מירון סומה: בילד פֿון הבימה־פֿאָרשטעלונג פֿונעם "דיבוק", 1949 |
אַ דיבוק! אַ דיבוק! אַ דיבוק!
מען האָט מיט דיבוקים צו טאָן.
דיבוקים, דיבוקים פֿון אַלערליי סאָרטן...
זיי קריכן אַצינד אויבן אָן....
דער טונקעלער,
פֿון דער פּאָעמע
"דער דיבוק", 1921
ווען ש. אַנ־סקיס קלאַסישע דראַמע "דער דיבוק" איז צו ערשט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אויף דער בינע אין 1920, האָט קיינער נישט געקענט פֿאָרויסזען וואָס פֿאַר אַ רושם דאָס וועט מאַכן נישט בלויז אויף די ייִדן, נאָר אויף דער גאַנצער וועלט. צום באַדויערן, האָט אַנ־סקי נישט דערלעבט צו זען די ערשטע סוקצעסן פֿון זײַן ווערק בײַ דער ווילנער טרופּע און בײַם העברעיִשן “הבימה"־טעאַטער — די פּאָפּולערקייט וואָלט אים זיכער הנאה געטאָן. אָבער מיט דער גרויסער פּאָפּולערקייט פֿון אַ פּערזענלעכקייט אָדער זײַנעם אַ ווערק, קומט אויך די מענטשלעכע נטיה צו מאַכן חוזק דערפֿון, עס אַראָפּצורײַסן דורך פּאַראַדיע און סאַטירע.
דער אינטערעס צו אַנ־סקיס "דיבוק" ווערט נישט קלענער מיט די יאָרן. זונטיק, דעם 28סטן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען בײַם מערילענדער אוניווערסיטעט אַ “דיבוק־מאַראַטאָן": די אַקאַדעמיקער און קינסטלער האָבן זיך באַטייליקט אין סימפּאָזיומס; סטודענטן האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון דער דראַמע; “דער דיבוק: אַן אָפּערע אין ייִדיש" פֿון שלמה עפּשטיין איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן; אַ פֿילם פֿון אַ נײַער “הבימה"־באַאַרבעטונג פֿון דער פּיעסע מיט ליאַלקעס האָט מען געוויזן, און אַחרון, אחרון חבֿיבֿ — דעם קלאַסישן ייִדישן פֿילם פֿון 1937 האָט מען אויך געוויזן. די דיבוק־מאַניע האָט זיך אָנגעהויבן בײַ די וואַרשעווער ייִדן נאָך אין די 1920ער יאָרן און אויפֿגעלעבט געוואָרן, ווען דער פֿילם איז אַרויס.
נישט אַלע פּאַראָדיעס דאַרפֿן זײַן קאָמיש. דעם זומער האָט האָליוווּד אַרויסגעלאָזט אַ פֿילם מיט אַ בפֿירושן דיבוק־מאָטיוו אונטערן נאָמען The Possession. דער סיפּור־המעשׂה האָט זיך געדרייט אַרום “אַן אמת געשעעניש". אויף דער אינטערנעץ ליציטאַציע־וועבזײַטל “אי־ביי" [ebay] האָט מען פֿאַרקויפֿט אַ "דיבוק־קעסטל", אַ קעסטל וואָס האַלט אין געפֿענקעניש אַ דיבוק. נאָך דעם ווי אַ ייִדישע משפּחה האָט געקויפֿט דאָס קעסטל, זענען זייער מאָדנע געשעענישן פֿאָרגעקומען בײַ זיי — אַ בוים איז אָראָפּגעפֿאַלן אויף זייער הויז; אַ מיסטעריעזער אויסשיט האָט זיך באַוויזן אויף דער הויט פֿונעם קינד. אַרויס פֿונעם קעסטל, איז געפֿלויגן די פֿאַרוואָגלטע נשמה און איז אַרײַן אין דעם גוף פֿון דער טאָכטער. דער זינגער מתּתיהו האָט געשפּילט די ראָלע פֿונעם רבֿ וואָס האָט געפּרוּווט אַרויסצוטרײַבן דעם דיבוק פֿון דער טאָכטער. דעם זומער האָט דער פֿילם פֿאַרדינט מער געלט ווי אַלע אַנדערע פֿילמען יענעם סעזאָן; נאָך אַ סימן, אַז דער דיבוק־מאָטיוו ווערט נישט אָפּגעשוואַכט מיט די יאָרן.
די פֿילממאַכערס האָבן זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט מיר, ווײַל מע האָט געוואָלט אַרויסלאָזן אויף דער אינטערנעץ אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דיבוקים אין שײַכות מיטן האָליוווּדער פֿילם, מע זאָל איבערצײַגן דעם עולם, אַז אַלץ וואָס ס’קומט פֿאָר אין דעם פֿילם איז מעגלעך. האָבן זיי אינטערוויויִרט פֿאָלקלאָריסטן, מיך בתוכם, וועגן דעם פֿענאָמען פֿון דיבוקים. האָב איך זיי דערציילט, אַז מער ווי 200 דיבוק־פֿאַלן זענען דאָקומענטירט געוואָרן, בײַ אַשכּנזים, ספֿרדים און ייִדן פֿון אַראַבישע לענדער. צי אַ דיבוק איז טאַקע געזעסן אין די מענטשן, ווייס איך נישט, אָבער, אַז אַ צערעמאָניע פֿון אַרויסצוטרײַבן דעם דיבוק זענען יאָ פֿאָרגעקומען.
לעצטנס, איז אַרויס אַ טשיקאַווע זאַמלונג פֿון פּאַראָדיעס פֿון אַנ־סקיס "דיבוק", צוזאַמענגעשטעלט און איבערגעזעצט פֿון פֿערנאַנדאָ פּעניאַלאָסאַ. דער רעדאַקטאָר האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש און העברעיִש און אינעם בוך קען מען ליינען סײַ דעם אָריגינאַל, סײַ די איבערזעצונג. דער באַנד הייבט זיך אָן מיט טונקעלערס פּאָעמע "דער דיבוק" וואָס ער האָט געדרוקט אין דער וואַרשעווער צײַטונג "דער מאָמענט" נישט לאַנג נאָך דער ווילנער טרופּע־פּרעמיערע פֿון אַנ־סקיס פּיעסע אין וואַרשע. אין זײַן פּאַראָדיע ניצט אויס דער טונקעלער דעם דיבוק ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר די פּאָליטישע געשעענישן פֿון יענער צײַט.
אין רוסלאַנד אַרײַן איז אַ דיבוק אַ רויטער.
און גיט דאָרט אָן מעשׂים — אַ שרעק!
עס טרײַבט אים דער רבי לויד דזשאָרדזש און קאָאַליציע.
דאָך העלפֿט קיין קמיע, עס העלפֿט קיין מחיצה.
דער טונקעלער שרײַבט ווײַטער וועגן דעם דיבוק אין דער ליטעראַטור (פֿוטוריזם), אין ברויט, אין דער אָרגאַניזאַציע "דזשוינט". ער חתמעט זיך אונטער מיטן פּסעוודאָנים "גראַף קאַלי, אַ ליטעראַרישער דיבוק".
מיט דער צווייטער פּאַראָדיע אין דער זאַמלונג, די דראַמע "מיטן כּוח פֿון דיבוק" פֿון מנחם קיפּניס און משה־בונעם יוסטמאַן, בין איך שוין געווען באַקאַנט צוליב מײַן אינטערעס אין קיפּניס ווי אַ פֿאָלקלאָריסט. דער איינציקער כּתבֿ־יד פֿון דער פּאַראָדיע, וואָס איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין וואַרשע אין 1921, געפֿינט זיך אין דער קאָנגרעסער ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן. דער באַקאַנטער ניגון וואָס הייבט אָן אַנ־סקיס פּיעסע — "מחמת וואָס, מחמת וואָס, איז די נשמה?" — האָבן די מחברים איבערגעמאַכט אויף "מחמת וואָס, מחמת וואָס, הײַנט גייט ר’לייבוש אַרום אַראָפּגעלאָזט די נאָז?" בײַם דראַמאַטישן מאָמענט, ווען די כּלה (דאָ הייסט זי פֿראַדל, נישט לאה) שטופּט אַוועק דעם חתן אונטער דער חופּה, קרייעט זי ווי אַ הון — "קו־קו־רע־קו! אַוועק פֿון איר! דאָס איז ניט פֿראַדלס זיווג! קו־קו־רע־קו!". צום סוף, טרײַבט דער רבי אַרויס דעם דיבוק, אָבער קיין אמתער דיבוק איז עס נישט געווען.
מנחם קיפּניס האָט זיך אומגעקערט צו פּאַראָדירן דעם דיבוק אין 1934. אין דער צײַטונג "הײַנט" האָט ער אָפּגעדרוקט "דער דיבוק אויפֿן הויף: אַ טראַגי־קאָמיש מיסטעריום אין איין אַקט מיט אַ פּראָלאָג לויט אַנ־סקי. געשפּילט דורך איין פּערזאָן גאַנץ פֿרי אין מיטן הויף אויפֿן ניכטערן האַרצן".
דער טעקסט דאַרף אויסגעשפּילט ווערן פֿון אַ הויפֿזינגער, און אין דער פּאַראָדיע, הייבט ער אָן צו זינגען “מחמת וואָס, מחמת וואָס, פֿאַלט נישט בײַ היטלערן אַראָפּ די נאָז?". אין תּוך מאַכט חוזק די פּאַראָדיע נישט בלויז פֿונעם "דיבוק", נאָר אויך פֿון דער געשטאַלט פֿונעם וואַרשעווער הויפֿזינגער און זײַנע קאָמישע באַמיִונגען צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. אין זײַן מאָנאָלאָג, וויל דער דיבוק נישט אַרויס פֿון לאה ביז — "אַלע זאָלן אַראָפּוואַרפֿן פֿון די פֿענצטער צו פֿינף גראָשן, וועל איך אַרויס פֿון דער בתולה".
די לעצטע דיבוק־פּאַראָדיע אין פּעניאַלאָסאַס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון העברעיִש — אַבֿיגדור המאיריס "הדיבוק בהקוקום — דער דיבוק בײַם קומקום־טעאַטער" (אַ קאַבערעט־טעאַטער אין ישׂראל), געשריבן אין 1927. דער דאָזיקער "דיבוק" פּאַראָדירט דעם העברעיִשן נוסח פֿון דער דראַמע, אויפֿגעפֿירט פֿונעם “הבימה"־טאַעטער. אַ סך פֿונעם הומאָר האָט צו טאָן מיטן מצבֿ פֿונעם טעאַטער אין דעמאָלטיקטער פּאַלעסטינע.
פֿון די אַלע פּאַראָדיעס זעט מען, אַז אַנ־סקיס "דיבוק" איז נישט נאָר געבויט אויפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר, ער איז אַליין געוואָרן אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.