"פֿרילינג אויף דער לבֿנה".
סאַנקט־פּעטערבורג, "אַזבוקאַ", 2012
יוליאַ קיסינאַ האָט זיך קונה־שם געווען אין דײַטשלאַנד און אייראָפּע מיט אירע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלערישע און פֿאָטאָגראַפֿישע קאָמפּאָזיציעס. זי ברענגט צונויף ליכט און שאָטנס, בלוטיקע פֿלייש און נעפּלדיקע וואָלקנס. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, האָט זי אָנהייב 1990ער יאָרן עמיגרירט קיין דײַטשלאַנד און געהערט הײַנט צו די סאַמע פּראָמינענטע מאָדערנע אייראָפּעיִשע קינסטלער.
אינעם אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "פֿרילינג אויף דער לבֿנה" דערציילט קיסינאַ וועגן אירע קינדער־יאָרן אויפֿן פּאָדאָל, דער אַלטער אָרעמער ייִדישער געגנט אין קיִעוו. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאָדערנער קינסטלערין, מישט זי די ווירקלעכקייט צונויף מיט דער פֿאַנטאַזיע. איר קינדהייט איז געווען דורכגעזאַפּט מיטן "גײַסט פֿון דער שטענדיקער צעשטערונג און צעשפּאַלטונג", וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף איר ווײַטערדיקן לעבן.
קיסינאַ שילדערט פֿאַרן לייענער איר אייגענעם קיִעוו פֿון די 1970ער יאָרן, ווען די אַלטע געגנטן, אַזעלכע ווי פּאָדאָל, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, זײַנען בהדרגה חרובֿ געוואָרן, און זייערע תּושבֿים האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין נײַע דירות אין גרויסע נײַ־געבויטע סאָוועטישע געבײַדעס אויף דער לינקער זײַט פֿונעם דניעפּער׃ "מיט דער צײַט האָט מען אַראָפּגעטראָגן די שטאָט און אויף איר אָרט אויפֿגעבויט אַ גאַנץ אַנדערע שטאָט. און אַזוי איז עס געשען אַ סך מאָל, און דערפֿאַר וועט קיינער די שטאָט שוין קיין מאָל ניט דערקענען."
די אַראָפּגעטראָגענע, צעשטערטע שטאָט קיִעוו איז דער הויפּטהעלד פֿון קיסינאַס ראָמאַן. זי קוקט אויף דער שטאָט מיט אויגן פֿון אַ ייִדיש מיידל, וואָס וואַקסט אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. די ייִדישקייט איז בײַ איר אַ סימן פֿון דעם עבֿר, ניט הײַנט׃ "מיר פֿלעגן אָפֿטמאָל שפּאַצירן איבער דער שטאָט, און דער טאַטע פֿלעגט כּסדר זאָגן׃ אָט דאָ איז אַ מאָל געווען אַזאַ און אַזאַ דענקמאָל, אָדער אַזאַ און אַזאַ הויז." די אַלטע שטאָט האָט זיך אַוועקגערוקט אין דער אייביקייט, און דאָס איז געשען פֿאַר אירע אויגן. זי האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן בעת די שטאָט האָט געהאַלטן אין איין פֿאַרשווינדן.
דער טאַטע האָט געהאַט אַ זעלטענע פּרנסה׃ ער האָט געשריבן הומאָרעסקעס פֿאַרן צירק. איין מאָל האָט ער אַפֿילו בדעה געהאַט אָנצושרײַבן אַן אַדאַפּטאַציע פֿון "האַמלעט" פֿאַר העלפֿאַנדן, אָבער פֿון דעם פּלאַן איז גאָרניט אַרויס. אַנשטאָט דעם, האָט מען דעם טאַטן אַרויסגערופֿן אין "קאַ־גע־בע", ווײַל עמעצער האָט אָנגעשריבן אַ מסירה, אַז ער איז אַ ציוניסט. קיסינאַ שרײַבט׃ "קיינער האָט ניט פֿאַרשטאַנען דאָס דאָזיקע וואָרט, אָבער עס האָט געווירקט ווי אַ שאָק."
אָבער דער באַזוך אין "קאַ־גע־בע" האָט זיך אויסגעשפּילט אינעם סטיל פֿון אַ צירק־הומאָרעסקע. דער אויספֿאָרשער האָט געזאָגט׃ "איך האָב געלייענט אײַערע ווערק, און איך בין אײַערער אַ פֿאַרערער." דערנאָך האָט ער אַ פֿרעג געטאָן׃ "וואָס איז דאָס סאַמע וויכטיקסטע אין אונדזער לאַנד?" דער טאַטע האָט זיך פֿאַרלוירן׃ "סאָציאַליזם? קאָמוניזם? די פּאַרטיי?" דער אויספֿאָרשער האָט פּלוצעם געענטפֿערט׃ "דאָס סאַמע וויכטיקסטע אין אונדזער לאַנד איז פּאָעזיע!" ווײַזט אויס, אַז דער אָפֿיצער פֿון "קאַ־גע־בע" האָט אַליין געשריבן לידער און האָט געוואָלט, אַז דער טאַטע זאָל זיי איבערלייענען. די מסירה האָט ער אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם מיסט־קאַסטן. "און דאָס איז געווען אַ גרויסער נס!" — ענדיקט קיסינאַ דאָס קאַפּיטל.
אין קיסינאַס ראָמאַן וואַקסט דאָס נײַע סאָוועטישע לעבן אויף די חורבֿות פֿון דער אַלטער וועלט׃ "מען האָט טראָפּן נאָך טראָפּן אַרויסגעקוועטשט די געשיכטע פֿון דער שטאָט". גאַסן־שקצים האָבן געשפּילט פֿוטבאָל אויף די קבֿרים פֿון אַמאָליקע תּושבֿים און האָבן דערבײַ ניט געהאַט קיין אַנונג, אַז דאָס זײַנען געווען זייערע אייגענע קרובֿים. האָט דער עבֿר אָנגענומען אַ לעבעדיקע מענטשלעכע געשטאַלט, וואָס האָט מיטגעבראַכט שרעקלעכע מעשׂיות וועגן מאָרד און פֿאַרראַט. די דאָזיקע מעשׂיות האָבן געפֿורעמט דעם יסוד פֿון דער קיִעווער געשיכטע. און טאָג־אײַן, טאָג־אויס טרעפֿן זיך ייִדן און אוקראַיִנער, וואָס האָבן מיטגעהאָלפֿן די דײַטשן בעת דער אָקופּאַציע.
דער דערציילערינס מאַמע איז געבוירן געוואָרן דעם 22טן יוני 1941, פּונקט אין דעם טאָג, ווען דײַטשלאַנד האָט באַפֿאַלן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער שפּיטאָל, וווּ די קימפּעטאָרין איז געלעגן, איז אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן אינעם ערשטן טאָג. על־פּי־נס איז פֿאַרבליבן בלויז איין בעט, וווּ עס איז געלעגן די באָבע מיטן נײַ־געבוירענעם קינד. דערנאָך איז געווען אַ לאַנגער עוואַקואַציע־וועג אונטער די דײַטשישע באָמבעס. די רויט־אַרמיייִשע קאָמאַנדירן האָבן אַרויסגעוואָרפֿן אַלע קינדער אין דניעפּער, אָבער דאָס עופֿהלע איז באַהאַלטן געוואָרן אין אַ וואַליזקע. קיִעוו איז פֿאַרבליבן אין קיסינאַס זכּרון ווי "די שטאָט פֿון די פֿרויען".
אַזוי אַרום זײַנען די קינדער־יאָרן פֿון קיסינאַ געווען אַ צײַט פֿון נסים, און דערפֿאַר האָט זי אָנגערופֿן איר ראָמאַן "פֿרילינג אויף דער לבֿנה". אַ קינד, זאָגט זי, איז אַ "לונאַטיקער", עס לעבט אין אַן אַנדער וועלט, וואָס האָט פּונקט אַזאַ שײַכות צו דער "נאָרמאַלער" וועלט פֿון די דערוואַקסענע, ווי די לבֿנה האָט צו דער ערד. אָבער "מיט יאָרן" — זאָגט זי — "האָב איך פֿאַרלוירן אָט דעם מיסטישן חוש, וואָס האָט מיך באַגלייט די גאַנצע צײַט, און דער דאָזיקער חוש וועט צו מיר מסתּמא שוין מער קיין מאָל ניט צוריקקומען."
קיסינאַ האַלט, אַז איר בוך איז אַ ליטעראַרישער דענקמאָל דער סאָוועטישער שטאָט קיִעוו מיט איר מישמאַש פֿון שפּראַכן, פֿעלקער, סטילן, וואָס האָבן זיך פֿון דעסטוועגן צונויפֿגעשמאָלצן און געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע קולטור. אַזוי אַרום באַקומט די מעטאַפֿאָר פֿון דער לבֿנה נאָך איין מיין׃ "די לבֿנה איז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, די ׳טעראַ־אינקאָגניטאַ׳, וואָס מען נעמט איצט אויף פֿון אַ דיסטאַנץ."