אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן — אַלטע וויצן" |
Credit: Joan Marcus |
ווי איך האָב שוין דערמאָנט, הייסט די פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן דערציילן וויצן," וואָס שפּילט שוין איבער אַ יאָר מיט גרויס דערפֿאָלג, אין "וועסטסײַד טהיעטער" אויף דער 43טער גאַס און נײַנטער עוועניו צו אויספֿאַרקויפֿטע הײַזער. עפּעס לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל. דאַכט זיך מיר, אַז ביז אַהער זײַנען מיר געווען סטאַטעטשנע און אָנשטענדיקע ייִדן, וואָס מיט דעם טראָגן מיר זיך אַרום דורות־לאַנג, להבֿדיל, אַ מישכּן מיט עטיק און מאָראַל. אַ קלוג פֿאָלק, אַ שעפֿעריש פֿאָלק, אַ געראָטן פֿאָלק. מיט אַ מאָל קומט אונדז קאַפּויער דאָס אַמעריקע, די פֿרײַהייט, די לויזע באַציִונג צו קינד און קייט. מיר האָבן אײַנגעשלונגען די גאַס אַזוי ווי זי גייט און שטייט. די ייִדישע פּראָסטקייט, גראָבקייט און חזירישקייט, וואָס האָט מסתּמא עקזיסטירט אויך פֿריִער, אָבער בלויז צווישן געוויסע שיכטן ווי בלאַטע, גאַסנפֿרויען און סטראָגער־ייִדענעס.
די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג באַשטייט העיקר פֿון דערציילן וויצן. אַלטע וויצן וואָס האָבן שוין בערד, נײַע וויצן וואָס קומען פֿון פֿרעמדע קוואַלן — נישט קיין ייִדישע — וואָס הייבן זיך אָן בזה־הלשון:
"אַ גלח, אַ רבי און אַ זשאַבע..."
איר פֿאַרשטייט דאָך שוין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. כ׳דאַרף דאָך אײַך נישט אַרײַנלייגן אַ פֿינגער אין מויל. דער עולם כאַכאָטשעט אויפֿן הויכן קול. מען קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער פֿון יעדן ברודיקן וויץ וואָס האָט צו טאָן מיט אַ מענטשנס אַנאַטאָמיע, פֿון אויבן ביז אַראָפּ. אַלטע ייִדן און ייִדענעס וויצלען זיך וועגן סעקס, מיט דעם וואָס האָט צו טאָן מיטן קלאָזעט, מיט נאַקעטקייט און אָפּפֿירמיטלען. איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן. ס׳איז אַן איבערקערעניש אין ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. מיר גייען פֿאַרלוירן צווישן דער אָפּגעשטאַנענקייט פֿונעם פּראָסטן המון אַמעריקאַנער ייִדן.
נאָך אַ זאַך וואָס האָט מיר שטאַרק דאָקוטשעט. אַן אַלטער ייִד שטעלט זיך אַוועק און גיט אַ גאַנצע אָפּהאַנדלונג וועגן דער ייִדישער שפּראַך. און אָט וואָס ער האָט געהאַט צו זאָגן, און איך פּאַראַפֿראַזיר:
"מײַן טאַטע האָט אַמאָל גערעדט ייִדיש מיט זײַן פֿעטער. זיי האָבן זיך דערציילט וויצן פֿון דער אַלטער היים און געלאַכט. הײַנט איז שוין די ייִדישע שפּראַך טויט. אַלץ וואָס ס׳איז אונדז פֿאַרבליבן זײַנען וויצן."
און דער עולם שטימט אײַן. דער ייִד מאַכט אַ ייִראת־שמים־פּנימל, נעבעך, באַגראָבן דעם מת, איז לאָמיר לאַכן. געשטאָרבן־באַגראָבן. בײַ יעדער פֿאָרשטעלונג האַלט מען אין אײַן באַגראָבן דעם מת, און מיט אים די שפּראַך וואָס זיי קענען נישט, אַ חוץ די וווּלגאַרע ווערטער און וויצן פֿון שמיעטניק. פֿאַר זיי איז פֿרעמד די ייִדישע קולטור, דאָס רחבֿות פֿון אַ פֿאָלק וואָס האָט געלעבט און געשאַפֿן מוזיק, אַ רײַכע ליטעראַטור, טעאַטער, וואָס האָט פּולסירט מיט ייִדיש. זיי האָבן אָנגעוווירן דעם פֿאָדעם פֿון זייער פֿאָלק וואָס האָט זיי דורות־לאַנג פֿאַרבונדן מיטן עבֿר. אַ פֿאָלק וואָס איז אַדורכגעגאַנגען אַ דערנער־וועג נאָך אין זייער לעבן. איך בין זיכער, אַז די אַלטע ייִדן האָבן אָנגעוווירן קרובֿים און נאָענטע אינעם חורבן, און אַלץ וואָס איז בײַ זיי פֿאַרבליבן איז הפֿקרות און פֿאַרווײַלונג פֿון נידעריקסטן שטאַנד.
און פֿאַרוואָס באַשולדיק איך די אַקטיאָרן? זיי זײַנען גאָט די נשמה שולדיק. זיי זײַנען בלויז פֿאַרווײַלער, און אַקטיאָרן וואָס זוכן אַרבעט און זײַנען גליקלעך, אַז זיי באַקומען עפּעס אַ ראָלע אין זייערע יאָרן. ווער, אין דער אמתן, איז אין דעם שולדיק, זײַנען די דראַמאַטורגן וואָס האָבן אויסגעשעפּט אַלע זייערע מענטשלעכע טעמעס און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן מיט אַ ברען אינעם גײַסט פֿון אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנט וואָס קיצלט דעם עולם מיטן אָפּפֿאַלעכץ פֿון מיאוסקייט און ניבול־פּה, שוין אָפּגערעדט פֿון די "מלאכים" וואָס אינוועסטירן גוטע געלטער אין דער אונטערנעמונג.
דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט צוויי חבֿרה־לײַט וואָס האָבן צוגעגרייט די וויצן־פֿאָרשטעלונג. זיי הייסן פּיטער גערהערס און דניאל אָלרענט. זיי האָבן אָנגעכאַפּט גאָט בײַ דער באָרד און רײַטן אויפֿן גאָלדענעם קאַלב. דער עיקר, ס׳איז אַ דערפֿאָלג; מענטשן האָבן הנאה, לאַכן, פֿאַרווײַלן זיך, איז וועמען שאַט עס? אַפֿילו די וויכטיקסטע ענגלישע צײַטונגען האָבן עס נישט בראַקירט. איך האָב אַ חשד, אַז זייערע זשורנאַליסטן שרײַבן זייערע רעצענזיעס אָן בײַוווינען די פֿאָרשטעלונג גופֿא. כ׳האָב שוין דאָס געהערט יאָרן־לאַנג, אַז אַזוינס קומט פֿאָר, און זיי ווילן נישט אָפּהאַקן די פֿליגל פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס שמעקט מיט ייִדישן הומאָר.
די מעשׂה איז אָבער, אַז אויב מ׳ברענגט עפּעס אַן ערנסט שטיקעלע טעאַטער אויף ייִדיש צי אויף ענגליש, אויף אַ ייִדישער טעמע, שטעלן זיך די זשורנאַליסטן באַלד צו, און צעברעקלען דאָס אויף שטיק־שטיקעלעך. פֿאַרוואָס? ווײַל די חבֿרה רעצענזענטן וועלכע מ׳שיקט רעצענזירן אַ טעאַטער־שטיק וואָס האָט צו טאָן מיט אַן ערנסטן ענין אין דער ייִדישער קולטור־וועלט, אויב ס׳עקזיסטירט נאָך אַזוינס אויף דער ייִדישער גאַס, איז פֿאַרוואָס נישט ספּראַווען זיך מיט זיי. און דער אמת איז, אַז ווי נאָר אַ ייִדישע — אויף ייִדיש, צי אויף ענגליש — פּיעסע באַווײַזט זיך אויף דער ליכטיקער שײַן, אַזוי הייבט זיך דער ערשטער זאַץ פֿון די רעצענזיעס אין די פּרעסטיזשפֿולע צײַטונגען אָן:
"ייִדיש איז אַ טויטע שפּראַך..."
איז וווּ האַלטן מיר? יאָ! לעצטנס גיי איך זען טעאַטער וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישע טעמעס, און עס זײַנען הײַנט־צו־טאָג פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי טעאַטערס וואָס באַנוצן זיך מיט אַ ייִדישער טעמע. איך ווייס; איך ווייס, אַז דער ייִדישער טעאַטער־עולם האָט זיך געביטן דורך די יאָרן. ייִדן זײַנען אָנגעפֿרעסן מיט טעלעוויזיע, מיט גוייִשן פֿאַרווײַל, מיטן פֿאַרלוסט פֿון אַ פֿאָלקס־זכּרון. זיי מעגן זײַן פּראָפֿעסיאָנאַלן: דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, ביוראָקראַטן צי לאַנד־באַזיצער; "וואָל־סטריט," צי "מיין־סטריט"; "ראַבייס" צי גלאַט חסידים מיט קאַפּעלעך, און ייִדן אָן קאַפּעלעך; יונגע און אַלטע, באָבעס מיט אייניקלעך, אַלץ איינס. ווער האָט דאָס געזאָגט, אַז ס׳האָט נאָך קיין מאָל נישט געטראָפֿן אין דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע עס זאָל אויסוואַקסן אַזאַ דור ווי די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס זײַנען אַזוי פֿאַרגרעבט.
לאָמיך דערווײַל אויסרעכענען די טרופּע אַקטיאָרן וואָס נעמען אָנטייל אין דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג: ביל אַרמי, טאַד סוסמאַן, אָדרי לין וועסטאָן, לעני וואָלפּ און מערילין סאָקאָל. דעם אמת געזאָגט, האָב איך אַמאָל געקאָנט מערילין סאָקאָל, אַ העכסט באַגאַבטע אַקטריסע, פֿול מיט ברען און פֿאַרווײַלערישער קראַפֿט. די צוויי יונגע אַקטיאָרן קענען די אַקטיאָרסקע שטיק און דאַרפֿן די אַרבעט. די צוויי אַלטע מענער זינגען און וויצלען זיך אַז דער אַפּעטיט קען פֿאַרגיין. רעזשיסירט האָט דאָס "קונסטווערק" מאַרק ברוני.
איין זאַך קען איך אײַך יאָ זאָגן. איך בין געווען ממש אַנטציקט פֿונעם "סצעניש־ווידעאָ־דיזײַן," וואָס איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער בינע ווי אַן אָפֿענער בוך. עס האָט געוויזן בילדער, לידער וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפֿן מיטן טעקסט, און דער עיקר האָט די טעכנישע מאַכערײַקע אויסגעזען ווי אַ פֿאַרענדיקטע דעקאָראַציע. עס האָט זיך געדרייט אַהין און צוריק, אַרויף און אַראָפּ, ממש אַ וווּנדער פֿון דער טעכנאָלאָגיע. פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם עלעקטראָנישן וווּנדער איז דייוויד גאַלאָ. ווען נישט ער, וואָלט איך בכלל אַראָפּ פֿון זינען.