דער פּלאַקאַט פֿון דעם פֿילם "השוטר" |
די מדינה פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ מדינה פֿון האַרן און שקלאַפֿן;
פֿון אייגנטימער מיט פּריוואַטע עראָפּלאַנען, וואָס נעמען זיי וווּהין זיי ווילן, און פֿון די, וואָס האָבן נישט קיין געלט אויף אַן אויטאָבוס;
אַ מדינה אַ מנוּוולטע, וואָס הייסט אונדז צו בלײַבן רויִק".
די דאָזיקע ציטאַט איז גענומען געוואָרן פֿון אַ מאַניפֿעסט פֿון אַן אויסגעטראַכטער אַנאַרכיסטישער גרופּע אין ישׂראל, אין דעם פֿילם "השׁוטר" ("דער פּאָליציאַנט", 2011). אָט די גרופּע, אַ מין ישׂראלדיקע ווערסיע פֿון דער דײַטשישער באַדער-מיינהאָף באַנדע, פּלאַנירט איבערצוקערן דעם סדר-העולם דורכן פֿאַרכאַפּן דרײַ ישׂראלדיקע מיליאַרדערן און אַזוי צו געווינען די רעוואָלוציע.
פֿון דער אַנדערער זײַט, שטייען די עליטישע פּאָליציי-כּוחות פֿון דער מלוכה, וואָס זייער אַרבעט איז אויפֿצוהאַלטן מיט כּוח דעם איצטיקן סאָציאַלן סדר. אַזוי שאַפֿט דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט נדבֿ לפּיד — דאָס איז זײַן ערשטע פֿולמעטראַזשיקע אַרבעט — דעם הויפּט קאָנפֿליקט אין זײַן פֿילם, וואָס די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל, דעם 12טן יולי 2011. צוויי טעג שפּעטער האָט דפֿני ליף אויפֿגעשטעלט איר געצעלט אין מיטן פֿון דער ראָטשילד-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ.
קאָמיש איז, אַז בײַם אָנהייב האָט דער ישׂראלדיקער פֿילם־אַמט געוואָלט באַגרענעצן די עלטער פֿון די קוקער פֿון 18 און העכער; אַ באַשלוס וואָס מע האָט שפּעטער אָפּגעשאַפֿן, אָבער לכתּחילה האָט מען אים געהאַט אָנגענומען, אויס מורא צו פֿאַרפֿלאַנצן אין די קעפּ פֿון די יונגע ישׂראל־פּראָטעסטירנדיקע נאָך מער ראַדיקאַלע געדאַנקען.
פֿאַר וואָס איז לפּידס פֿילם אַ געלונגענער? לויט מײַן מיינונג, לייגט ער נישט פֿאָר קיין אויבערפֿלעכלעכן געזעלשאַפֿטלעכן קוק; ער באַהאַנדלט שוין גיכער אויף אַ סענסיטיוון אופֿן די מענטשלעכקייט פֿון זײַנע העלדן, וואָס מע קען עס נישט באַטראַכטן אויסער זייערע קלאַסן-פּאָזיציעס. די יונגע אַנאַרכיסטן געהערן צו דעם מיטלקלאַס און אויבער־מיטלקלאַס ("איר האָט אַ רעוואָלוציע פֿאַר אַרבעטער וואָס האָבן אײַך פֿײַנט, ווײַל זיי ווייסן, אַז עס מיגלט אײַך צוליב זיי", זאָגט זיי מיט כּעס די טאָכטער פֿון אַ געכאַפּטן גבֿיר־ערבֿניק); הגם די פּאָליציאַנטן געהערן אַליין צום מיטלקלאַס, דאָך געניסן זיי פֿון אַ סימבאָלישן געזעלשאַפֿטלעכן פּרעסטיזש, וואָס דערמעגלעכט זיי צו האָבן אַ צוטריט סײַ צום געווער און סײַ צו פֿרויען.
דער פֿאַקט, אַז זיי איז לעגיטים דערלויבט געוואָרן זיך באַנוצן מיט גוואַלד אין אַ מאָדערנער מדינה, ווערט איראָניש באַהאַנדלט אינעם פֿילם, צוזאַמען מיט די אַלע "מאַטשאָיִסטישע" ווערטן. לפּיד אַליין דערקלערט אין זײַנעם אַן אינטערוויו, אַז "‘דער פּאָליציאַנט’ פּראָבירט צו אַנטפּלעקן אויף אַ קינאָמאַטאָגראַפֿישן אופֿן די מעכאַניזמען וואָס פּרעזערווירן דעם אומיושר". און ווי געזאָגט, טוט ער עס אויף אַן אינטערעסאַנטן דיאַלעקטישן אופֿן, באַזירט קינאָמאַטאָגראַפֿיש אויף לאַנגע אָבער שאַרפֿע סצענעס, וווּ די דיאַלאָגן אין איינעם מיט די פֿיזישע זשעסטן פֿון די העלדן כאַראַקטעריזירן די געשטאַלטן און באַשטימען די אַנטוויקלונג פֿון דעם סיפּור-המעשׂה.
כאָטש טעמאַטיש, איז "השוטר" צום טייל פֿאַרבונדן מיט אַ סעריע פֿילמען, וואָס זענען אַרויס אין די לעצטע פּאָר יאָר, וועגן די פּאָליטישע טעראָריסטישע גרופּעס, אַרויסגעוואַקסן פֿון די נײַ-לינקע באַוועגונגען אין די 1960ער און 1970ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. וועגן דעם ווערט גערעדט, למשל, אין דעם דײַטשישן פֿילם "דער באַדער מיינהאָף קאָמפּלעקס" (2008), אָדער אין דעם יאַפּאַנישן "די פֿאַראייניקטע רויטע אַרמיי" (2007) און אַנדערע. נאָך מער דערמאָנט דער ישׂראל־פֿילם טעמאַטיש (און נאָר טעמאַטיש, ווײַל וואָס שייך דער סטרוקטור איז "השוטר" לחלוטין אייגנאַרטיק) דעם דײַטשישן פֿילם "די פֿעטע יאָרן זענען פֿאַרבײַ" (2004); אויך אַ פֿילם וועגן ראַדיקאַלע אַקטיוויסטן, וואָס פֿאַרכאַפּן אַ געשעפֿטסמאַן. די אַלע פֿילמען באַהאַנדלען, אייגנטלעך, דעם דורכפֿאַל פֿון קליינע געוואַלד־גרופּעס, רעאַלע צי אויסגעטראַכטע, צו מאָביליזירן די מאַסן לטובֿת דער רעוואָלוציע.
לפּידס פֿילם שטייט דאָך העכער פֿון די אַלע דערמאָנטע בײַשפּילן, ווײַל ער לאָזט זיך נישט אידענטיפֿיצירן מיט קיינעם פֿון די געשטאַלטן, נוסח ברעכטס פֿאַרפֿרעמדונגס-עפֿעקט; און אַזוי שטעלט ער פֿאָר "דעם מיטאָלאָגישן באַשטאַנדטייל פֿונעם קלאַסנקאַמף" (לפּידס ווערטער) אויף דעם מערסטן איבערצײַגעוודיקן אופֿן.
דער פֿילם "השוטר" (דער שוטר, אָדער Policeman בלע"ז) איז געוויזן געוואָרן אויף אַ סך פֿילם-פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט (ניו-יאָרקער פֿילם-פֿעסטיוואַל בתוכם); ער האָט געוווּנען אַ סך פּריזן, אַרײַנגערעכנט די פּריזן פֿאַר דעם סצענאַר, דער פֿאָטאָגראַפֿיע און דעם דעביוט אויף דעם פֿילם-פֿעסטיוואַל אין ירושלים; און ער האָט באַקומען דעם בכּבֿודיקן פֿערטן אָרט צווישן די בעסטע פֿילמען איבער דער וועלט אין 2011, לויט די אַמעריקאַנער פֿילם-קריטיקער. אַלע אַקטיאָרן טוען אַ גוטע אַרבעט, בפֿרט יפֿתּח קליין, וואָס שפּילט די הויפּט-ראָלע פֿונעם פּאָליציאַנט; מיכאל מושאָנאָוו און יערה פּעלציג, ווי די יונגע פֿירער פֿון דער אַנאַרכיסטישער גרופּע.
דער פֿילם איז אַרויס אויף די.ווי.די, און ס׳איז כּדאַי אים צו זען, ראשית־כּל צוליב זײַן הויך־קינעמאַטאָגראַפֿישן ניוואָ. אָבער דערצו, איז ער רעקאָמענדירט פֿאַר די וואָס אינטערעסירן זיך מיטן הײַנטיקן בונטאַרישן גײַסט און מיט ראַדיקאַלער פּאָליטיק בכלל.