ליטעראַטור

ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין זײַן אויסזען נאָך אַ לאַנגער צײַט נישט זײַן אין דער היים. געקומען איז ער אויף אורלויב צום ברודער. אייגנטלעך צו זיך אַהיים. נאָר דער ברודער האָט שוין געהאַט אַ ווײַב און ער נישט, האָט עס געהייסן צום ברודער. זײַן פּנים איז געווען ליכטיק, קײַלעכדיק; די אויגן, כּמעט שײַנענדיק, ווען זיי וואָלטן נישט געווען אַ ביסל פֿון גרוילעכן קאָליר. אָבער דערפֿאַר די גרויסקייט זייערע, דאָס גלײַכע, אָפֿענע קוקן איז געווען נאָך מער ווי שײַנענדיקייט. און וווּהין האָבן זיי אים געקענט לייגן שלאָפֿן, דער ברודער מיטן ווײַב, ווען עס קומט אָן די נאַכט? זען זעט ער אויס אין זײַן שיינעם זעלנערישן שינעל מיט די נײַע שליפֿעס, ווי גאָר אַ גרויסער מאַן, ווי עס וואָלט דער קייסער אַליין געווען; דערצו נאָך איז ער אויך העלדיש, סײַ אין זײַנע ברייטע אַקסלען און סײַ אין זײַן מילך־קלאָרן, ריינעם פּנים. וווּהין זשע האָבן זיי אים צו לייגן אין זייער ברודיקער שטוב, און בשעת ער, אַזאַ מאַנספּאַרשוין, ווען ער ציט זיך אין איר אויס, וואָלט ער זי געדאַרפֿט אַליין טאַקע צו פֿאַרנעמען?

ליטעראַטור

איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שווײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אויפֿהערן אויף אַ צײַט דערציילן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך ווי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שוין ווידער פֿאַרטאָן אין ביידע מלאָכות. אויך דאָס מאָל האָט זיך עס ווי געוויינטלעך אָנגעהויבן פֿון אַ קלייניקייט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געווען, אַז ער וועט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, בין איך אַרויס אין דרויסן, ווען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זיי געגאַנגען אַנטקעגן אויף רחובֿ זאַנגוויל, די גאַס וווּ איך וווין. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זיי געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אויטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הויכער, ווי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריוו, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אייבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרויסע, שווערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גייענדיק אָנגעלענט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק ווײַב.

ליטעראַטור

אָט אַזוי זײַנען זיי אָפּגעזעסן אַ לאַנגע, בלויע ווינטערנאַכט, אין דער אַלטער גרויסער שטוב מיט די שטומע שאָטנס פֿון זיידעס און עלטער־זיידעס מיט לאַנגע זילבער־בערד אין די טונקעלע ווינקלען, מיטן פֿאַרשטויבטן אומעט פֿון אייביקייט־שכינה מיט אָפּגעהאַקטע פֿליגל צווישן גלעזערנע שאַפֿעס מיט ספֿרים, מיט דער האַרציקער איבערגעגעבנקייט איינער דעם צווייטן און מיט ווילדער פֿרעמדקייט — און געפֿירט זייער וויכּוח.
ניט ביידע האָבן גלײַך עס געוואָלט.
ניט ביידע זײַנען פֿון איין עלטער געווען.
ניט די וועגן זייערע האָבן זיך גלײַך געצויגן, האַנט בײַ האַנט. נאָר דער ציל האָט פֿון ערגעץ וווּ, פֿון די ווײַטסטע ווײַטענישן, פֿון די אומבאַקאַנטע צוקונפֿטן, ווי אַ קליין פֿינקלדיק שטערנדל, אַרויסגעשימערט און, ציטערנדיק, ביידן גלײַך געוווּנקען און גערופֿן:
— צו מיר, צו מיר קומט, אין מײַן ליכטנשײַן וועל איך אײַך פֿאַרוויקלען, זונען וועל איך פֿאַר אײַך צעשמעלצן און טוט מיט זיי, וואָס איר ווילט...

ליטעראַטור

בײַ דער יוגנט פֿון די פּויליש־ליטווישע שטעטלעך האָט געגאָלטן דער כּלל: וויל מען זיך ווידמען מיסחר — פֿאָרט מען קיין וואַרשע, וויל מען זיך ווידמען תּורה — פֿאָרט מען קיין ווילנע.
אַ יונג מיט אַ לענגלעך בלאַס פּנים, באַרעמט פֿון אַ שוואַרצן פּוך, וואָס קיין גאָלמעסער האָט עס נאָך ניט אָנגערירט, טרייסלט זיך אויף דער פֿור, וואָס פֿאָרט אַרײַן אין דער ווילנער פֿאָרשטאָט. דער זשוויריקער ווייכער שאָסיי האָט זיך געענדיקט, ס׳הייבט זיך אָן דער ברוק, און די פֿור צעבריאַזגעט זיך מיט אַלע אירע אײַזערנע אבֿרים. דער יונג קוקט מיט קײַלעכדיקע אויגן: נידעריקע, באַלאָדנטע הילצערנע הײַזלעך מיט ברייט־טיריקע ייִדישע קראָמען; אַ פּויערשער וואָגן מיט אַ צוגעבונדן פֿערד, וואָס האָט טיפֿזיניק אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אין טאָרבע; אַ שמאָלער ייִד אין אַ לאַנגער קאַפּאָטע, וואָס שפּאַנט אַ פֿאַרטראַכטער, די הענט פֿאַרלייגט אויף הינטן; ייִנגלעך אין היטלען מיט פֿאַרריסענע דאַשעקעס, וואָס טראָגן זיך איבער דער גאַס, — אַלץ כּמעט, ווי בײַ אים אין שטעטל. נאָר אָט ווערן די הײַזער געדיכטער, עס שפּרינגט פּלוצלינג אַרויס אַ צוויי־גאָרנדיקער מויער, הינטער אים עפֿנט זיך אַ נײַע גאַס, אויך אַ ברוקירטע, און אויף איר שטופּן זיך צוויי־גאָרנדיקע און אַפֿילו דרײַ־גאָרנדיקע הײַזער און אין דער ווײַטן, אין דער אונטערגייענדיקער זון, טורעמס פֿון קלויסטערס און שפּיצן פֿון דעכער און פֿאַבריק־קוימענס — ניין, ס׳איז נישט קיין שטעטל, ס׳איז ווילנע! די גאַס גייט באַרג־אַראָפּ, דאָס פֿערדל שטעלט פֿיס. די פֿור טרייסלט און ליאַרעמט און בריאַזגעט און דרינגט אַרײַן טיפֿער און טיפֿער אין דעם געפּלאָנטער פֿון גאַסן, געסלעך, הייף, צוימען, קלויסטערס און מויערן. דער בעל־עגלה ווערט לעבעדיקער, נעמט די בײַטש אין דער האַנט און קוקט זיך מעשׂה זיגער אום אויפֿן בחור:
נו, חיים־זעליק, אָנגעקומען!

ליטעראַטור

...אַ נאַרישקייט געדענקט זיך: מיט אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל יאָרן צוריק, ווען איך בין צו מזל און צו גליק געוואָרן אַ בר־מיצווה־בחורל, און מײַן טאַטע, יאָסל דער מילנער, האָט מיך אין יענעם שבת מיט גרויס פּאַראַד געפֿירט אין אונדזער פּערליצער שיל, איך זאָל אָפּקנאַקן דעם שיינעם מפֿטיר, האָב איך אים דעמאָלט נעבעך אָפּגעטאָן אויף... וואָלעכיש.
דהײַנו: פּנים צו פּנים מיט אַזוי פֿיל דאַוונערס, האָט מיך מיט אַ מאָל אָנגעכאַפּט אַזאַ דראָזש, אַזש עס האָבן מיך גענומען קלימפּערן די ציין אין מויל. און... אויגנבליקלעך האָב איך געשטעלט פֿיס און אַוועק אין דער בײַליגנדיקער סטינע1). און אַ גאַנצן קײַלעכדיקן טאָג געדאַוונט מיט די... פּאַסטעכער.
נו, איר זאָלט שוין צו מיר קיין שותּף נישט זײַן וואָס פֿאַר אַ פֿײַנעם גאָב איך האָב דעמאָלט באַקומען. אָבער איך קען מיר ביז הײַנט צו טאָג נישט מוחל זײַן דער מאַמעס טרערן און דעם טאַטנס קרעכצן. וואָס, וואָס, נאָר דעמאָלט האָב איך צום ערשטן מאָל געשפּירט דעם זיס־ביטערן טעם פֿון אימתא דציבורא...
עפּעס ענלעכס האָב איך נישט לאַנג איבערגעלעבט אין אַ סוף מײַיִקן אָוונט, בײַ מײַן ערשטן אויפֿטריט פֿאַר די יאָהאַנעסבורגער ייִדן. עס איז טאַקע פֿאָלג מיך אַ גאַנג פֿון דער פּערליצער שיל ביז צום דרום־אַפֿריקאַנער כּרך, אָבער פֿון דעסטוועגן האָט מיך אַלץ געוואָרפֿן ווי אין נײַן־יעריק קדחת.
איין קלייניקייט: ווי אַזוי וועל איך מיך אין מײַן בעסאַראַבער ייִדיש ספּראַווען מיט אָט דעם געפֿעפֿערטן ייִדיש־ליטווישן שבֿט?...

ליטעראַטור
גיי צום טײַוול! איז ער געגאַנגען. ס׳איז גאָרניט געווען אַזוי ווײַט צו גיין. סך־הכּל אין זעלביקן הויז, אַ שטאָק נידעריקער. און ס׳איז אויך ניט געווען דער קלאַסישער טײַוול — דער ניט־גוטער, דער שד מיט הערנער, מיט אַן עק, ווי מאָלער האָבן אים געמאָלן אויף קלויסטערווענט און לײַוונטן. ס׳איז בכלל ניט געווען קיין ער, נאָר אַ זי; אַ זי מיט לאַנגע, בלאָנדע האָר, בלויע אויגן און אַ זינגעוודיק קול, וואָס נאָר מלאכים פֿאַרמאָגן עס. גיי ווייס, אַז אָט די שלאַנקע פֿרוי איז ווײַט ניט קיין מלאך, נאָר אַ טײַוול, אַ סאַמעראָדנער טײַוול, וואָס פֿאַרפֿירט און פֿאַרדאָרבט מענטשלעכע נשמות! בלויז די הענט אירע האָבן געזאָגט עדות ווער זי איז און וואָס זי איז מסוגל צו טאָן: די פֿינגער זענען געווען דין, לאַנג און בייניק, מיט שאַרף פֿאַרשפּיצטע נעגל, ווי בײַ אַ חיה. ווער קוקט אָבער אויף די נעגל, אַז מע ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון לויטער־בלויע אויגן און פֿון אַ פֿאַרשקלאַפֿנדיקן שמייכל?

קינאָ
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃
אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש".
אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער,
"פֿאָרווערטס", 2012.



אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן (1913—2004), דער העלד פֿונעם נײַעם פֿילם פֿון דער סעריע "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס", באַשרײַבט זײַן טעמע אַזוי׃ "מײַן שרײַבן איז וועגן ווילנע — אָבער ניט וועגן ווילנע פֿונעם גאָון אליהו, ניט וועגן ווילנער אינטעליגענץ". ער קלײַבט זײַנע העלדן אויף דעם סאַמע דנאָ פֿון ייִדישן ווילנע, ווײַל "וועגן דעם ווילנער גאָון אליהו און דעם ייִדישן פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך וועט מען נאָך שרײַבן דיסערטאַציעס, אָבער ווער וועט געדענקען אַזעלכע טיפּן ווי מישקע קראַסאַווטשיק אָדער תּמרה די הויכע?"
קאַרפּינאָוויטש האָט באַקומען די דאָזיקע פּערסאָנאַזשן בירושה פֿון זײַן פֿאָטער משה קאַרפּינאָוויטש, דעם בעל־הבית פֿונעם "פֿאָלקס־טעאַטער", וואָס איז געווען ספּעציעל באַליבט בײַם פּראָסטן עמך. צוזאַמען מיט זײַנע ברידער און שוועסטער האָט אַבֿרהם פֿון קינדווײַז אָן געהאָלפֿן דעם טאַטן אין אָט דער פֿאַמיליע־אונטערנעמונג, "אויסגעפֿילט אַלע לעכער אין טעאַטער, וווּ מען האָט נאָר געקאָנט פֿאַרשפּאָרן געלט." און דערבײַ האָט ער גיריק אײַנגעזאַפּט אַלץ, וואָס ער האָט געזען און געהערט אויף אָט דעם "יריד".
מיט יאָרן שפּעטער, שוין נאָך זײַן עליה קיין מדינת־ישׂראל (אין 1949), וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן צו דער ייִדישער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", האָט זיך קאַרפּינאָוויטש גענומען פֿאַר זײַן לעבנס־פּראָיעקט׃ מחיה־מתים צו זײַן אין זײַנע ביכער די אַמאָליקע וועלט פֿון ווילנער ייִדישע גאַסן, וואָס זײַנען געווען די היים פֿאַר זײַנע העלדן. די דאָזיקע נסיעה אין צײַט און רוים הייבט זיך אָן שוין אינעם ערשטן זאַמלבוך זײַנעם, "דער וועג קיין סדום" (1959).

קולטור

דאָס כּפּרות שלאָגן ערבֿ יום־כּיפּור איז אַן אַלטער מינהג בײַ ייִדן, וואָס איז באַשריבן געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם 8טן יאָרהונדערט. צו יענער צײַט איז אויך געווען אַן אַנדער ענלעכער מינהג, וואָס איז פֿאַרגעסן געוואָרן, און וואָס האָט קאָמבינירט די עלעמענטן אי פֿון תּשליך, אי פֿון כּפּרות שלאָגן: צוויי אָדער דרײַ וואָכן פֿאַר ראָש־השנה האָט דער "ראָש" פֿון דער משפּחה פֿאַרזעצט פֿאַסאָליעס אין קליינע קיישלעך — אַ קיישל פֿאַר יעדן מיטגליד אין דער משפּחה. ווען די פֿאַסאָליעס האָבן געשפּראָצט ערבֿ ראָש־השנה האָט דער "ראָש" גענומען דאָס קיישל פֿאַר יעדן משפּחה־מיטגליד און אַרומגעריגנלט זיבן מאָל דעם מיטגליד מיטן קיישל, זאָגנדיק, "דאָס איז אויפֿן אָרט פֿון דעם מענטש". דערנאָך האָט ער געוואָרפֿן דאָס קיישל מיט די פֿאַסאָליעס אַרײַן אין טײַך. דאָס אַרײַנוואַרפֿן אין וואַסער האָט נישט באַטײַט סתּם אַוועקוואַרפֿן; מע קען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ מיטל צו באַפֿרידיקן די רוחות אין וואַסער, און די פֿאַסאָליעס האָבן געדינט ווי אַ שׂעיר־לעזאָזל, אָדער ווי מע זאָגט אויף פּראָסט ייִדיש — אַ כּפּרה־הינדל.
וואָס האָבן רוחות און שׂטן (עזאָזל) צו טאָן מיט ייִדישע מינהגים? צוויי גרויסע פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער אין אַמעריקע, ביידע רבנים — הרבֿ יעקבֿ לאַוטערבאַך (1873 — 1942) און הרבֿ יהושע טראַכטענבערג (1904 — 1959) האָבן ספּעציעל זיך אָפּגעגעבן מיט די געשיכטעס פֿון ייִדישע מינהגים, גלייבענישן און טראַדיציעס, און אויסגעפֿונען, אַז דאָס גלייבן אינעם שוואַרץ־יאָר (שׂטן) און זײַנע מיטהעלפֿער, דער פּחד פֿאַר שדים,  האָט אָפֿט געשפּילט אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע מינהגים.

ליטעראַטור

זומער, זומער,
דו ווידער שטאַרבסט
און ווידער, איידער פֿאַלן
זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער
אַיעטוועדער זאָל ווערן
פֿאַר צווײַג־און־שטאַם
אַ גוטער בעטער
בעת ווינטער־שנייען
ווערן שוין פֿאַרגרייט
אין סאַמע האַרץ
פֿון האַרבסט


"זומער, זומער"



אַ מאָל האָט געשפּרודלט די ייִדישע ליטעראַטור אינעם מיטל־מערבֿדיקן טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין דעטרויט, שיקאַגע, מילוואָקי האָבן פּאָעטן און פּראָזע־שרײַבער בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור און אַרויסגעגעבן זשורנאַלן, יאָרביכער, אַנטאָלאָגיעס פֿון זייערע ווערק. בײַ דער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט", די ערשטע לאַנדישע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע, איז דער "מיטל־מערבֿ־ראַיאָן" געוואָרן דער אַקטיווסטער צווײַג. די "פּערהיפֿט" טעאַטער־טרופּע אין מילוואָקי האָט געשפּילט 50 יאָר, 1921 ביז 1971. הײַנט פֿאַרטרעט די ייִדישע ליטעראַטור אין דעם ראַיאָן בלויז איין מענטש — דער דיכטער באָריס קאַרלאָוו אין בלומינגטאָן, אינדיאַנאַ.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Victor Dönninghaus. Minderheiten in Bedrängnis:
Sowjetische Politik gegenüber Deutschen,
Polen und anderen Diaspora-
Nationalitäten 1917-1938.
München: R. Oldenburg, 2009.

די פֿראַגע, צי סטאַלין האָט געהאַט אין זינען אַרויסצושיקן די רוסישע ייִדן אין דער סיבירער וויסטעניש בלײַבט עד־היום ניט דערקלערט. פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דער גרעסטער רוסישער מומחה אין סטאַלינס ייִדישער פּאָליטיק, באַטאָנט אין זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען, אַז ער האָט ניט געזען קיין שום אַרכיוואַלע מקורים וועגן אַזעלכע פּלענער. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, ווען סטאַלין האָט דורכגעפֿירט מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון גאַנצע פֿעלקער, האָט מען צוגעגרייט אַזעלכע אָפּעראַציעס מיט אַ סך התמדה, און דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל שפּורן אין פֿאַרשידענע אַרכיוון.
קאָסטירטשענקאָ שמט מיט זײַן אַקאַדעמישער פּעדאַנטישקייט. ער באַמערקט, אַז די שײַכותדיקע דאָקומענטן קאָנען ליגן באַגראָבן אין די רוסישע אַרכיוון, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט פֿאַר פֿאָרשונג; קודם־כּל, אינעם אַרכיוו פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי (עם–גע–בע), אָדער אינעם פּרעזידענטישן אַרכיוו. אָבער אַפֿילו די דאָזיקע אָפּגעהיטע פּאָזיציע האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קריטיק מצד די ליבהאָבערישע ייִדישע היסטאָריקער, וועלכע זײַנען זיכער — דער עיקר, אויפֿן סמך פֿון פּריוואַטע זכרונות און קלאַנגען — אַז די דעפּאָרטאַציעס זײַנען שוין געווען אַ באַשלאָסענע זאַך, און בלויז סטאַלינס טויט האָט זיי אָפּגעשטעלט.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער תּלמוד, פּלאַטאָן, און דער גלאַנץ פֿון כּבֿוד. מאָסקווע׃ "קנישניקע", 2011.

ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן".

קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל.

רעליגיע, קולטור

אַפֿילו וועגן די "פֿאָרכטיקע" טעג פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור האָט דאָס פֿאָלק געשאַפֿן און דערציילט פֿאָלקס־מעשׂיות און אַנעקדאָטן, אָפֿט מיט אַ קאָמישן טאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם אויבן־אָן פֿון דעם מין מעשׂה פֿאַרנעמען אונדזערע וויצלער.

הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט געזאָגט: "דער על־חטא האָט אונדז געטאָן אַ גרויסע טובֿה. אַזוי, למשל, ווען עס וואָלט זיך פֿאַרוועלן טאָן אַן עבֿירה, וואָלט איך ניט געוווּסט פֿון וואָס אויסצוקלײַבן און וועלכע איז בעסער צו טאָן. אָבער איצט, אַז ס'איז דאָ אַ רשימה פֿון עבֿירות איז עס אַ מחיה — איך עפֿן אויף דעם מחזור און קלײַב אויס פֿון על־חטא, וועלכע עבֿירה מיר געפֿעלט."