קולטור

"מײַן שטעטעלע בעלץ", 1930ער יאָרן
"מײַן שטעטעלע בעלץ", 1930ער יאָרן
אוי, געוואַלד, דו, בעסאַראַביע...
"אוי, די פֿעלדער פֿון בעסאַראַביע,
לאַנד פֿון ווײַן און לאַנד פֿון טרויער,
אַז איך דערמאָן זיך אין דײַנע טאָלן,
איז נאָר איך וויין און איך באַדויער."
איציק מאַנגער, "דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע"

צי איז דאָ אויף דער וועלט נאָך אַזאַ רײַך אָרעם לאַנד ווי בעסאַראַביע? און בכלל, ווער אַחוץ די בעסאַראַבער ייִדן רופֿט דאָס לאַנד מיט זײַן אמתן נאָמען — "בעסאַראַביע" און ניט "רעפּובליקאַ מאָלדאָוואַ", אָדער "מאָלדאַוויע"? און ווי נאָך, אַחוץ ארץ־ישׂראל קענט איר געפֿינען "בית־יהודי בעסאַראַביע", דאָס "הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן"?
וואָס קען מען זאָגן? בעסאַראַביע האָט אַ "ייִדיש מזל". די הערשער אירע פֿלעגן זיך בײַטן ווי די צײַטן פֿון יאָר, — טערקן, רוסן, רומענער... אָבער, דווקא די עטנישע און שפּראַכלעכע פֿילפֿאַרביקע אַרומיקע סבֿיבֿה האָט צוגעגעבן דעם בעסאַראַבער ייִדנטום אַ באַזונדערע באַזונדערקייט, ווי אויך אויסגעפֿורעמט אַ פּרעכטיקן, אויסערגעוויינטלעך זאַפֿטיקן דיאַלעקט, אויף וועלכן מען האָט גערעדט אויף אַ ריזיקער טעריטאַריע פֿון אַקערמאַן ביז כאָטין. ס׳איז דאָך נישט קיין חידוש, ווען מע לעבט צווישן רומענער, כאָכאָלן, קאַצאַפּן, פּאָליאַקן, ליפּאָוואַנער, דײַטשן, גאַגאַוזן, רוסן, בולגאַרן און ציגײַנער. אַ סך ציגײַנער און קיין איין און איינציקע חסידישע קהילה. וווּ נאָך, חוץ בעסאַראַביע, רוען אויפֿן הייליקן אָרט, בשכנות, איינער לעבן צווייטן, — דערעדזשי, אַבראַמאָוויטש, בערעסטעטשקאָ, האַנאָווער, קאָלפּאַקטשי, באַרדיטשעווער, וואַרזאַר, סאַראַדזשאַ, מאָשקאַוצאַן און פּערלאָוו. אַלע — כּשרע ייִדן. וווּ נאָך, אַחוץ בעסאַראַביע, קאַרטאָפֿליעס האַלט מען אין אַ "באַשקע", די קי גיט מען קײַען "טשעקלעזש", די הײַזער לייגט מען פֿון "לאָמפּאַטשן", און צום סוף פּרשה — לויפֿט מען צום "טריין"?.. און וווּ נאָך האָט מען זיך געחכמהט אויף אַזאַ שיינעם לינגוויסטישן אופֿן:
"העי, העי, אידי נאַ מענע, נאַ מענע יע ראַבאָטאַ, שפּיץ בוידעם יע לאָך, טרעבאַ שמירגיטי".
"פּאַני מיראָוווי, די מאַנסע פֿון דערפֿון איז אַזוי, — יאַ מאַיו שכן, דער שכן מאַיע קאָזע, די קאָזע ליזע אַף מײַן דאַך, יאַ יעמו קאַזשו, טאַק ער יעשטשע לאַך".
אַז איר קוקט אַרײַן אין די ייִדישע ענציקלאָפּעדיעס, זעט איר, אַז פֿאַר דער מלחמה זענען ס׳רובֿ בעסאַראַבער ייִדן געווען באַשעפֿטיקט אין לאַנדווירטשאַפֿט און בעל־מלאָכישע אַרטעלן. מער ווי אין בעסאַראַביע די צאָל ייִדישע פּויערים איז געווען נאָר אין פּאַלעסטינע. קיין גרויסע פֿאַרלאַגן אָדער דרוקערײַען אין בעסאַראַביע זענען נישט געווען. און ווער האָט געדאַרפֿט זיי האָבן, ווען אין אַ קאַצנשפּרונג־מהלך האָט איר געהאַט אָדעס, יאַס, טשערנאָוויץ און אַפֿילו בוקאַרעשט און לעמבעריק. און ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז דער "ליפּקאָנער ליטעראַרישער אָלימפּ" — אליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג, משה אַלטמאַן, מיכאל קאַופֿמאַן — האָט זיך שטילערהייט איבערגעקליבן קיין טשערנאָוויץ, בוקאַרעשט און יאַס.
אַזאַ קולטורעלן און נאַציאָנאַלן אויפֿבלי, ווי בעסאַראַבער ייִדנטום, האָט נישט געקענט און נישט איבערגעלעבט קיין איין אייראָפּעיִש לאַנד, — יעדעס שטעטל האָט געהאַט אַ צענדליק קולטור־קרײַזן, אַמאַטאָרישע טעאַטערס און אַרויסגעגעבן מינימום צוויי ייִדישע צײַטונגען.
ניט סתּם דערצייל איך עס אײַך, נאָר מיט אַ כּוונה. אין די מיט־1980 יאָרן האָב איך געזוכט מאַטעריאַלן פֿאַר מײַן בעלצער ייִדישער טעאַטער־סטודיע "מנורה", און ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מע דאַרף ניט זוכן, די אוצרות ליגן פֿאַר די אויגן, דערצו נאָך בשפֿע. מיך האָבן אינטערעסירט ניט נאָר איינצלנע לידער, נאָר מער פֿון אַלץ אַ גאַנצער רעפּערטואַר, פּראָגראַם פֿון דעם אָדער אַנדערן אינפֿאָרמאַטאָר. די ערשטע און וויכטיקסטע איז געווען מײַנע אַ ווײַטע קרובֿהטע, הילדע בוקשטיין, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן. אַ געבוירענע אין בעסאַראַבער כאָטין, האָט זי שטודירט מעדיצין אין בוקאַרעשט, און, אַז קיינער זאָל ניט וויסן, בסתר געזונגען אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן, כּדי צו האָבן אַ פּאָר פּרוטות אין קעשענע.
בעת דער מלחמה האָט הילדע געדינט אין דער רויטער אַרמיי, אַהיים געקומען מיט אַ פֿריש געבאַקענעם מאַן און אַ טשעמאָדאַן מעדאַלן. קיין זכר פֿון איר משפּחה האָט זי אין כאָטין נישט געפֿונען. און דאַן, האָט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק זיך באַזעצט אין דעם אַמאָליקן שטעטל מאַרקולעשט, און מיט יאָרן שפּעטער איבערגעפֿאָרן קיין בעלץ. פֿון איר האָב איך איבערגענומען און פֿאַרשריבן אַ פּאָר צענדליק לידער, וועלכע זי האָט מיטגעבראַכט פֿון כאָטין קיין בוקאַרעשט, און זיי געזונגען אויף דער בינע אין די יאָרן 1929—1934. צווישן זיי — אַ זעלטענער וואַריאַנט פֿון "מײַן שטעטעלע בעלץ". אינטערעסאַנט איז, אַז דער אָנהייב פֿונעם ליד, לויט דער מאָדע פֿון די 1930ער יאָרן, איז גענומען פֿון אַן אַנדער ליד.
(אינעם ליד ווערט אָפּגעהיט די אויסשפּראַך פֿון דער אויספֿירערין, הילדע בוקשטיין.)
ווען איך דערמאָן זיך אָן מײַן קינדער־יאָר,
נאָר ווי אַ חלום קומט עס מיר פֿאָר.
וווּ שטייט אַ שטיבעלע וווּ איך האָב געוווינט,
און אויך אַ ביימעלע, וואָס איך האָב פֿאַרפֿלאַנצט.
דער גאַניק איז קרום, צעבויגן די ווענט,
איך וואָלט אים אַצינד אויף זיכער נישט דערקענט.
איך בענק נאָך מײַן שטיבעלע,
און וויל עס נאָך זען,
און אויף מײַן געסעלע
כאָטש נאָך איין מאָל גיין.
בעלץ, מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
אוי־יאָ־יאָי, בעלץ, מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
אין יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן פֿון דער שול אויך גלײַך,
און מיט טלית אין דער רעכטער האַנט,
פֿלעג איך לויפֿן מיט אַלע חבֿרימלעך...
בעלץ, מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
גיין אין חדר אַרײַן אַלע טאָג האָט זיך מיר אַוודאי נישט געגלוסט.
פֿלעג איך לויפֿן צו דעם טעכעלע
און זיך געשפּילט בײַ דעם ברעגעלע...
בעלץ, מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
זענט איר אַ מאָל געווען אין בעלץ?
מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
אַז איך בין אין חדר אַרײַנגעקומען,
האָט מיך דער רבי שוין דערזען.
בין איך געבליבן שטיין פֿאַר מורא,
האָט ער מיך צוגעשלעפּט צו דער תּורה....
בעלץ, מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
אוי־יאָ־יאָי, בעלץ, מײַן שטעטעלע בעלץ,
מײַן היימעלע, וווּ איך האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.