טעאַטער

רעין פּרײַער
רעין פּרײַער
ווען אַ פֿאָרשטעלונג האָט עפּעס צו טאָן מיט ייִדן, סטאַרע איך זיך דאָס נישט צו פֿאַרפֿעלן. זעט אויס, אַז טעאַטער איז אין מײַנע ביינער. מסתּמא האָט זיך אָפּגערופֿן עפּעס אַ ווײַטע עלטער־עלטער־עלטער־באָבע מײַנע, אָדער גאָר אַן עלטער־זיידע וואָס זייערע גענען האָבן אָנגעגריפֿן מײַנע געפֿעס־קעמערלעך און מיך אָנגעשטעקט מיטן טעאַטראַלן חומר, אַבי נישט מיטן שׂכל פֿון אַ חמור. ווי עס זאָל נישט זײַן, בין איך אַוועק זען די פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס." אויף ייִדיש האָט דער נאָמען בכלל נישט קיין ייִדישן טעם, אויף ענגליש אויך נישט.
די מוזיקאַלישע איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן מיט מאַרטין לוטער קינגס רעדע וווּ ער האָט געפּריידיקט גלײַכהייט פֿאַר זײַנע ברידער און שוועסטער, וועלכע קומען אַרויס פֿון שקלאַפֿערײַ, מיט דעם לאָזונג: "איך האָב אַ חלום!" (I have a dream).
גלײַך נאָך דער רעקאָרדירטער רעדע, פֿאַלט דער רעפֿלעקטאָר אויף אַ זינגערין, אָנגעטאָן אין אַ פּאָר, וואָס מען רופֿט דאָ־הי "דזשינס"־הויזן, מיט אַ שוואַרץ העמדל, מיט אַ צעפּלאָשעטן קאָפּ האָר, וואָס מען רופֿט דאָ אָן "אַפֿראָ." די חבֿרהמאַנטע הייבט אָן מיט כּל־נדרי, אויסטײַטשנדיק עס מיט דזשעז, און באַלד גייט זי אַריבער צו אַ ליד וואָס האָט צו טאָן מיט "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס," און ווען זי ענדיקט, דערוויסט מען זיך ערשט, אַז זי איז די טאָכטער פֿונעם גאָר באַרימטן אַקטיאָר־פֿאַרווײַלער און מאָנאָלאָגיסט — ריטשאַרד פּרײַער.
כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך געדענקען דעם קאָמיקער. איך געדענק אים גוט, ווײַל ער איז אויפֿגעטראָטן אין די זעכציקער יאָרן אויף דער טעלעוויזיע. גאָר אַ באַגאַבטער קאָמעדיאַנט געווען, פֿול מיט טאַלאַנט, קאָמיזם און פֿאַרווײַלונג.
איך דערמאָן זיך אויך די ביטערע בשׂורה, אַז דער חבֿרהמאַן, דער לץ, האָט זיך אונטערגעצונדן וועלנדיק באַגיין זעלבסטמאָרד. די זאַך איז אים אָבער נישט געלונגען, אָבער קיין שטיק געזונט איז אים דערפֿון אויך נישט צוגעקומען.
די טאָכטער, רעין פּרײַער, אין די פֿערציקער, ווידער אַ מאָל אַ שטאַרק באַגאַבטע אַקטריסע. אויף דער הויט זעט זי אויס ווײַס, וואָס דאָס דאָקוטשעט איר שוין יאָרן. זי דערציילט, אַז די מאַמע איז געווען אַ ייִדישע, דער טאַטע אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, איז זי אַרויסגעקומען האַלב שוואַרץ און האַלב ווײַס, און זי ווייסט נישט אויף וועלכער וועלט זי געפֿינט זיך. לויט איר ווײַטערדיקן גאַנג פֿון איר לעבנס־געשיכטע, דורך לידער און פּראָזע, קערט זי זיך אום מיטן טאַטנס ייִחוס, נישט מיט דער מאַמעס. דער טאַטע האָט געלעבט אַ דראַמאַטיש לעבן. דעם טאַטנס אומגליק איז באַשטאַנען ס׳רובֿ פֿון כּסדר רייכערן נאַרקאָטיקעס און דאָס גאַנצע לעבן איז ער געווען אַ נאַרקאָמאַן.
דער פֿאָטער האָט באַפֿאָטערט זעקס קינדער מיט פֿאַרשיידענע פֿרויען. זײַן אומגאַנגס־שפּראַך איז באַשטאַנען פֿון ניבול־פּה, שמוציקע רייד און וווּלגאַריזמען, אַזוי אַז די טאָכטער איז אַוועק אין זײַנע דרכים. יעדעס צווייטע וואָרט קומט פֿון מיסטקאַסטן און זליוו.
די אַקטריסע־זינגערין רעין פּרײַער איז, ווי געזאָגט, שטאַרק טאַלאַנטירט, האָט אַ גוטע שטימע צום זינגען. אָבער זי איז אַ פֿאַרפֿאַלענע נשמה; וואָגלט זיך אַרום צווישן צוויי וועלטן און ווייסט נישט וווּ זי געהערט. די ייִדישע באָבע אירע איז צו איר שטאַרק צוגעלאָזן. זי איז צופֿרידן, אַז דאָס אייניקל אירס איז האַלב און האַלב. האַלב ווײַס און האַלב שוואַרץ. העיקר, זי איז האַלב.
לויט דער באָבעס השׂגות איז עס אַ גוטער סימן, און אַ געלונגענער שידוך געווען צווישן איר טאַטן מיט דער מאַמען. די באָבע איז זיכער אַרויסגעקומען פֿון די ייִדישע לינקע קרײַזן, וועלכע האָבן געפּריידיקט גלײַכהייט פֿאַר אַלע פֿעלקער; דער עיקר, פֿאַרלירן זיך אין יענעמס קולטור און אויסמעקן דעם ייִדישן טראָפּן וואָס מ׳האָט אין איר אײַנגעזייערט.
און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן, וואָס טוט מען מיט די אייגענע טראַדיציעס און קולטור? זאָל זי גיין צו אַלדע רוחות, אָדער זאָל מען זיי אײַנפּאַקן אין אַ טשעמאָדאַנטשיקל און אָפּשיקן "פֿעד־עקס" צום פּלאַנעט מאַרס, אפֿשר די מאַרסיאַנער וועלן זיך פֿאַרליבן אין אונדזער ייִדישקייט. העיקר, מ׳מישט זיך אויס מיטן המון פֿעלקער און מ׳מאַכט פֿון זיך טשאַסק־פּראַסק. דער באָבעס און מאַמעס ייִדישקייט זעט אויס באַשטייט אין לאַטקעס מיט אַ ייִדישן וואָקאַבולאַר וואָס שמעקט מיט פּאַמויניצע, ניוועץ און זליוו. דאָס איז געבליבן בײַ דער טאָכטער פֿון איר ייִדישער מאַמען און באָבעשי, און דאָס ייִדישע וווּלגאַר־לשון שטייט אײַן עד־היום בײַ די ייִדישע קאָמיקער, וואָס מיט דעם באַנוצן זיי זיך אויף שריט און טריט. זיי קיצלען דעם עולם צוהערער, און דער עולם לאַכט און האָט הנאה פֿונעם נידעריקן ניוואָ פֿון אַ פֿאָלק, וואָס איז אַזוי רײַך אין זייער אומה־ולשון. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מיר האָבן אַמאָל אַראָפּגעקוקט אויפֿן שונד פֿונעם אַמאָליקן וואָדעוויל־טעאַטער. קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז דעם אַמאָליקן וואָדעוויל וואָלט מען הײַנט געקענט פֿאַרצוקערן אין דער מעטראָפּאָליטאַן אָפּערע.
שפּילט רעין פּרײַער פֿאַר אונדז אויס איר באַגעגעניש מיט איר אַפֿריקאַנישער באָבע ווידער, וועלכע האַלט, אַז די ייִדן זײַנען גיריק אויף געלט. מ׳זעט באַשײַמפּערלעך ווי דאָס אייניקל ווערט פֿאַרטרונקען אין דער קולטור פֿון איר טאַטן. זי זוכט יושר און גערעכטיקייט פֿאַר איר גזע און אָפּשטאַם, זי האָט טענות צו דער וועלט און זי שפּילט אויס איר טאַטנס לעבנסגאַנג.
מיט אונדז ייִדן האָט די פֿאָרשטעלונג אַ קנאַפּן שײַכות. דער עולם איז באַשטאַנען פֿון ס׳רובֿ ייִדן, דאָ און דאָרט האָט מען באַמערקט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַניש פּנים. דער ייִדישער עולם איז געווען פֿאַרכליניעט פֿון די מאָנאָלאָגן. איך מוז אײַך דערמאָנען, אַז איר גאַנצע קאָנצענטראַציע געהערט צו די אַלע עוולות וואָס האָבן פֿאַרפֿולט איר טאַטנס ראַסע. זי שטורעמט קעגן דער ווײַסער וועלט וועלכע איז עד־היום "אַרײַנגעטאָן אין ראַסיזם."
זיץ איך אַזוי און איך וואַרט. אויב דו ביסט טאַקע אַזוי שפּירעוודיק און באַעוולט פֿון דער שוואַרצער זײַט פֿון דײַן געבורטשײַן, הייב אָן צו רעדן וועגן דײַן ייִדישן אָפּשטאַם אויך. וואָסי? מיר ייִדן זײַנען ווייניק אַדורכגעגאַנגען אין לעבן בלויז צוליב דעם וואָס מיר זײַנען ייִדן? וווּ איז די עוולה פֿון דער וועלט וואָס דאַרף דיך פּלאָגן פֿון דער מאַמעס זײַט. אָבער דאָ שפּילט זיך אָפּ אַ פֿול מויל מיט שווײַגעניש.
אַ "טאַבולאַ ראַסאַ," אַ ליידיקער לײַוונט. ווי עס קומט אויס לויט דער מאָנאָלאָגיסטיק, אַז די ייִדישע זײַט אירע באַשטייט פֿון רײַכע ייִדישע ראַסיסטן, און דאָס האָט מיך געבאָדזשעט און עס באָדזשעט מיך אַפֿילו בעת איך שרײַב די רעצענזיע. און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָט זי אַרויסגעפּלאַצט בזה־הלשון:
"און די וועלט שווײַגט בעת די ישׂראלים שעכטן אויס די פּאַלעסטינער, צוזאַמען מיט זייערע מענער, פֿרויען און קינדער."
דאָ זעט מען באַשײַמפּערלעך צו וואָס דער ייִדישער לינקיזם האָט דערפֿירט, צו ייִדישע שׂונאי־ישׂראל. פֿון וואַנען זיי האָבן זיך גענומען, פֿרעגט מיך בחרם, נאָר דער ייִדן־האַס האָט שוין אָנגעגריפֿן אַ האַלבע וועלט, אַפֿילו מאַרטין לוטער קינגס יורשים.
לויט די קרעדיטן קומט אויס, אַז די זעלבע רעין פּרײַער האָט אונטער זיך אַ טעאַטראַלע געשיכטע. זי איז נישט נאָר אַן אַקטריסע און זינגערין, נאָר אויך אַ רעזשיסאָרקע. זי איז אויפֿגעטראָטן אויף טעלעוויזיע, און זי דערקלערט, אַז דאָס זײַן האַלב ייִד און האַלב שוואַרץ גיט איר אַן אוניקאַלע פּערספּעקטיוו אויף ראַסיזם, רעליגיע און גײַסטיקייט. די פֿאָרשטעלונג קומט פֿאָר אין "עקטאָרס טעמפּל טהיעטער," 339 וועסט 47סטע גאַס אין מאַנהעטן. אויב עס אינטערעסירט אײַך די פֿאָרשטעלונג, שטיצט זיך נישט אויף מיר, גייט און פֿאָרמירט אַן אייגענע מיינונג.