ליטעראַטור

בײַ יונה סטעלמאַך איז געווען אַ שבת־צו־נאַכטס ווי אַלע מאָל. ער האָט געשפּאַנט איבערן שטיבל און נישט געהערט, ווי זײַן ווײַב נעכע האָט אים גערופֿן עסן וועטשערע:
— נו, וויפֿל מאָל דאַרף מען רופֿן? די בוריקלעך ווערן דאָך קאַלט!
— קאַלטע בוריקלעך־ראָסל איז נאָך געשמאַקער, — האָט יונה געזאָגט און זיך געזעצט עסן.
— פֿרומקע, גיי אויך צום טיש! — האָט נעכע אַ רוף געטאָן.
נאָר פֿרומקע איז, ווי פֿריִער, געזעסן אויף דער הילצערנער שלאָפֿבאַנק, מיטן אָפֿענעם ביכל אויף די קני. זי האָט פֿאַרפֿלאָכטן און פֿונאַנדערגעפֿלאָכטן דעם העל־ברוינעם צאָפּ. אירע באַקן האָבן זיך געצונדן און געלאָשן. אַ טיפֿער אומעט האָט אַראָפּגעקוקט פֿון איר פּנים און פֿון אירע גיך־גיך זיך פֿלעכטנדיקע בלייכע פֿינגער.

טעאַטער, ייִדיש־וועלט

המן־הרשע פֿירט מרדכי הצדיק אין "המנס מפּלה", אַ פּיעסע פֿון חיים סלאָוועס

אין אַ נײַעם באַנד וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — ״Modern Yiddish Stage״ — רעדאַקטירט פֿון די פּראָפֿעסאָרן יואל בערקאָוויץ און באַרבאַראַ הענרי קען מען אויך לייענען אַ סך אינטערעסאַנטע אַרבעטן וועגן ייִדישער מוזיק; בפֿרט, וואָס שייך מוזיק אויף דער בינע. אַלע עסעען אינעם באַנד זענען אינטערעסאַנט, אָבער מיר וועלן נאָר באַטראַכטן די אַרבעטן וואָס רירן אָן די טעמע פֿון אונדזער רובריק, מוזיק.
די ייִדישע פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען אָפֿט געזונגען, און די לידער פֿון אליקום צונזער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלוול זבאַרזשער, מיכל גאָרדאָן און יואל לינעצקי, צווישן אַנדערע, זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך געזאַנג, כאָטש מע האָט געוויינטלעך נישט געוווּסט ווער ס׳איז דער מחבר פֿונעם ליד. אַליסאַ קווינט שרײַבט וועגן דעם טערמין "פֿאָלקס־פּאָעזיע" לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿרעפֿיקס "פֿאָלק" מיינט נישט, לאַוו־דווקא, אַז די פּאָעזיע איז פּשוט. די ביכער פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָבן בפֿירוש געצילט אויף אַ מער סאָפֿיסטיצירטן עולם, נישט דאָס "פּראָסטע" פֿאָלק. אין איר פֿאָרמולירונג, האָבן זיי געשאַפֿן פֿאַרן סאַלאָן און נישט דער קרעטשמע.

ליטעראַטור

נאָכן לוסטגאָרטן, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ צערקווע און הײַנט איז פֿון דער צערקווע געבליבן בלויז דער ציגלנער פֿונדאַמענט — דאָרט, צווישן שטיינער און ווילדע געוויקסן, איז געלעגן קיווקע גנבֿ. לעבן אים — אַ רעקל. אויפֿן רעקל — אַ בלוי טוכן היטל מיט אַ לעדערנעם דאַשיק. קיווקע האָט זיך געוואַרעמט. ס׳העמד אַרום האַלדז איז בײַ אים געווען צעקנעפּלט. ער האָט הנאה געהאַט, וואָס די סעפּטעמבער־זון בריט נישט מער, וואָס אַרום איז אַזאַ בלויע רחבֿות. און אין דער רחבֿות, וווּ עס טראָגן זיך אלול־פֿעדים, הערט זיך ס׳געקלימפּער פֿון טרוקענע בלעטער, הערט זיך אַ ווײַט גערודער פֿון ווילדע גענדז.
וווּהין פֿליִען די גענדז?

ליטעראַטור

מײַנער אַ באַקאַנטער דערציילט:
מיט פּרוזדאַקן האָב איך אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. איך האָב זיך געפֿילט זייער נאָענט צו אים, וואָרעם ער איז געווען זייער ענלעך צו מיר סײַ אין אויסזען, סײַ אין כאַראַקטער: ער — אַ הויכער, איך — אַ הויכער. ער האָט געהאַסט דעם באָס, ווי אַ חזיר, — איך אויך. ער האָט פֿײַנט געהאַט צו אַרבעטן, איך האָב אויך ליב געהאַט אַרומצוגיין ליידיק. ער איז געווען אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון דער נאַטור און איך בין פֿון דער נאַטור אויך געווען אַ גרויסער ליבהאָבער. ער פֿלעגט רעגלמעסיק באַוווּנדערן די מיטנאַכט־זון אויף די “פֿיאָרדן", וואָס ער האָט קיין מאָל ניט געזען, און איך פֿלעג אויך סיסטעמאַטיש זײַן אַנטציקט פֿון דעם זון־אונטערגאַנג אויף די אַלפּן, וואָס איך האָב אויך קיין מאָל ניט געזען.

ליטעראַטור

קאָ, קאָ... קאָ, קאָ, קאָ.
קאָ, קאָ, קאָ־קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ.
הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבוירן־טאָג. אויב זי האָט קיין טעות ניט, אויב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.
זי זיצט אין דרויסן אויף דער פּריזבע, אײַנגעהילט אין אַ שאַל איבערן קאָפּ, אַ קליינינקע און אײַנגעפּלעטשטע, די אָדערדיקע הענט אירע אונטער דער שאַל — אַראָפּגעלאָזטע פֿליגל; ווי אַ קוואָטשקע.
איין אויג דרימלט איר פֿאַרגלאָנצט, טאַקע ווי בײַ דער ראַבער הון אירער אין אַ כמורנעם טאָג, אין קאַמער אויפֿן סידעלע.
זי האָט שוין לאַנג קיין אייער ניט געלייגט, (די הון), גאָר־גאָר לאַנג קיין הינדעלעך ניט אויסגעפֿירט. דרייט זיך אום איין־און־איינציקע בײַ דער שטוב, האַלט דאָס קעפּל אויף אַ זײַט, קוקט מיטן איינעם אייגל איר, (דאָס צווייטע האָט מען איר אויסגעפּיקט), טוט אַ צעפּאָרפּל אַ בערגל מיסט, אַ צופּ אַ פֿאַרטריקנט גרעזל, אַ טרינק אין אַ שיטער בלאָטקעלע. ווען דער הימל פֿאַרכמאַרעט זיך נאָר, שפּאַנט זי אַוועק מיט דריבנע טריטעלעך (די הון) אין קאַמער אַרײַן, דראַפּעט זיך אַרויף אויפֿן סידעלע, און דאָס איינע אייגל דרימלט איר פֿאַרגלאָצט, פֿאַרצויגן מיט אַ הײַטעלע.
פֿילאָסאָפֿישע קשיות באַפֿאַלן זי הײַנט (דער לערערין). קשיות אַלטע ווי די וועלט. אַ שטייגער: וואָס איז געווען פֿריִער: דאָס איי אָדער די הון? ווער האָט וועמען געבוירן: דאָס איי די הון, אָדער די הון דאָס איי?

ליטעראַטור

בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.
נאַטירלעך וואָלט דערפֿון גאָר נישט געווען, ווען בײַ ר׳ געצל יאָשעס וואָלטן נישט געווען זעקס דערוואַקסענע טעכטער, איינע אונטער דער אַנדערער פֿון צוואַנציק יאָר ביז... נאָר דאָס זאָגט מען נישט אויס. בקיצור עס וואָלט דערפֿון גאָר נישט געווען, ווען...
ר׳ געצל יאָשעס איז פֿון די אַלטע באַלעבאַטים אין שטאָט. זײַן טאַטע האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע, דער זיידע גאָר אַ גרויסע, און דער עלטער־זיידע — גאָר־גאָר אַ גרויסע. דעם עלטער־עלטער־זיידן געדענקט שוין די געשיכטע נישט. אייניקע זאָגן, אַז ער איז געווען פֿון די ערשטע חסידישע רביים, און אַנדערע האַלטן, אַז ער איז געווען גלאַט אַ פֿערד־גנבֿ. נאָר אַזוי ווײַט דאַרף מען נישט קריכן. עס איז גענוג, אַז דער עלטער־זיידע האָט געשפּילט גאָר־גאָר אַ גרויסע ראָלע, דער זיידע גאָר אַ גרויסע, און דער טאַטע, און אַזוי ווײַטער. ער, ר׳ געצל יאָשעס אַליין, האָט געהאַט אַ צוויי־שטאָקיק קרום הויז, אַ פֿעלקרעמל אָן פֿעל, אַ “שטאָט" אין שול — אין רעכטן מיזרח, אָבער דער עיקר, זעקס דערוואַקסענע מוידן, מיט וועלכע ער האָט זיך קונה־שם געווען אַ סך מער ווי דער עלטער־עלטער־זיידע, אויב יענער האָט געהאַט אין זיך אַפֿילו ביידע מעלות צוזאַמען.

ליטעראַטור

אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אויף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געוואָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר"ל, וואָס איך האָב קיין אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר ווי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע!
מען שרײַבט, און מען שרײַבט, און מען שרײַבט —
מען דרוקט, און מען דרוקט, און מען דרוקט —
און אַלע אויף איין קול:
— אינדז גײַע־מאָ־אינטאָ! (אויפֿן פּוילישן דיאַלעקט) און — מיר גייען אונטער (אויף ליטוויש).
וואָס גייט אונטער? ווער גייט אונטער? פֿון וואַנען נעמט זיך די פּאַניק?
איך ווייס נישט ווער עס איז געווען דער איניציאַטאָר און דער באַגײַסטערער פֿון דער מרה־שחורהדיקער אַרמיי.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


דער רוסישער זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", וואָס קומט אַרויס אין ירושלים זינט 1995, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסישער אינטעלעקטועלער פּרעסע. די רעדאַקטאָרן, די רוסישע און העברעיִשע דיכטערין גלי־דנה זינגער און איר מאַן, דער קינסטלער נקוד זינגער, טײַטשן אויס דעם מיין פֿונעם טיטל ווי אַ טאָפּל־זײַטיקער שפּיגל. איין פּונקט אינעם דאָזיקן טאָפּלפּונקט איז רוסיש, און דער אַנדערער פּונקט — איז העברעיִש. אָבער דער רוסישער און דער העברעיִשער טייל זײַנען אידענטיש. יעדער איינער איז סײַ דער מקור, סײַ אַ פּירוש אויפֿן מקור.

ליטעראַטור

זײַן ווײַב איז געווען אַ שיינע. פֿון איר פּנים האָט געשלאָגן אַ וואַרעמע ליכטיקייט, אירע אויגן האָבן געלויכטן, אירע הענט האָבן געהאַט אַ וואַרעמע פֿולקייט און יעדע באַוועגונג פֿון איר קערפּער האָט גערופֿן און גערייצט.
זי האָט געשמייכלט צו אַלע מענער, און ווען די מענער האָבן גערעדט מיט איר, זענען זיי געווען אומרויִק און נאַריש צעשמייכלט.
אָבער ער, איר מאַן, האָט זי פֿײַנט געהאַט. ער האָט פֿײַנט געהאַט די לויכטנדיקייט פֿון אירע אויגן. ער האָט פֿײַנט געהאַט דאָס שפּיל פֿון אירע ליניעס און די קערנדיקע פֿולקייט פֿון איר לײַב איז פֿאַר אים געווען ליידיק און הויל.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 23סטן סעפּטעמבער 1962, האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" אָפּגעמערקט מיט אַ נעקראָלאָג די פּטירה, אין עלטער פֿון 49 יאָר, פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש. לייענען מיר אין דעם נעקראָלאָג, אַז קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער האָט אָפּגעלעבט אַ סך יאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט און contributed articles״ some of them in Yiddish, to a ״Communist youth newspaper ("געשריבן אַרטיקלען, אייניקע פֿון זיי אויף ייִדיש, פֿאַר אַ קאָמוניסטישער יוגנט-צײַטונג"). דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק (דער נעקראָלאָג איז כּולל נאָך אַ צאָל נאַרישקייטן), ווײַל קאַזאַקעוויטש איז קודם-כּל געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פֿון די סאַמע הצלחהדיקע צווישן די יונגע סאָוועטישע ייִדישע פּען-מענטשן. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט ניט נאָר אין צײַטונגען, אָבער אויך אַרויס ווי ביכער. דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער האָט אויך אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "מילך און האָניק". אין זײַן ליד "די ערד, וווּ איך בין גליקלעך" האָט ער געשריבן, אַז אין ביראָבידזשאַן האָט ער געזען ווי

ליטעראַטור

אַ גאַנצע נאַכט האָבן פֿאַנטאַסטישע ים־כוואַליעס מיך געהאַלטן געשפּאַנט. מיר שווימען צוזאַמען, איך און ער. דער ים ליגט פֿלאַך אָפּגעצויגן ווי אַ זײַדענע קאָלדרע איבער אַ פֿאַרבעטן בעט. איך שווים אויפֿן רוקן אָן שום אָנשטרענג. אים זע איך ניט. איך פֿיל זײַן נאָענטקייט אין ריטעם פֿון דער כוואַליע אין פּריוואַטן האַפֿן פֿון פֿרעמדן ים.
איבער אונדז אין בלויען שטח טשאַטעווען פֿייגל מיט שנאָבלען, ווי שווערדן. זיי פּאַטראָלירן דעם ים־ברעג. אויך איך האַלט אַן אויג אויפֿן האָריזאָנט, גלאַט אַזוי, פֿון געוווינהייט וועגן. פֿון ווײַטנס זע איך ווי דער ים בײַכלט זיך. די קאָלדרע הייבט זיך אונטער, רונדיקט זיך אויס, פֿון דעם בײַכל ווערט אַ באַרג, פֿון באַרג אַ וואַנט. די וואַנט וואַקסט ניט גלײַך, נאָר אויסגערונדיקט ווי אַ וועלבונג. זי הייבט זיך איבערן האָריזאָנט אַרויף צום הימל, בייגט זיך איבער זיך אַליין, אין אַ האַלב־רונדיקן קרײַז, ווי אַ קופּאָל. הינטער דעם קופּאָל איז דער ים אויסגעשעפּט. ווײַסע זעגלשיפֿן זיצן אויפֿן דנאָ. די פֿייגל מיט די שנאָבלען ווי שווערדן פֿאָכען מיט די פֿליגלען. איך וויל אַנטלויפֿן, נאָר איך זע ניט קיין ברעג. איך רײַט אויפֿן רוקן פֿון אַן אַנטקעגנדיקער כוואַליע. אויפֿן נאַקעטן ים־דעק וואַלגערן זיך סקעלעטן. איך הער זײַן קול איבערן רעש פֿון ים. איך שטרענג זיך אָן אים צו גרייכן — און פֿאַל, פֿאַל...

ליטעראַטור

די שמאָלע שטיינטרעפּ, געשפּאָלטענע מיט אײַנגעפֿרעסענעם אַלטן שטויב, מיט אָפּגעטרעטענע טריטגריבער, האָבן זיך געדריידלט, ווי די רינגען פֿון אַ שלאַנג, אַראָפּ, אַראָפּ ווי אין דער פֿינצטערניש פֿון אָפּגרונט. בײַם אַראָפּנידערן אין קעלער האָט מען געמוזט נייגן דעם קאָפּ, אַז ער זאָל זיך נישט אָנשלאָגן אין דעם האַלב־קײַלעכדיקן, מיט פֿײַכטן שימל אָנגעוואַקסענעם ציגל־געוועלב, וואָס האָט, ווי אַ גרויסע שוואַרצע שיסל, איבערגעקערט מיטן מויל אַראָפּ, שווער געהויערט איבערן קעלער. צום ערשטן זענען די אויגן בלינד געוואָרן אין דער גראָער געדיכטעניש פֿונעם שטויב, וואָס האָט גענעפּלט אין דער לופֿטן ווי אַ וואָלקן אַש. פּעלצהאָר, געקרימטע שטיקלעך פֿאָדעם, ווי ווײַסע ווערים, זענען געשוווּמען אין אים. מען האָט געהערט אָפּגעהאַקטן, הייזעריקן הוסטן פֿון ליידיקע ברוסטן, ווי פֿון פּויקן, אין קײַכעדיקן אָטעם, ווי פֿון געוואָרגענע העלדזער.