|
די אילוסטראַציעס פֿון רחל שאַליט־מאַרקוס צו שלום־עליכמס דערציילונגען איז איינע פֿון די טעמעס אין דער נײַער זאַמלונג "לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט". אויפֿן בילד — "מיר פֿאָרן קיין אַמעריקע". |
|
עס זעט אויס, אַז עפּעס שוועבט אין דער לופֿטן די טעג, וואָס מוטיקט די אַקאַדעמיקער אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש, אַרויסצוגעבן סך־הכּלען פֿון זייער אַרבעט. אָקאָרשט האָבן מיר רעצענזירט אַן אַמעריקאַנער זאַמלונג וועגן דער מאָדערנער ייִדישער בינע, און איצט איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד אַ וואָגיקער באַנד "לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט", לכּבֿוד 15 יאָר פֿונעם יערלעכן סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד.
די הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער דײַטשער אונטערנעמונג, די פּראָפֿעסאָרן מאַריאַן אַפּטרוט און שמעון נויבערג, צוזאַמען מיט די פּראָפֿעסאָרן אפֿרת גל־עד און ראָלאַנד גרושקאַ, לערערס אין דײַטשע אוניווערסיטעטן, האָבן רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן די זאַמלונג פֿון 650 זײַטן. דער פֿאַקט וואָס דײַטשלאַנד איז געוואָרן אַ צענטער, אויב נישט דער צענטער, פֿון ייִדישיסטיק הײַנט, איז שוין לאַנג אַ פֿאַקט, און נישט קיין נײַעס. דער דײַטשער סימפּאָזיום איז די איינציקע יערלעכע אַקאַדעמישע ייִדיש־קאָנפֿערענץ אויף דער וועלט. אינעם גאַנצן באַנד באַמיט מען זיך אָפּצודרוקן די ייִדישע טעקסטן אויף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, און עס קומט די אַרויסגעבער אַ יישר־כּוח, וואָס זיי האָבן דאָס געהאַלטן פֿאַר וויכטיק.
דער באַניץ פֿונעם וואָרט "הײַנט" אינעם טיטל פֿון אַ ווערק אָדער רעקאָרדירונג (אין די 1950ער און 1960ער יאָרן האָבן עטלעכע פּלאַטעס פֿון דזשעז־מוזיק געהייסן "דזשעז, הײַנט!") טראָגט מיט זיך אַלע מאָל אַ סכּנה, ווײַל ביז דאָס בוך אָדער פּלאַטע ווערט אַרויסגעגעבן איז דער "הײַנט" שוין "נעכטן". צי וועט מען אין 25 יאָר אַרום צוריקקוקן אויף דעם באַנד און באַטראַכטן די אויסגאַבע ווי אַן עכטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט אין 2012?
די מחברים, וועלכע באַטייליקן זיך, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלע גרופּע ייִדיש־פֿאָרשער: סײַ עלטערע, גוט באַקאַנטע, ווי פּראָפֿ׳ עריקאַ טים, אַ פּיאָנערישע פֿאָרשערין פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור, אָדער ווי פּראָפֿ׳ משה טאַובע, לינגוויסט פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים; סײַ גראַדויִר־סטודענטן וואָס דרוקן אין דער זאַמלונג זייערע ערשטע פֿאָרשונגען. דער באַנד פֿירט נישט אײַן קיין ראַדיקאַלן צוגאַנג צו ייִדיש־שטודיעס, אָבער דאָס מיינט בפֿירוש נישט, אַז די מאַטעריאַלן זענען ווייניקער אינטערעסאַנט.
דער גרעסטער אָפּטייל פֿאַרנעמט זיך מיט דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. אַ גרונטיקן אַנאַליז פֿון איציק מאַנגערס ליד "חוה און דער עפּלבוים", איינס פֿון זײַנע חומש־לידער, וואָס איז, אָבער, נישט אַרײַן אין זײַן בוך "חומש־לידער" מאַכט פּראָפֿ׳ לאָרענץ ראָזענוואַלד. די ערשטע צוויי סטראָפֿעס פֿונעם 10־סטראָפֿיקן ליד זענען:
חוה שטייט פֿאַרן עפּלבוים.
דער זונפֿאַרגאַנג איז רויט,
וואָס ווייסטו, מוטער חוה, זאָג,
וואָס ווייסטו וועגן טויט?
דער טויט דאָס איז דער עפּלבוים
וואָס בייגט די צווײַגן מיד.
דער אָוונט־פֿויגל אויפֿן בוים
וואָס זינגט זײַן אָוונטליד.
ראָזענוואַלד אַליין האַלט, אַז זײַן אופֿן פֿון קריטיק, שורה נאָך שורה, איז אפֿשר אַלט־מאָדיש, אָבער ער מאַכט אַ רושם מיט זײַן "טראַדיציאָנעלער" הסברה.
אַנדערע אַרבעטן באַטראַכטן די פּאָעזיע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (אפֿרת גל־עד), דוד האָפֿשטיין (דזשאָרדין פֿינקין), אַבֿרהם סוצקעווער (העטהער וואַלענציע), משה־לייב האַלפּערין (ידידיה גראָסמאַן). קאַטרין העלערשטיין שרײַבט וועגן "די יונגע" און באַרבאַרע מאַן וועגן דער געשטאַלט פֿון דער קריסטלעכער מאַרי אין דער העברעיִשער און ייִדישער פּאָעזיע. אַחוץ פּאָעזיע, שרײַבט אַליסאַ קווינט וועגן גאָלדפֿאַדענס טעאַטער און נתּי כּהן וועגן די דעטעקטיוו־מעשׂיות אויף ייִדיש. וואָס שייך די "קלאַסיקער" פֿון אונדזער ליטעראַטור, שרײַבט קען פֿרידען וועגן אַבראַמאָוויטש; יאַן שוואַרץ וועגן באַשעוויס און סאַבינאַ קאָלער וועגן שלום־עליכם און זײַן אילוסטראַטאָר רחל שאַליט־מאַרקוס (אַגבֿ, די איינציקע בילדער אינעם באַנד געפֿינען זיך בײַ דעם עסיי).
דײַטשע פֿאָרשער האָבן שוין לאַנג געאַקערט דאָס פֿעלד בײַם אַנאַליזירן אַלטע ייִדישע טעקסטן, ווײַל וואָס עלטער די טעקסטן זענען, אַלץ בולטער איז דאָס שײַכות מיט פּאַראַלעלע דײַטשע ווערק. פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונגען וועט מען בלויז לייענען אין דעם דאָזיקן אָפּטייל: לעגענדעס וועגן עלילת־דם (עריקע טים), די מעשׂיות און לעגענדעס פֿונעם "שמואל בוך" (וווּלף־אָטאָ דריסען), די עלטסטע לידער אויף ייִדיש (דיאַנאַ מאַטוט) און שמעון נויבערג וועגן דער שפּראַך פֿון "צאינה וראינה" און "מליץ יושר". דער רעלאַטיוו קליינער אָפּטייל פֿון ייִדישער לינגוויסטיק נעמט אַרײַן אינטערעסאַנטע אַרבעטן, סײַ היסטאָריש (ראָלאַנד גרושקאַ וועגן אַ פּאָסטקאַרטל פֿון 1902), סײַ הײַנטצײַטיקע (סטעפֿאַן קראָגה וועגן דעם ענין "ווי סאַטמאַריש איז חרדי סאַטמאַרישער ייִדיש?").
אין דער ברייטער קאַטעגאָריע פֿון "קולטור און פּאָליטיק" לייענט מען, דער עיקר, עסייען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון אַ היסטאָריש־קולטורעלן קוקווינקל; די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור נישט נאָר אין מיזרח־אייראָפּע (אַלכּסנדרה געלער, גענאַדי עסטרײַך) נאָר אויך אין ישׂראל (רחל ראָזשאַנסקי), קאַנאַדע (רבֿקה מאַרגולית), דײַטשלאַנד (תּמר לעווינסקי, אַײַאַ עליאַדע,) און אַמעריקע (באַרי טראַכטענבערג, אַסיאַ ווײַסמאַן, שלמה בערגער).
די זאַמלונג "לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט" באַווײַזט ווי ברייט און טיף ס׳איז דאָס פֿעלד פֿון ייִדיש־שטודיעס, אָבער זי איז נישט כּולל די גאַנצע ייִדישע אַקאַדעמישע וועלט. אַזוי ווי איך באַזוך שוין זעלטן ייִדישע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן קען איך נישט געבן קיין מבֿינות ווי אַקוראַט ס׳איז דער טיטל פֿון דער זאַמלונג, אָבער אין דער רעדאַקציע קומען אַרײַן דאָקטאָראַנטן פֿון ניו־יאָרק, ישׂראל, קאַליפֿאָרניע, אַרגענטינע, רוסלאַנד, וועלכע אַרבעטן אויף טעמעס ווי ייִדישע פֿילמען, סעקס אויף ייִדיש, היסטאָרישע טעמעס פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן, פֿאָלקלאָר, וואָס זענען נישט פֿאַרטראָטן אין "לקט". אַלץ אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם. פֿרייען מיר זיך מיט דעם באַנד פֿון אינטערעסאַנטע אַרבעטן און וואַרטן אויף נאָך אַזוינע זאַמלונגען.