ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


וואָס הערט מען אין ים?
— מע כאַפּט פֿיש!
(אַ פֿאָלקסווערטל)



וועט איר זאָגן: "שטראַם־גראַם", "נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן", "עס הייבט זיך ניט אָן און עס לאָזט זיך ניט אויס", "ס׳אַראַ שײַכות: אונדזער פּרץ, זייער העמינגוועי און פֿיש"... נאָר לאָמיר ניט כאַפּן קיין פֿיש פֿאַר דער נעץ.
אין איינער פֿון אונדזערע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס האָבן מיר זיך פֿאַרהאַלטן אויף אַ ווײַלע אין דעם אוקראַיִנישן שטעטל בוטשאַטש. הײַנט וווינען שוין דאָ ניט קיין ייִדן. אַ מאָל איז דאָס געווען אַ ייִדיש שטעטל. דאָ איז געבוירן געוואָרן דער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער, דער געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז, ש״י עגנון. ער האָט אַ דערציילונג "מזל דגים" — דאָס מזל פֿון פֿיש, וווּ דער שרײַבער דערמאָנט וועגן אַ באַוווּסטן היסטאָרישן פֿאַקט: די פֿישער פֿונעם שטעטל האָבן זיך צונויפֿגערעדט צו העכערן די פּרײַזן אויף פֿיש. די אָרטיקע ייִדן באַשליסן צו בויקאָטירן די פֿישהענדלער. דער שטעטלדיקער רבֿ האָט צײַטווײַליק באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער פֿליכט צו עסן פֿיש. זיך האַלטן בײַ דער פֿליכט איז אָנגעקומען ניט גרינג, ווײַל מיר ווייסן דאָך, אַז אַ ייִד דאַרף עסן פֿיש לכּבֿוד שבת, פֿאַרן פֿאַסטן יום־כיּפּור און נאָך און נאָך. געפֿילטע פֿיש איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קיך און פֿונעם ייִדישן שטייגער. נאָר די באַפֿעלקערונג פֿון בוטשאַטש האָט אויסגעהאַלטן און די פֿישהענדלער האָבן געמוזט זיך אונטערגעבן...
אַפֿילו אויף יענער וועלט וועלן די צדיקים עסן דאָס פֿלייש פֿונעם לעגענדאַרן פֿיש לוויתן.
אין יצחק באַשעוויס־זינגערס אַ דערציילונג האָט מען אײַנגערעדט אַ דערוואַקסלינג פֿון אַ רעליגיעזער משפּחה, אַז ער איז שוין געשטאָרבן און געפֿינט זיך אין גן־עדן. אויב אַזוי, האָט דאָס בחורל געפֿאָדערט פֿאַר זיך, בײַ די לײַט וואָס האָבן אים באַדינט, זיי זאָלן ברענגען אַ שטיקל פֿלייש פֿון דעם פֿיש לוויתן...
בקיצור, אי אויף דער וועלט, אי אויף יענער וועלט קאָנען די ייִדן זיך ניט באַגיין אָן פֿיש. און די פֿיש פֿאַלן, נעבעך, אַ קרבן פֿון דער דאָזיקער ליבע. ווי האָט געזאָגט יצחק באַשעוויס: "די נעץ איז פֿאַרשפּרייט, — דער קרבן גרייט". פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם אינטערעסירט ניט וואָס "טראַכטן" דערבײַ די פֿיש אַליין וועגן זייער ביטערן גורל.
בײַ צבֿי אײַזנמאַן איז דאָ אַ דערציילונג "געפֿילטע פֿיש", וווּ דער מחבר פּרוּווט צו פֿאַרטיידיקן די פֿיש. די מעשׂה ווערט דערציילט אין נאָמען פֿון אַ פֿיש:
— כ׳האָב געחלומט, אַז איידער כ׳בין געוואָרן "געפֿילטע פֿיש", בין איך געווען סתּם אַ פֿיש... קיינער פֿון זיי, פֿון די מענטשן, קאָן אָבער ניט אָנען, ניט וויסן, וואָס איך האָב געטראַכט, וואָס איך האָב געפֿילט אין די לעצטע מינוטן, דעם פּחד און דעם שוידער איידער עס איז פֿון מיר געוואָרן אַזעלכע פֿעפֿערדיק־זיסע "געפֿילטע פֿיש"...
בכלל, אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווען אין אַ דערציילונג גייט די רייד וועגן פֿיש, מוז מען כּמעט תּמיד די דאָזיקע פֿיש, אויפֿעסן. איבערפֿראַזירנדיק טשעכאָוון, וואָלט איך געזאָגט: אויב אין דעם ערשטן אַקט פֿון אַ ייִדישער פּיעסע כאַפּט מען פֿיש, איז אין דעם לעצטן אַקט עסט מען געפֿילטע פֿיש.
בײַ י. ל. פּרץ איז דאָ אַ דערציילונג "ניסים אויפֿן ים". דער העלד פֿון דער מעשׂה איז אַ ייִדישער פֿישער — סאַטיע — וועלכער האָט זייער ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט, און "נישט געקאָנט אַפֿילו קיין שמע ישׂראל מתפּלל זײַן..." ווי בײַ אַ סך פֿון אונדז, איז אין דעם פֿישערס משפּחה געווען נאָר איין ייִדישער מינהג — יום־כּיפּור. ערבֿ יום־כּיפּור אין דער פֿרי פֿלעגט ער אויסקלײַבן דעם גרעסטן פֿיש, און די גאַנצע משפּחה איז געגאַנגען מיטן פֿיש אין שטאָט אַרײַן, און אָפּגעגעבן אים דעם קהלשן שוחט, בײַ וועלכן מע פֿלעגט פֿאַרפֿאַסטן און עסן נאָכן תּענית. בײַ סאַטיען איז אַ מינהג געווען יום־כּיפּור צו הערן כאָר און אָרגל אין דער שטאָטישער שיל. די מעשׂה קומט פֿאָר אין האָלאַנד. דאָס אַלץ איז געווען דער איינציקער פֿאָדעם, וואָס האָט פֿאַרבונדן דעם פֿישער מיט כּלל־ישׂראל.
איין מאָל, ערבֿ יום־כּיפּור, האָט סאַטיע געלאָזט זיך שווימען מיט זײַן שיפֿל אויף צו טאָן אַ מיצווה; כאַפּן פֿיש אויף יום־כּיפּור. נאָר קיין איין פֿיש האָט זײַן נעץ ניט אַרײַנגעצויגן. אויפֿן ים האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ הוראַגאַן, אַ שטורעם... פּלוצעם דערזעט סאַטיע אַ גרויסן גאָלדענעם פֿיש, און ער נעמט זיך יאָגן נאָך אים. דערנאָך ווערט דער פֿיש פֿאַרפֿאַלן, און אונדזער פֿישער וויל זיך צוריקקערן אַהיים, נאָר ס׳איז שוין צו שפּעט, ער איז געווען צו ווײַט פֿונעם ברעג.
לויטן הימלשן פּלאַן, וועלן מיר זאָגן, האָט סאַטיע געדאַרפֿט דערטרונקען ווערן, ווי ס׳איז געשען אַ מאָל מיט זײַן זיידע און טאַטע — אויך פֿישער. צוליב דעם האָבן די הימלען דאָך געשיקט אַ גאָלדענעם פֿיש, וועלכער אָפּטוענדיק זײַן אַרבעט, האָט זיך שוין געגרייט אַהיימצושווימען. נאָר פּלוצעם, אומדערוואַרט פֿאַר די הימלען, דערמאָנט זיך סאַטיע דעם ניגון פֿון כאָר, וועלכן ער פֿלעגט הערן אין דער שיל אין יום־כּיפּור, און ער הייבט אים אָן צו זינגען... דער ניגון איז געווען דאָס שטרויעלע, פֿאַר וועלכן סאַטיע האָט זיך אָנגעכאַפּט אויף צו ראַטעווען זיך פֿון דערטרונקען צו ווערן.
ווען אין די הימלען האָט מען דערהערט דעם יום־כּיפּורדיקן ניגון, האָט זיך זייער פֿריִערדיקער פּלאַן געביטן. מען האָט צו הילף געשיקט צוויי ווײַסע געשטאַלטן, וועלכע האָבן געראַטעוועט סאַטיען און זײַן שיפֿל. ווער זשע איז דער קרבן? — דער קרבן איז, נעבעך, געוואָרן דער גאָלדענער פֿיש, וועלכן די מלאכים האָבן פֿאַרוויקלט אין דער נעץ. און: "מע האָט געקוילעט דעם פֿיש, און — מינהג איז געבליבן מינהג..." אַזאַ "העפּי־ענד".
דער נאָמען סאַטיע קלינגט ווי אַ געקירצטער פֿונעם נאָמען סאַנטיאַגאָ. און סאַנטיאַגאָ איז דער העלד פֿון העמינגווייס גרויסער דערציילונג "דער אַלטער און דער ים". העמינגווייס העלד איז אויך ניט קיין גרויסער גלויבער אין גאָט, כאָטש, סאַנטיאַגאָ קען די קריסטלעכע תּפֿילות, וועלכע ער טוט פֿון צײַט צו צײַט. ער האָט זיך געלאָזט כאַפּן זײַן גרויסן פֿיש אין סעפּטעמבער, אפֿשר, אויך פֿאַר יום־כּיפּור, ווײַל "סעפּטעמבער איז דער חודש פֿון די גרויסע פֿיש".
אויף זײַן האָקנדל כאַפּט זיך אַ פֿיש, וואָס האָט אין דער לענג 5.5 מעטער. דער פֿיש שלעפּט אַוועק זײַן שיפֿל ווײַט אין ים אַרײַן. נאָר ס׳איז ווייניק צו כאַפּן דעם פֿיש; ערשטנס, קאָן ער אָפּרײַסן דאָס האָקנדל; צווייטנס, מע דאַרף דערנאָך מיט אים קומען צום ברעג. בעט ער הילף בײַ גאָט: "איך בין ניט קיין רעליגיעזער מענטש, נאָר איך וועל זאָגן צען מאָל אַווע מאַריִאַ, גאָט זאָל מיך לאָזן כאַפּן דעם פֿיש... ער האָט אָנגעהויבן שטיל צו בעטן בײַ גאָט..." נאָר, ווי מיר ווייסן, ס׳האָט אים ניט געהאָלפֿן. זײַן גאָט האָט די תּפֿילות ניט דערהערט.
אין משך פֿון עטלעכע טעג האָט ער געקעמפֿט מיטן פֿיש און האָט אים באַזיגט בלויז אַ דאַנק זײַנע אייגענע כּוחות. דערנאָך האָט ער געקעמפֿט מיט אַ גאַנצער סטײַע הײַפֿיש. סוף־כּל־סוף, ווען ער קומט צום ברעג, בלײַבט פֿונעם פֿיש בלויז דער סקעלעט... וואָס האָט געגעסן דער אַלטער סאַנטיאַגאָ אַזוי פֿיל טעג? — ער האָט געכאַפּט פֿאַר זיך דאָרט, אין ים, אַ "גאָלדענעם פֿיש".
אין י. ל. פּרצעס דערציילונג האָט דער ייִדישער פֿישער געוווּנען און די הימלען מיין איך, האָבן פֿאַרשפּילט. אין העמינגווייס דערציילונג האָט דער קובאַנישער פֿישער פֿאַרשפּילט, נאָר די הימלען האָבן געמעגט שטאָלצירן מיט אַזאַ מענטשן ווי סאַנטיאַגאָ, ווײַל ער האָט דערוויזן, אַז: "אַ מענטש ווערט ניט באַשאַפֿן פֿאַר דורכפֿאַלן... אַ מענטש קען אומגעבראַכט ווערן, צעשטערט ווערן, אָבער באַזיגן קען מען אים ניט". דער העלד פֿון י. ל. פּרצעס דערציילונג קאָן זײַן בלויז אַ ייִד. דער העלד פֿון העמינגווייס דערציילונג קאָן זײַן אויך אַן אמעריקאַנער פֿישער, צי אַ רוסישער, צי אַ ייִדישער פֿישער פֿון יפֿו — סתּם אַ מענטש, וועלכער ווייסט, אַז גאָט איז דאָ, נאָר ער וויל זיך אויף אים ניט פֿאַרלאָזן, דערוואַרט פֿון אים ניט קיין ניסים; וועלכער זיגט נאָר אַ דאַנק זײַנע אייגענע כּוחות, אַ דאַנק זײַן געוואַגטקייט און ווילנקראַפֿט!
ווער זשע האָט נאָך געווינען? — דער שרײַבער ערנעסט העמינגוויי. פֿאַר זײַן דערציילונג "דער אַלטער און דער מאַן" האָט ער באַקומען אין 1954 דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור...