קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סצענע פֿונעם פֿילם "די אָבלאַווע" (La Rafle)
בערך מיט אַ יאָר צוריק האָב איך געקוקט דעם פֿראַנצויזישן פֿילם “שׂרהס שליסל", וואָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק. איך בין זיכער, אַז אַ סך לייענער פֿון “פֿאָרווערטס" האָבן עס אויך געזען, אַזוי אַז איך וועל נאָר דערמאָנען, אַז דער סיפּור-המעשׂה איז אויפֿגעבויט געוואָרן אַרום די טראַגישע געשעענישן אין פּאַריז מיט זיבעציק יאָר צוריק. אין יולי 1942 האָט די פֿראַצייזישע פּאָליציי געמאַכט אַן אָבלאַווע אויף ייִדן. געטאָן האָט מען עס סעלעקטיוו — דער עיקר האָט מען געכאַפּט ניט פֿראַנצויזישע בירגער. ס’רובֿ פֿון די אַרעסטירטע ייִדן, 13,152 נפֿשות, האָבן פֿאַרענדיקט זייער לעבן אין אוישוויץ. דער דאָזיקער בלוטיקער פֿלעק קען ניט אָפּגעווישט ווערן פֿון דער געשיכטע, און אין פֿראַנקרײַך רעאַגירט מען פֿאַרשיידנאַרטיק — בתוכם אַנטיסעמיטיש — אויף דעם דאָזיקן חורבן-עפּיזאָד.
בכלל, אויף דעם גורל פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך קען מען דאָך אַ קוק טאָן “פּאָזיטיוו": די 75 טויזנט אומגעבראַכטע ייִדן האָבן אויסגעמאַכט “נאָר" 24 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און דער דאָזיקער “פּראָצענט" איז נידעריקער אין פֿאַרגלײַך מיט כּמעט אַלע אַנדערע אָקופּירטע לענדער — אַ חוץ: איטאַליע, דענמאַרק און בולגאַריע. מע קען אויך זיך גרויסן (און מע גרויסט זיך) מיט דעם וואָס אין יולי 1942 האָט די פֿראַנצויזישע פּאָליציי פֿון דעסטוועגן ניט אויסגעפֿילט דעם פּלאַן, געשטעלט מצד די דײַטשן. אַרום צען טויזנט “פֿאַרפּלאַנירטע ייִדן" האָבן זיך געראַטעוועט — אַ דאַנק די שכנים, דער זעלבער פּאָליציי און אַנדערע מענטשן. און דאָך האָבן טויזנטער ייִדן געהאַט אַן אַנדער דאָליע, און אויך “אַ דאַנק" שכנים, פּאָליציי און אַנדערע לײַט. און דײַטשן זײַנען אין דעם אַלץ ניט געווען דירעקט אַרײַנגעמישט.
איך האָב מורא צו קוקן פֿילמען וואָס באַרירן טעמעס פֿונעם חורבן. און ניט נאָר ווײַל איך לעב שטאַרק איבער. נאָך מער האָב איך מורא זיך צונויפֿשטויסן מיט אַ טאַנדעט צי אַ דורכפֿאַל — מיט פֿאַלשקייט, מיט שמאַלץ, מיט סכעמאַטישקייט. צום באַדויערן, האָט זיך מײַן מורא שוין ניט איין מאָל באַרעכטיקט. אָבער פֿון “שׂרהס שליסל" האָב איך אַזאַ געפֿיל ניט אַרויסגעטראָגן. פֿאַרקערט, מיר האָבן גערעדט דערנאָך צווישן זיך (מײַן טאָכטער האָט אויך געלייענט דאָס בוך פֿון טאַטיאַנאַ דע ראָסניי), אַז נאָר אַזאַ הויכער ניוואָ פֿון קונסט — אי פֿון דער מחברטע, אי פֿון די טוער פֿון קינאָ — איז באַרעכטיקט פֿאַר דער דאָזיקער טעמע.
און דאָ, גאָר ניט לאַנג צוריק, באַקום איך אַן אַײַנלאַדונג צו זען נאָך איין פֿילם מכּוח די געשעענישן אין יוני

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

מירון סומה: בילד פֿון הבימה־פֿאָרשטעלונג פֿונעם "דיבוק", 1949

אַ דיבוק! אַ דיבוק! אַ דיבוק!
מען האָט מיט דיבוקים צו טאָן.
דיבוקים, דיבוקים פֿון אַלערליי סאָרטן...
זיי קריכן אַצינד אויבן אָן....


דער טונקעלער,
פֿון דער פּאָעמע
"דער דיבוק", 1921

ווען ש. אַנ־סקיס קלאַסישע דראַמע "דער דיבוק" איז צו ערשט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אויף דער בינע אין 1920, האָט קיינער נישט געקענט פֿאָרויסזען וואָס פֿאַר אַ רושם דאָס וועט מאַכן נישט בלויז אויף די ייִדן, נאָר אויף דער גאַנצער וועלט. צום באַדויערן, האָט אַנ־סקי נישט דערלעבט צו זען די ערשטע סוקצעסן פֿון זײַן ווערק בײַ דער ווילנער טרופּע און בײַם העברעיִשן “הבימה"־טעאַטער — די פּאָפּולערקייט וואָלט אים זיכער הנאה געטאָן. אָבער מיט דער גרויסער פּאָפּולערקייט פֿון אַ פּערזענלעכקייט אָדער זײַנעם אַ ווערק, קומט אויך די מענטשלעכע נטיה צו מאַכן חוזק דערפֿון, עס אַראָפּצורײַסן דורך פּאַראַדיע און סאַטירע.
דער אינטערעס צו אַנ־סקיס "דיבוק" ווערט נישט קלענער מיט די יאָרן. זונטיק, דעם 28סטן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען בײַם מערילענדער אוניווערסיטעט אַ “דיבוק־מאַראַטאָן": די אַקאַדעמיקער און קינסטלער האָבן זיך באַטייליקט אין סימפּאָזיומס; סטודענטן האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון דער דראַמע; “דער דיבוק: אַן אָפּערע אין ייִדיש" פֿון שלמה עפּשטיין איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן; אַ פֿילם פֿון אַ נײַער “הבימה"־באַאַרבעטונג פֿון דער פּיעסע מיט ליאַלקעס האָט מען געוויזן, און אַחרון, אחרון חבֿיבֿ — דעם קלאַסישן ייִדישן פֿילם פֿון 1937 האָט מען אויך געוויזן. די דיבוק־מאַניע האָט זיך אָנגעהויבן בײַ די וואַרשעווער ייִדן נאָך אין די 1920ער יאָרן און אויפֿגעלעבט געוואָרן, ווען דער פֿילם איז אַרויס.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן — אַלטע וויצן"
כ׳האָב דאָך שוין געזען אָפּפֿאַלעכץ, אָבער אַזוינס האָב איך נאָך נישט געזען. וואָס טוט זיך מיט די אַמעריקאַנער ייִדן־צושויער בכלל? וווּ קומט אַהין די ייִדישע חכמה? ייִדישע קולטור? ייִדישע טראַדיציעס? פֿון וואַנען איז געקומען צו אונדז אין מויל אַזאַ ניבול־פּה בפֿרהסיא, דאָס הייסט, אין דער עפֿנטלעכקייט, פֿאַר אַלעמען אין די אויגן, פֿאַר אַן עולם טעאַטער־גייער, יונגע יאַטן מיט יאַרמלקעס, אַלטע ייִדן מיט אויסגעלאַסענע געלעכטערס, צוזעענדיק פֿאַר די אייגענע אויגן אַזאַ געמויזעכץ און אַזאַ שמוץ.
ווי איך האָב שוין דערמאָנט, הייסט די פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן דערציילן וויצן," וואָס שפּילט שוין איבער אַ יאָר מיט גרויס דערפֿאָלג, אין "וועסטסײַד טהיעטער" אויף דער 43טער גאַס און נײַנטער עוועניו צו אויספֿאַרקויפֿטע הײַזער. עפּעס לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל. דאַכט זיך מיר, אַז ביז אַהער זײַנען מיר געווען סטאַטעטשנע און אָנשטענדיקע ייִדן, וואָס מיט דעם טראָגן מיר זיך אַרום דורות־לאַנג, להבֿדיל, אַ מישכּן מיט עטיק און מאָראַל. אַ קלוג פֿאָלק, אַ שעפֿעריש פֿאָלק, אַ געראָטן פֿאָלק. מיט אַ מאָל קומט אונדז קאַפּויער דאָס אַמעריקע, די פֿרײַהייט, די לויזע באַציִונג צו קינד און קייט. מיר האָבן אײַנגעשלונגען די גאַס אַזוי ווי זי גייט און שטייט. די ייִדישע פּראָסטקייט, גראָבקייט און חזירישקייט, וואָס האָט מסתּמא עקזיסטירט אויך פֿריִער, אָבער בלויז צווישן געוויסע שיכטן ווי בלאַטע, גאַסנפֿרויען און סטראָגער־ייִדענעס.
די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג באַשטייט העיקר פֿון דערציילן וויצן. אַלטע וויצן וואָס האָבן שוין בערד, נײַע וויצן וואָס קומען פֿון פֿרעמדע קוואַלן — נישט קיין ייִדישע — וואָס הייבן זיך אָן בזה־הלשון:
"אַ גלח, אַ רבי און אַ זשאַבע..."
איר פֿאַרשטייט דאָך שוין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. כ׳דאַרף דאָך אײַך נישט אַרײַנלייגן אַ פֿינגער אין מויל. דער עולם כאַכאָטשעט אויפֿן הויכן קול. מען קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער פֿון יעדן ברודיקן וויץ וואָס האָט צו טאָן מיט אַ מענטשנס אַנאַטאָמיע, פֿון אויבן ביז אַראָפּ. אַלטע ייִדן און ייִדענעס וויצלען זיך וועגן סעקס, מיט דעם וואָס האָט צו טאָן מיטן קלאָזעט, מיט נאַקעטקייט און אָפּפֿירמיטלען. איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן. ס׳איז אַן איבערקערעניש אין ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. מיר גייען פֿאַרלוירן צווישן דער אָפּגעשטאַנענקייט פֿונעם פּראָסטן המון אַמעריקאַנער ייִדן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Eliyana R. Adler. In Her Hands:
The Education of Jewish Girls
in Tsarist Russia. Detroit:
Wayne State University Press, 2011.

אין 1831 האָט אַ ווילנער ייִד מיטן נאָמען שאול פּעריל געעפֿנט אַ פּריוואַטע שול פֿאַר מיידלעך, וואָס איז, מסתּמא, געווען דער ערשטער אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין אין רוסלאַנד. דאָס איז געוואָרן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה אין דער ייִדישער דערציִונג, און אין משך פֿון די קומענדיקע פֿופֿציק יאָר זײַנען אין דעם רוסיש־ייִדישן תּחום־המושבֿ אויפֿגעקומען הונדערטער פּריוואַטע שולן פֿאַר מיידלעך, מערסטנס פֿון דער ערשטער מדרגה. די דאָזיקע שולן האָבן דערצויגן צענדליקער טויזנטער תּלמידות, וועלכע האָבן שפּעטער געהאַט אייגענע משפּחות מיט קינדער. דער מאַמעס דערציִונג האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם וועלטבאַנעם פֿונעם נײַעם דור פֿון רוסישע ייִדן.
עד־היום באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער דערציִונג, כּמעט אויסשליסלעך, דעם מענערישן געשלעכט. עס זײַנען דאָ הונדערטער זכרונות אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן וועגן חדר און ישיבֿה, און צענדליקער היסטאָרישע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. אין משך פֿון הונדערטער יאָרן פֿירט די ייִדישע פּרעסע הייסע וויכּוחים וועגן די צילן, מעטאָדן און אינהאַלט פֿון דער ייִדישער דערציִונג. אָבער ביזן 20סטן יאָרהונדערט איז די רייד געגאַנגען קודם־כּל וועגן ייִנגלעך.
דאָס בוך פֿון עליאַנאַ אַדלער מאַכט אַ רעקאָנסטרוקציע פֿונעם פֿאַרגעסענעם בלאַט פֿון דער ייִדישער קולטור־גישיכטע. דער יסוד פֿון איר אַרבעט זײַנען הונדערטער פֿאַרשידנאַרטיקע דאָקומענטן, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין צענטראַלע און פּראָווינציעלע אַרכיוון פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע׃ בקשות, באַריכטן, סטאַטיסטישע ידיעות, לערן־פּלענער. יעדעס שטיקל אינפֿאָרמאַציע דינט ווי אַ קליינער פּרט אינעם גרויסן אַלגעמיינעם בילד, וואָס ווערט אַלץ ברייטער און טיפֿער מיט יעדן קאַפּיטל.

ליטעראַטור

די אילוסטראַציעס פֿון רחל שאַליט־מאַרקוס צו שלום־עליכמס דערציילונגען איז איינע פֿון די טעמעס אין דער נײַער זאַמלונג "לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט". אויפֿן בילד — "מיר פֿאָרן קיין אַמעריקע".
עס זעט אויס, אַז עפּעס שוועבט אין דער לופֿטן די טעג, וואָס מוטיקט די אַקאַדעמיקער אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש, אַרויסצוגעבן סך־הכּלען פֿון זייער אַרבעט. אָקאָרשט האָבן מיר רעצענזירט אַן אַמעריקאַנער זאַמלונג וועגן דער מאָדערנער ייִדישער בינע, און איצט איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד אַ וואָגיקער באַנד "לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט", לכּבֿוד 15 יאָר פֿונעם יערלעכן סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד.
די הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער דײַטשער אונטערנעמונג, די פּראָפֿעסאָרן מאַריאַן אַפּטרוט און שמעון נויבערג, צוזאַמען מיט די פּראָפֿעסאָרן אפֿרת גל־עד און ראָלאַנד גרושקאַ, לערערס אין דײַטשע אוניווערסיטעטן, האָבן רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן די זאַמלונג פֿון 650 זײַטן. דער פֿאַקט וואָס דײַטשלאַנד איז געוואָרן אַ צענטער, אויב נישט דער צענטער, פֿון ייִדישיסטיק הײַנט, איז שוין לאַנג אַ פֿאַקט, און נישט קיין נײַעס. דער דײַטשער סימפּאָזיום איז די איינציקע יערלעכע אַקאַדעמישע ייִדיש־קאָנפֿערענץ אויף דער וועלט. אינעם גאַנצן באַנד באַמיט מען זיך אָפּצודרוקן די ייִדישע טעקסטן אויף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, און עס קומט די אַרויסגעבער אַ יישר־כּוח, וואָס זיי האָבן דאָס געהאַלטן פֿאַר וויכטיק.
דער באַניץ פֿונעם וואָרט "הײַנט" אינעם טיטל פֿון אַ ווערק אָדער רעקאָרדירונג (אין די 1950ער און 1960ער יאָרן האָבן עטלעכע פּלאַטעס פֿון דזשעז־מוזיק געהייסן "דזשעז, הײַנט!") טראָגט מיט זיך אַלע מאָל אַ סכּנה, ווײַל ביז דאָס בוך אָדער פּלאַטע ווערט אַרויסגעגעבן איז דער "הײַנט" שוין "נעכטן". צי וועט מען אין 25 יאָר אַרום צוריקקוקן אויף דעם באַנד און באַטראַכטן די אויסגאַבע ווי אַן עכטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט אין 2012?

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רעין פּרײַער
ווען אַ פֿאָרשטעלונג האָט עפּעס צו טאָן מיט ייִדן, סטאַרע איך זיך דאָס נישט צו פֿאַרפֿעלן. זעט אויס, אַז טעאַטער איז אין מײַנע ביינער. מסתּמא האָט זיך אָפּגערופֿן עפּעס אַ ווײַטע עלטער־עלטער־עלטער־באָבע מײַנע, אָדער גאָר אַן עלטער־זיידע וואָס זייערע גענען האָבן אָנגעגריפֿן מײַנע געפֿעס־קעמערלעך און מיך אָנגעשטעקט מיטן טעאַטראַלן חומר, אַבי נישט מיטן שׂכל פֿון אַ חמור. ווי עס זאָל נישט זײַן, בין איך אַוועק זען די פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס." אויף ייִדיש האָט דער נאָמען בכלל נישט קיין ייִדישן טעם, אויף ענגליש אויך נישט.
די מוזיקאַלישע איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן מיט מאַרטין לוטער קינגס רעדע וווּ ער האָט געפּריידיקט גלײַכהייט פֿאַר זײַנע ברידער און שוועסטער, וועלכע קומען אַרויס פֿון שקלאַפֿערײַ, מיט דעם לאָזונג: "איך האָב אַ חלום!" (I have a dream).
גלײַך נאָך דער רעקאָרדירטער רעדע, פֿאַלט דער רעפֿלעקטאָר אויף אַ זינגערין, אָנגעטאָן אין אַ פּאָר, וואָס מען רופֿט דאָ־הי "דזשינס"־הויזן, מיט אַ שוואַרץ העמדל, מיט אַ צעפּלאָשעטן קאָפּ האָר, וואָס מען רופֿט דאָ אָן "אַפֿראָ." די חבֿרהמאַנטע הייבט אָן מיט כּל־נדרי, אויסטײַטשנדיק עס מיט דזשעז, און באַלד גייט זי אַריבער צו אַ ליד וואָס האָט צו טאָן מיט "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס," און ווען זי ענדיקט, דערוויסט מען זיך ערשט, אַז זי איז די טאָכטער פֿונעם גאָר באַרימטן אַקטיאָר־פֿאַרווײַלער און מאָנאָלאָגיסט — ריטשאַרד פּרײַער.
כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך געדענקען דעם קאָמיקער. איך געדענק אים גוט, ווײַל ער איז אויפֿגעטראָטן אין די זעכציקער יאָרן אויף דער טעלעוויזיע. גאָר אַ באַגאַבטער קאָמעדיאַנט געווען, פֿול מיט טאַלאַנט, קאָמיזם און פֿאַרווײַלונג.
איך דערמאָן זיך אויך די ביטערע בשׂורה, אַז דער חבֿרהמאַן, דער לץ, האָט זיך אונטערגעצונדן וועלנדיק באַגיין זעלבסטמאָרד. די זאַך איז אים אָבער נישט געלונגען, אָבער קיין שטיק געזונט איז אים דערפֿון אויך נישט צוגעקומען.

קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃
מישע לעוו
(אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער, 2011)

דער שרײַבער מישע לעוו איז געבוירן געוואָרן אינעם אַלטן ייִדישן שטעטל פּאָגרעבישטשע אין אוקראַיִנע אינעם יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917. זײַן לעבנסגאַנג איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון סאָוועטישן ייִדנטום און זײַן קולטור. אין 1925 האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין סטאַלינדאָרף, דעם נײַ־געשאַפֿענעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין אוקראַיִנע. דאָס איז געווען אַ טייל פֿונעם סאָוועטישן פּלאַן פֿון דער "פּראָדוקטיוויזאַציע" פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס איז געוואָרן שטאַרק פֿאַראָרעמט בעת דער ליקווידאַציע פֿון דער "נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק".
דאָס גאַנצע לעבן אין די ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען איז געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש. מישע לעוו האָט דאָרט פֿאַרענדיקט אַ ייִדישע מיטלשול און דערנאָך שטודירט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור אינעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וואָס האָט געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן. נאָך דעם אינסטיטוט האָט ער געאַרבעט אין דער צענטראַלער ייִדישער ביבליאָטעק אין מאָסקווע און אין דער רעדאַקציע פֿון דער צענטראַלער סאָוועטישער ייִדישער צײַטונג "דער עמעס".
זײַן ליטעראַרישע קאַריערע האָט איבערגעריסן די מלחמה, דעם 22סטן יוני 1941. ער איז געוואָרן אַ קורסאַנט אין דער מיליטער־שול אין פּאָדאָלסק לעבן מאָסקווע. אָבער שוין אין אָקטאָבער האָט מען די גאַנצע שול געשיקט אויפֿן פֿראָנט. די אויפֿגאַבע איז געווען צו פֿאַרהאַלטן די דײַטשישע אַרמיי, וואָס האָט זיך געריסן קיין מאָסקווע. פֿון טויזנטער קורסאַנטן זײַנען געבליבן לעבן בלויז געציילטע נפֿשות, אָבער אויך זיי זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן אין געפֿאַנגעניש.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוליאַ קיסינאַ.
"פֿרילינג אויף דער לבֿנה".
סאַנקט־פּעטערבורג, "אַזבוקאַ", 2012



יוליאַ קיסינאַ האָט זיך קונה־שם געווען אין דײַטשלאַנד און אייראָפּע מיט אירע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלערישע און פֿאָטאָגראַפֿישע קאָמפּאָזיציעס. זי ברענגט צונויף ליכט און שאָטנס, בלוטיקע פֿלייש און נעפּלדיקע וואָלקנס. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, האָט זי אָנהייב 1990ער יאָרן עמיגרירט קיין דײַטשלאַנד און געהערט הײַנט צו די סאַמע פּראָמינענטע מאָדערנע אייראָפּעיִשע קינסטלער.
אינעם אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "פֿרילינג אויף דער לבֿנה" דערציילט קיסינאַ וועגן אירע קינדער־יאָרן אויפֿן פּאָדאָל, דער אַלטער אָרעמער ייִדישער געגנט אין קיִעוו. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאָדערנער קינסטלערין, מישט זי די ווירקלעכקייט צונויף מיט דער פֿאַנטאַזיע. איר קינדהייט איז געווען דורכגעזאַפּט מיטן "גײַסט פֿון דער שטענדיקער צעשטערונג און צעשפּאַלטונג", וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף איר ווײַטערדיקן לעבן.
קיסינאַ שילדערט פֿאַרן לייענער איר אייגענעם קיִעוו פֿון די 1970ער יאָרן, ווען די אַלטע געגנטן, אַזעלכע ווי פּאָדאָל, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, זײַנען בהדרגה חרובֿ געוואָרן, און זייערע תּושבֿים האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין נײַע דירות אין גרויסע נײַ־געבויטע סאָוועטישע געבײַדעס אויף דער לינקער זײַט פֿונעם דניעפּער׃ "מיט דער צײַט האָט מען אַראָפּגעטראָגן די שטאָט און אויף איר אָרט אויפֿגעבויט אַ גאַנץ אַנדערע שטאָט. און אַזוי איז עס געשען אַ סך מאָל, און דערפֿאַר וועט קיינער די שטאָט שוין קיין מאָל ניט דערקענען."

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

די גאַנצע וועלט איז אַ פֿינצטערע שטוב
אַלץ איז הבֿל־הבֿלים.
אַזאַ קורצער וועג פֿונעם וויגעלע ביזן גרוב
אַלץ איז נישט מער ווי אַ חלום.
קוים ביסטו דערוואַכט
איז פֿינצטער און נאַכט.
עס ציטערט אין דיר יעדעס אבֿר.
ערשט געווען אַ קליין קינד,
ווי גיך און געשווינד,
עס וואַרט שוין אויף דיר דער קבֿר!

דאָס אַלטע ניו־יאָרקער טעאַטער־ליד האָט געזונגען מײַן באָבע, אָבער דאָס פֿינצטערע געפֿיל, וואָס ווערט דאָ אויסגעדריקט, קען מען אויך לייענען אינעם ספֿר קהלת, וואָס מע האָט אָקערשט געלייענט סוכּות אין שיל.
יענע וואָך האָט מען מיך פֿאַרבעטן אויף אַ פּראָבע־פֿאָרשטעלונג פֿון אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע "וואַרטנדיק אויף גאָדאָ" פֿון סאַמועל בעקעט. שיין בייקער און דוד מאַנדעלבאַום האָבן אויסגעשפּילט די ערשטע סצענע פֿון דער פּיעסע, וואָס בייקער האָט מײַסטערליש איבערגעזעצט פֿון ענגליש. די טרופּע "נײַער ייִדישער רעפּ־טעאַטער" וועט, מירטשעם, פֿאָרשטעלן די פּיעסע שפּעטער אין סעזאָן דאָס יאָר.
אין "וואַרטנדיק אויף גאָדאָ" גיט דעם דראַמאַטורג צו פֿאַרשטיין, אַז די וועלט, אונדזער לעבן און אַלץ אין דער וועלט איז אַן אַבסורד, אָן אַ זינען. די ערשטע סצענע וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרמאָגט נאָך אַ ביסל שוואַרצן הומאָר, אָבער די דראַמע ווערט טונקלער און מער פּעסימיסטיש אין דער צווייטער העלפֿט. די זעלבע געפֿילן פֿון דער אַבסורדישקייט, די זינלאָזיקייט פֿון אונדזערע לעבנס קען מען לייענען אין די ווערטער פֿון "קהלת", וואָס איז געשריבן געוואָרן מיט מער ווי צוויי טויזנט יאָר פֿריִער.

קינאָ
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּלאַקאַט פֿון דעם פֿילם "השוטר"
"עס איז געקומען די צײַט, אַז די אָרעמע זאָלן רײַך ווערן, און די רײַכע — זאָלן שטאַרבן.
די מדינה פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ מדינה פֿון האַרן און שקלאַפֿן;
פֿון אייגנטימער מיט פּריוואַטע עראָפּלאַנען, וואָס נעמען זיי וווּהין זיי ווילן, און פֿון די, וואָס האָבן נישט קיין געלט אויף אַן אויטאָבוס;
אַ מדינה אַ מנוּוולטע, וואָס הייסט אונדז צו בלײַבן רויִק".
די דאָזיקע ציטאַט איז גענומען געוואָרן פֿון אַ מאַניפֿעסט פֿון אַן אויסגעטראַכטער אַנאַרכיסטישער גרופּע אין ישׂראל, אין דעם פֿילם "השׁוטר" ("דער פּאָליציאַנט", 2011). אָט די גרופּע, אַ מין ישׂראלדיקע ווערסיע פֿון דער דײַטשישער באַדער-מיינהאָף באַנדע, פּלאַנירט איבערצוקערן דעם סדר-העולם דורכן פֿאַרכאַפּן דרײַ ישׂראלדיקע מיליאַרדערן און אַזוי צו געווינען די רעוואָלוציע.
פֿון דער אַנדערער זײַט, שטייען די עליטישע פּאָליציי-כּוחות פֿון דער מלוכה, וואָס זייער אַרבעט איז אויפֿצוהאַלטן מיט כּוח דעם איצטיקן סאָציאַלן סדר. אַזוי שאַפֿט דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט נדבֿ לפּיד — דאָס איז זײַן ערשטע פֿולמעטראַזשיקע אַרבעט — דעם הויפּט קאָנפֿליקט אין זײַן פֿילם, וואָס די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל, דעם 12טן יולי 2011. צוויי טעג שפּעטער האָט דפֿני ליף אויפֿגעשטעלט איר געצעלט אין מיטן פֿון דער ראָטשילד-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ.
קאָמיש איז, אַז בײַם אָנהייב האָט דער ישׂראלדיקער פֿילם־אַמט געוואָלט באַגרענעצן די עלטער פֿון די קוקער פֿון 18 און העכער; אַ באַשלוס וואָס מע האָט שפּעטער אָפּגעשאַפֿן, אָבער לכתּחילה האָט מען אים געהאַט אָנגענומען, אויס מורא צו פֿאַרפֿלאַנצן אין די קעפּ פֿון די יונגע ישׂראל־פּראָטעסטירנדיקע נאָך מער ראַדיקאַלע געדאַנקען.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: רונאל און אסתּי פֿישער, גדעון און דוד פֿישער
וועגן די זעקס מיליאָן דאַרף איך אײַך נישט דערציילן, איר ווייסט עס שוין אַליין. וואָס איך וועל אײַך יאָ דערציילן איז דעם תּמצית פֿונעם דאָקומענטאַרן פֿילם וואָס ווערט געוויזן הײַנט אין מאַנהעטן, אונטערן טיטל "זעקס מיליאָן און איינער," און דער איינער האָט געהייסן יוסף פֿישער, דער פֿאָטער פֿונעם פֿילם־מאַכער דוד פֿישער.
דער פֿאָטער איז געווען אַן אונגאַרישער ייִד וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום אויף די אייגענע פּלייצעס און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. געקומען קיין ישׂראל נאָך דער מלחמה, אויפֿגעשטעלט אַ משפּחה, דרײַ זין און אַ טאָכטער, אָפּגעלעבט זײַנע יאָרן אין ליידן און אין פֿריידן און איז אַוועק פֿון דער וועלט. דער ייִד האָט אָבער איבערגעלאָזט אַ ביכל מיט זכרונות פֿון אַלע זײַנע ליידן און יסורים אונטער דעם נאַצי־רעזשים. לויט זײַן זון, דוד פֿישער, קומט אויס אַז קיינער פֿון די קינדער האָט נישט געוווּסט, אַז דער פֿאָטער שרײַבט זײַנע מעמואַרן, וואָס דאָס שטעל איך אויך אונטער אַ גרויסן פֿרעגצייכן. אָבער נישט אין דעם גייט עס דווקא.
דעם דאָקומענטאַרן פֿילם האָט צוגעגרייט דער פֿילם־מאַכער, זון, דוד פֿישער. פֿאַרשטייט זיך אַן ישׂראלי. שוין ווײַט פֿון זײַנע מיידלשע יאָרן, מסתּמא אין די זעכציקער. דאָ האַנדלט זיך אין אַ רײַזע קיין עסטרײַך, נאָכצוגיין אין פֿאָטערס פֿוסטריט איבער די טויטלאַגערן פֿון אוישוויץ ביז עסטרײַך, פֿון וואַנען דער פֿאָטער איז אַרויס קוים־קוים בײַם לעבן.
איז אַזוי. די דרײַ ברידער מיט דער איינציקער שוועסטער, נעמען זיך אונטער די רײַזע קיין "גוסען" און "קונסקירכען," שטעטלעך שיין ווי גאָלד אין עסטרײַך טאַקע, וווּ די פּרעכטיקע בערגלעך און ביימער, בלומען און פּאַנאָראַמע, באַהאַלטן דעם סוד פֿון זייער פֿאָטערס פּײַן.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון באָריס סאַנדלער

דער רופֿא און דער שוסטער

אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער!