאַנצע "בורג-קענטעניש" אַ פֿאַרפֿירעריש בילד, ווײַל געשריבן איז עס, דער עיקר, אין דעם קאָנטעקסט, וואָס איז אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער רעאַלקייט פֿון יוסף בורגס סאָוועטישער סבֿיבֿה. זײַן לעבן און זײַן שאַפֿן זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיטאָס, צוגעפּאַסט (טיילווײַז דורך אים אַליין) צו דער וויזיע פֿון דער פֿאַרלוירענער דײַטש-רעדנדיקער קולטור-וועלט. און דאָס איז אַ שאָד, ווײַל די רעאַלקייט פֿון זײַן לעבנס-געשיכטע איז ניט מער פֿאַרכאַפּנדיק ווי דער אויסגעחלומטער מיטאָס.
* * *
די טעג בין איך געווען אין ווין, וווּ אין דעם ביכער-געשעפֿט פֿונעם ייִדישן מוזיי האָב איך גלײַך דערזען אַ נײַ בוך וועגן יוסף בורג: Die jiddische Welt von Gestern (http://www.mandelbaum.de/books/764/7413). ראַפֿאַעלאַ קיטצמאַנטעל, די מחברטע פֿון דער דאָזיקער "ייִדישער וועלט פֿון נעכטן", האָט דורכגעפֿירט אַ גרויסע אַרבעט. זי האָט פֿאַקטיש געמאַכט אַ סך-הכּל פֿון דעם דײַטש-שפּראַכיקן "בורג-קענטעניש" און אַרײַנגעטראָגן אין אים נײַע פּרטים. עס קומט איר פֿאַר דעם אַ יישר-כּוח.
עס ווילט זיך, אָבער, האָפֿן, אַז אויף יוסף בורגס לעבן און שאַפֿן וועט מען, סוף-כּל-סוף, אַ קוק טאָן ניט פֿון ווין, נאָר טאַקע פֿון טשערנאָוויץ, פֿון דער שטאָט, וווּ יוסף בורג איז געווען נאָר איינער — און ווײַט ניט דער וויכטיקסטער — צווישן די ייִדישע שאַפֿערישע מענטשן.