A Journey to Shtetl.
Documentaries taken in 1988
in former Jewish settlements
of Ukraine.
Aktivi, JDC.
זומער־צײַט 1983 האָט אַ גרופּע יונגע לענינגראַדער ייִדן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מעזשביזש אויפֿן בעש״טס קבֿר. זיי זײַנען ניט געווען קיין חסידים, און וועגן בעש״ט האָבן זיי זיך דערוווּסט, דער עיקר, פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, וואָס מע פֿלעגט געפֿינען אינעם רוסישן "סאַמיזדאַט". מיט יעדן יאָר איז די גרופּע געוואָרן גרעסער, און די געאָגראַפֿיע פֿון זייערע רײַזעס איז געוואָרן ברייטער.
די פּאָליטיק פֿון גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטרויקע" האָט געעפֿנט נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר ייִדישער טעטיקייט, און צום סוף 1980ער יאָרן האָט די דאָזיקע באַוועגונג באַקומען האַלב־לעגאַלע פֿאָרמען. די טרײַבקראַפֿט פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג איז געווען דער ייִדישער אַקטיוויסט מיטן נאָמען אליהו דוואָרקין. אונטער זײַן באַגײַסטערטער השגחה האָבן הונדערטער יונגע לענינגראַדער ייִדן צום ערשטן מאָל באַזוכט שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און ליטע, זיך באַקענט מיט די לעצטע ייִדישע תּושבֿים, און דערזען מיט זייערע אייגענע אויגן מאָנומענטן פֿון ייִדישער מאַטעריעלער קולטור.
אין 1988 האָט זיך צו דער דאָזיקער גרופּע אָנגעשלאָסן וולאַדימיר (יהודה) גאָרענשטיין, דעמאָלט אַ סטודענט פֿונעם מאָסקווער קינעמאַטאָגראַפֿישן אינסטיטוט. און איצט, מיט מער ווי צוואַנציק יאָר שפּעטער, האָט ער געמאַכט אַ סעריע פֿון דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן די רײַזעס קיין מעזשביזש, סודילקאָוו, בערשאַד און סלאַוווּטע. די דאָזיקע פֿילמען געהערן צו אַ לערן־קורס וועגן ייִדישער קולטור און געשיכטע, וואָס איז ספּעציעל אַנטוויקלט געוואָרן דורך דעם "דזשוינט" פֿאַר רוסישע ייִדישע שולן.
אָבער חוץ דעם פּעדאַגאָגישן ווערט, האָבן די דאָזיקע פֿילמען אַ היפּשן קולטור־היסטאָרישן באַטײַט, סײַ ווי אַ דאָקומענט פֿון ייִדישן לעבן אין די אוקראַיִנישע שטעטלעך ערבֿ דעם צעפֿאַל פֿון דער סאָוועטישער מלוכה און דער גרויסער עמיגראַציע פֿון די 1990ער יאָרן, סײַ ווי אַ ווערק פֿון דער אומפֿאָרמעלער ייִדישער קולטור פֿון יענער צײַט.
דער גרעסטער פֿילם פֿון דער סעריע דערציילט וועגן דעם באַזוך אין מעזשביזש. אין מיטלאַלטער איז די דאָזיקע שטאָט געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון דרײַ מלוכות — דער רוסישער, דער ליטווישער און דער פּוילישער. אָבער הײַנט איז זי געוואָרן אַ פֿאַרוואָרפֿן דערפֿל מיט מאָנומענטאַלע היסטאָרישע דענקמעלער. פֿון דעסטוועגן איז מעזשביזש קודם־כּל באַרימט געוואָרן צוליב דעם, וואָס דאָ האָט געלעבט און איז באַגראָבן דער גרינדער פֿון חסידות, ר׳ ישׂראל בעל־שם־טובֿ.
הײַנט-צו-טאָג איז בעש״טס קבֿר געוואָרן אַן אָביעקט פֿון דער וואַקסנדיקער חסידישער עולה–רגל–אינדוסטריע. מען האָט אויפֿגעבויט אַ מיאוסן ציגל–אוהל איבערן קבֿר, אויסגעהאַקט די אַלטע ביימער און צעשטעלט די אַלטע מצבֿות אין גראָדליניקע רייען. אָבער מיט צוואַנציק יאָר צוריק איז די דאָזיקע לאַנדשאַפֿט געווען נאָך פֿול מיטן סודותדיקן חן. דער פֿילם איז אפֿשר דער איינציקער דאָקומענטאַלער גבֿית־עדות פֿון דעם, ווי עס האָט אויסגעזען דער אַלטער מעזשביזשער בית–עולם פֿאַר דער גראָבער חסידישער "רעסטאַווראַציע".
אין 1988 האָט מען דאָרט געקאָנט טרעפֿן אייניקע מענטשן, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן. בעת דער אָנדענק־צערעמאָניע דערציילן זיי וועגן די יסורים, וואָס זיי האָבן דעמאָלט איבערגעטראָגן. און כאָטש מ׳האָט שוין זינט דעמאָלט פֿילמירט טויזנטער אַזעלכע געשיכטעס, זײַנען די דאָזיקע קורצע און פּשוטע פֿראַגמענטן נאָך אַלץ אַ זעלטנקייט צוליב דעם, וואָס זיי זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן פּונקט אויפֿן אָרט, וווּ די דײַטשן און מאַדזשאַרן האָבן דערהרגעט די ייִדן פֿון מעזשביזש.
אין זײַנע קאָמענטאַרן צו דעם פֿילם שרײַבט דוואָרקין׃ "דאָס איז אַ פֿילם וועגן אונדז. אונדזער רײַזע כאַראַקטעריזירט דעם פּרוּוו פֿונעם גאַנצן דור אונדזערן צו באַגעגענען זיך מיטן עבֿר". דאָס באַגעגעניש מיטן ייִדישן עבֿר אין אוקראַיִנישע שטעטלעך האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף דעם לעבן פֿון די אָנטיילנעמער פֿון די רײַזעס.
פֿון דער דאָזיקער דערפֿאַרונג איז אויסגעוואַקסן אַ גאַנצע פּעטערבורגער שיטה פֿון ייִדישע שטודיעס, וואָס איז אויסן אַרײַנצוברענגען דעם אַנטראָפּאָלאָגישן צוגאַנג אין דער סאָציאַלער, קולטורעלער און רעליגיעזער געשיכטע. עס ווערט ספּעציעל באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿונעם קאָנקרעטן געאָגראַפֿישן ראַיאָן פֿאַר אַ ריכטיקער אויפֿפֿאַסונג פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט אין איר גאַנצקייט.
די אַנדערע פֿילמען אין דער סעריע זײַנען מער פֿראַגמענטאַריש. זיי באַקענען דעם צושויער מיט ייִדישע תּושבֿים פֿון בערשאַד און סלאַוווּטע. זיי ווערן פֿאַרכאַפּט דורך דער קינאָ־קאַמערע ווען זיי דאַווענען אין אַ מנין, קומען אויף קבֿר־אָבֿות, שמועסן אויפֿן מאַרק אָדער סתּם שפּילן דאָמינאָ. די דאָזיקע מײַסטערישע קורצע פֿאַרצייכענונגען שילדערן אין משך פֿון אַ פּאָר מינוט אַ גאַנצן כאַראַקטער פֿון אַ מענטש און זײַן סבֿיבֿה.
די דאָזיקע זשאַנער־פּאָרטרעטן זײַנען אוניקאַל, ווײַל זיי פֿאַרפֿיקסירן דעם סאַמע סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. מיר זעען דעם דאָזיקן מאָמענט איינצײַטיק פֿון צוויי פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן׃ דורך דעם אָביעקטיוו פֿון אַ קינאָ–קאַמערע אין די הענט פֿונעם יונגן לענינגראַדער ייִדישן אינטעליגענט, און דורך די כאַראַקטערן פֿון די לעצטע שטעטלדיקע ייִדן.
ספּעציעל אינטערעסאַנט אין דעם זין זײַנען צוויי קורצע פֿילמען. "דאָמינאָ און פֿרײַהייט", וואָס מען האָט פֿילמירט מיט דער "פֿאַרשטעלטער" קאַמערע, ווײַזט אַ שמועס צווישן בערשאַדער ייִדן מכּוח די הייסע פּאָליטישע ענינים פֿון יענער צײַט, בפֿרט וועגן דעם אויפֿקום פֿון אַנטיסעמיטישע און נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען. אויף חידושים, רעאַגירן כּמעט אַלע ייִדן איינשטימיק׃ "צו פֿרי האָט מען זיי געגעבן פֿרײַהייט, מען דאַרף האַלטן דאָס פֿאָלק אין צוים", און אייניקע עלטערע ייִדן בענקען אַפֿילו נאָך סטאַלינס שטרענגע צײַטן — "דעמאָלט איז געווען אַן אָרדענונג!"
אַן אַנדער פֿילם ווײַזט, ווי אַ מנין ייִדן דאַוונט שחרית אין דער סלאַוווּטער שיל אין 1988. דער גאַנצער פֿילם דויערט 17 מינוט און האָט ניט קיין וואָרט פֿון קאָמענטאַר, בלויז די ווערטער פֿון די תּפֿילות. דוואָרקין דערציילט, אַז ווען מען האָט געוויזן דעם דאָזיקן פֿילם די חסידים אין מאה־שערים אין ירושלים, זײַנען זיי געוואָרן דערשטוינט׃ "אַזוי דאַוונט מען שוין אין ערגעץ ניט!"
להיפּוך צו דער פֿאַרשפּרייטער מיינונג, איז דאָס ייִדישע לעבן אין די סאָוועטישע שטעטלעך נאָך דער מלחמה ניט אונטערגעגאַנגען. וועגן דעם דערציילן אייניקע ווערק פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער און די זכרונות פֿון אַמאָליקע תּושבֿים אין די שטעטלעך. אָבער אָן וויזועלע אימאַזשן פֿון מענטשן און ערטער איז שווער צו באַקומען אַפֿילו בערך אַן אַנונג פֿונעם דאָזיקן לעבן. דאַכט זיך, דער איינציקער מקור וואָס מיר פֿאַרמאָגן הײַנט פֿון יענער תּקופֿה, איז דער אוניקאַלער פֿילם "אַ רײַזע קיין שטעטל" פֿון וולאַדימיר יהודה גאָרענשטיין.