די גאַנצע וועלט איז אַ פֿינצטערע שטוב
אַלץ איז הבֿל־הבֿלים.
אַזאַ קורצער וועג פֿונעם וויגעלע ביזן גרוב
אַלץ איז נישט מער ווי אַ חלום.
קוים ביסטו דערוואַכט
איז פֿינצטער און נאַכט.
עס ציטערט אין דיר יעדעס אבֿר.
ערשט געווען אַ קליין קינד,
ווי גיך און געשווינד,
עס וואַרט שוין אויף דיר דער קבֿר!
דאָס אַלטע ניו־יאָרקער טעאַטער־ליד האָט געזונגען מײַן באָבע, אָבער דאָס פֿינצטערע געפֿיל, וואָס ווערט דאָ אויסגעדריקט, קען מען אויך לייענען אינעם ספֿר קהלת, וואָס מע האָט אָקערשט געלייענט סוכּות אין שיל.
יענע וואָך האָט מען מיך פֿאַרבעטן אויף אַ פּראָבע־פֿאָרשטעלונג פֿון אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע "וואַרטנדיק אויף גאָדאָ" פֿון סאַמועל בעקעט. שיין בייקער און דוד מאַנדעלבאַום האָבן אויסגעשפּילט די ערשטע סצענע פֿון דער פּיעסע, וואָס בייקער האָט מײַסטערליש איבערגעזעצט פֿון ענגליש. די טרופּע "נײַער ייִדישער רעפּ־טעאַטער" וועט, מירטשעם, פֿאָרשטעלן די פּיעסע שפּעטער אין סעזאָן דאָס יאָר.
אין "וואַרטנדיק אויף גאָדאָ" גיט דעם דראַמאַטורג צו פֿאַרשטיין, אַז די וועלט, אונדזער לעבן און אַלץ אין דער וועלט איז אַן אַבסורד, אָן אַ זינען. די ערשטע סצענע וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרמאָגט נאָך אַ ביסל שוואַרצן הומאָר, אָבער די דראַמע ווערט טונקלער און מער פּעסימיסטיש אין דער צווייטער העלפֿט. די זעלבע געפֿילן פֿון דער אַבסורדישקייט, די זינלאָזיקייט פֿון אונדזערע לעבנס קען מען לייענען אין די ווערטער פֿון "קהלת", וואָס איז געשריבן געוואָרן מיט מער ווי צוויי טויזנט יאָר פֿריִער.
מיר וועלן זיך נישט אַרײַנלאָזן אין דער געשיכטע פֿונעם ספֿר, אין דעם וואָס, ווער און ווען מע האָט עס פּינקטלעך געשאַפֿן; מיר וועלן נאָר באַטראַכטן ווי די געדאַנקען, ווערטלעך און פּאָעזיע פֿון דער מגילה זענען אַרײַן אין דער פּאָפּולערער ייִדישער קולטור, בפֿרט דעם באַקאַנטסטן אויסדרוק "הבֿל־הבֿלים", וואָס ווערט פֿאַרטײַטשט אינעם נײַעם פּאַריזער לשון־קודש־ווערטערבוך ווי "גאָרנישט מיט גאָרנישט".
"הבֿל־הבֿלים" איז אַרײַן אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, און ספּעציעל אינעם ייִדישן פֿאָלקסליד. נאָר בײַ ייִדן וואָלט אַ קינדערגראַם זיך אָנגעהויבן מיט די ווערטער. אין דער זאַמלונג פֿון גינזבורג־מאַרעק האָט מען אָפּגעדרוקט אַ לאַנגן נוסח פֿונעם אויסציילעניש:
און הבֿל איז הבֿלים,
און די וועלט איז אַ חלום,
און אַ חלום איז די וועלט,
און פֿאַר אַלץ קויפֿט מען געלט.
און פֿאַר געלט קויפֿט מען ביר,
און וואָס דרײַ איז ניט פֿיר,
און וואָס פֿיר איז נישט דרײַ,
און וואָס אַלט איז נישט נײַ.
און וואָס נײַ איז ניט אַלט,
און וואָס וואַרעם איז ניט קאַלט,
און וואָס קאַלט איז ניט וואַרעם,
און וואָס רײַך איז נישט אָרעם.
און וואָס אָרעם איז נישט רײַך,
און וואָס קרום איז ניט גלײַך,
און וואָס גלײַך איז ניט קרום,
און וואָס רעדט איז ניט שטום...
אין דעם נוסח ציילט מען ווײַטער מיט נאָך אַכט סטראָפֿעס! אינעם בלאָג Yiddish Song of the Week קען מען הערן ווי ליבי מאַנועל זינגט דעם גראַם. די קאַפּעליע "קלעזמאַטיקס" האָבן געשאַפֿן אַן אַנדער מעלאָדיע צום גראַם און זי רעקאָרדירט אויף איינעם פֿון זייערע קאָמפּאַקטלעך.
אין זײַן שטודיע "קהלת: דער מענטש און דאָס בוך" פֿאַרגלײַכט הרבֿ יהודה ליב זלאָטניק די אַלע ייִדישע טײַטשן פֿון "הבֿל־הבֿלים" במשך יאָרהונדערטער פֿון ייִדישע טײַטשן פֿונעם ספֿר קהלת. עלזעט אַליין נעמט אַרײַן זײַן אייגענע איבערזעצונג פֿון "קהלת" אינעם בוך, אָבער ער האָט נישט איבערגעזעצט וואָרט בײַ וואָרט, נאָר פּסוק נאָך פּסוק, מע זאָל בעסער פֿאַרשטיין. די אָריגינעלע אויסדרוקן אויף לשון־קודש וואָס זענען אַרײַן אין ייִדיש, ווי "הבֿל־הבֿלים", "טובֿ שם משמן טובֿ" ("בעסער אַ גוטער נאָמען, איידער די בעסטע פּאַרפֿיומען"), "אין כּל חדש תּחת השמש" ("ניטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון") האָט עלזעט געלאָזט אינעם אָריגינאַל. אין זײַן איבערזעצונג טײַטשט ער "הבֿל־הבֿלים" מיט
"נישטיק און נאַריש
האָט געזאָגט קהלת.
נישטיק און נאַריש,
אַלץ איז נאַריש!"
אין "צאונה וראנה" פֿון 1622 שטייט:
אַלץ וואָס דאָ איז אין דער וועלט —
איז אייטל נאַרהייט"
אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָבן אונדזערע קלאַסיקער אויך איבערגעגעבן "קהלת" אויף ייִדיש. אַזוי האָט פּרץ דעם אויסדרוק געטײַטשט מיט אַ גראַם:
"דום — זאָגט קהלת, דום!
אַלץ אַרום
איז אייטל נישטיקייט,
נאָר פֿאַרגענגלעכקייט"
און שלום־עליכם האָט עס, פֿאַרשטייט זיך, מער פֿאָלקיש געמאַכט:
"בלאָטע שבבלאָטע, זאָגט קהלת,
בלאָטע שבבלאָטע, ס׳איז אַלצדינג בלאָטע,
אַ נעכטיקער טאָג".
"קהלת" האָט צוגעצויגן אַ סך איבערזעצערס במשך פֿון די יאָרן, ווײַל ס׳איז אַ זעלטן, לײַדנשאַפֿטלעך, יחידיש קול אין אונדזער הייליקער ליטעראַטור.