קינאָ
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃
אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש".
אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער,
"פֿאָרווערטס", 2012.



אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן (1913—2004), דער העלד פֿונעם נײַעם פֿילם פֿון דער סעריע "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס", באַשרײַבט זײַן טעמע אַזוי׃ "מײַן שרײַבן איז וועגן ווילנע — אָבער ניט וועגן ווילנע פֿונעם גאָון אליהו, ניט וועגן ווילנער אינטעליגענץ". ער קלײַבט זײַנע העלדן אויף דעם סאַמע דנאָ פֿון ייִדישן ווילנע, ווײַל "וועגן דעם ווילנער גאָון אליהו און דעם ייִדישן פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך וועט מען נאָך שרײַבן דיסערטאַציעס, אָבער ווער וועט געדענקען אַזעלכע טיפּן ווי מישקע קראַסאַווטשיק אָדער תּמרה די הויכע?"
קאַרפּינאָוויטש האָט באַקומען די דאָזיקע פּערסאָנאַזשן בירושה פֿון זײַן פֿאָטער משה קאַרפּינאָוויטש, דעם בעל־הבית פֿונעם "פֿאָלקס־טעאַטער", וואָס איז געווען ספּעציעל באַליבט בײַם פּראָסטן עמך. צוזאַמען מיט זײַנע ברידער און שוועסטער האָט אַבֿרהם פֿון קינדווײַז אָן געהאָלפֿן דעם טאַטן אין אָט דער פֿאַמיליע־אונטערנעמונג, "אויסגעפֿילט אַלע לעכער אין טעאַטער, וווּ מען האָט נאָר געקאָנט פֿאַרשפּאָרן געלט." און דערבײַ האָט ער גיריק אײַנגעזאַפּט אַלץ, וואָס ער האָט געזען און געהערט אויף אָט דעם "יריד".
מיט יאָרן שפּעטער, שוין נאָך זײַן עליה קיין מדינת־ישׂראל (אין 1949), וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן צו דער ייִדישער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", האָט זיך קאַרפּינאָוויטש גענומען פֿאַר זײַן לעבנס־פּראָיעקט׃ מחיה־מתים צו זײַן אין זײַנע ביכער די אַמאָליקע וועלט פֿון ווילנער ייִדישע גאַסן, וואָס זײַנען געווען די היים פֿאַר זײַנע העלדן. די דאָזיקע נסיעה אין צײַט און רוים הייבט זיך אָן שוין אינעם ערשטן זאַמלבוך זײַנעם, "דער וועג קיין סדום" (1959).
די האַנדלונג פֿון די דערציילונגען קומט פֿאָר אין ארץ־ישׂראל נאָך דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, אָבער דער גלותדיקער עבֿר האָט דאָ מער ממשות איידער דער ישׂראלדיקער. אין זײַנע ווײַטערדיקע ביכער, אַזעלכע ווי "בײַם ווילנער דורכהויף" (1967), "אויף ווילנער גאַסן" (1981), "אויף ווילנער וועגן" (1987) זײַנען שוין אין גאַנצן געווידמעט ווילנע.
יעדער פֿילם פֿון סאַנדלערס סעריע האָט אַן אייגענעם סטיל און קאָמפּאָזיציע. צומאָל איז די דערציילונג געבויט כראָנאָלאָגיש, צומאָל לאָזט מען דעם שרײַבער אַליין דערציילן וועגן די אינטערעסאַנטע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן. אָבער דער דאָזיקער פֿילם האָט צוויי העלדן, דעם שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן און זײַן שטאָט ווילנע. מיר זעען סײַ דעם אַמאָליקן "ירושלים ד׳ליטא", ווי זי האָט זיך אָפּגעהיט אויף אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, סײַ די הײַנטיקע ווילנע, וואָס זעט אויס ווי אַ שאָטן, מיט שיינע באַנײַטע הײַזער און גאַסן, אָבער אָן אירע ייִדישע תּושבֿים. דער איינציקער אָפּקלאַנג פֿון יענע צײַטן זײַנען די שטימען פֿון קאַרפּינאָוויטשעס פּערסאָנאַזשן, וואָס מען הערט הינטער דעם אימאַזש.
דער פֿילם הייבט זיך אָן און ענדיקט זיך אינעם סאַמע האַרץ פֿון קאַרפּינאָוויטשעס ווילנע — אויפֿן ראָג פֿון גלעזער־גאַס און ייִדישער גאַס. דאָרט איז אַ מאָל געשטאַנען אַ בלינדער ייִד און האָט געבעטן אים אַריבערפֿירן פֿון איין זײַט גאַס אויף דער אַנדערער. צוזאַמען מיט צענדליקער אַנדערע געשטאַלטן איז דער דאָזיקער ייִד פֿאַרבליבן שטיין אויף דער גאַס, פֿאַראייביקט דורך קאַרפּינאָוויטשעס כּוח־הדמיון.
קאַרפּינאָוויטש פֿאַרשטייט דעם מהות פֿון דער ליטעראַרישער מלאָכה אַזוי׃ "אַ שרײַבער ווערט ניט געבוירן, מען דאַרף זייער אַ סך אַרבעטן, צו דערגראָבן זיך צו דעם אייגענעם באַשיידענעם טאַלאַנט." ער האָט געפֿונען זײַן שליחות ווי אַ היטער פֿונעם אַלטן ווילנער "געווירץ", וואָס מען שפּירט צום שטאַרקסטן דווקא אין דער אונטערוועלט.
צומאָל באַקומען די העלדן פֿון קאַרפּינאָוויטשעס מעשׂיות אַן עכט־העראָיִשן פֿאַרנעם, ווי למשל, די גאַסן־פֿרוי תּמרה די הויכע. זי איז געווען די איינציקע ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט זיך ניט אויסגעטאָן פֿאַר די דײַטשן ווען זיי האָבן צעשאָסן ייִדן אין פּאָנאַר. און אַזוי האָט זי "געראַטעוועט דעם כּבֿוד פֿון דער ייִדישער פֿרוי", האַלט קאַרפּינאָוויטש. אין פּאָנאַר און אין ווילנער געטאָ איז אומגעקומען אויך זײַן משפּחה, נאָר ער אַליין האָט געהאַט אַ גוטן מזל זיך צו ראַטעווען אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מען האָט אים גלײַך פֿאַרשיקט אויף אוראַל.
קאַרפּינאָוויטש מעג זײַן באַשיידן ווען עס קומט צו אָפּשאַצן זײַן טאַלאַנט, אָבער ער איז גוט געווויר פֿון די שוועריקייטן פֿון דער שעפֿערישער אויפֿגאַבע, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען. ער ווייסט, אַז "קיינער איז ניט מצליח געווען אין שילדערן די אונטערוועלט". און דער סוד פֿון זײַן הצלחה איז אין דער אינטימער ליבע, וואָס ער פֿילט פֿאַר זײַנע העלדן און זייער אומגעקומענע וועלט. דאָס איז אויך געווען זײַן אייגענע פּריוואַטע וועלט, וואָס ער האָט געשאַפֿן פֿאַר זיך אין ישׂראל.
בײַ טאָג האָט אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש געאַרבעט אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילאַרמאָנישן אָרקעסטער. דער פֿילם ווײַזט זײַנע פֿאָטאָס מיט די שטערן פֿון וועלט־מוזיק׃ אַרטור רובינשטיין, לענאַרד בערנסטײַן, זובין מעטאַ. בײַ נאַכט האָט ער אויסגעטאָן דעם דרײַטיילן־קאָסטיום מיטן קראַוואַט און זיך אַוועקגעזעצט צום שרײַבטיש, אַרומגערינגלט מיט די שאָטנס פֿון די ווילנער גאַסן.
די מעשׂיות וועגן ווילנער טיפּן זײַנען פֿול מיט שאַרפֿע אָבסערוואַציעס און פּיקאַנטע פּרטים, ווי, למשל, דער פּלאַן צו עפֿענען אַ "ייִדישע פֿאָלקשול פֿאַר ליבע", וואָס האָט געהערט צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקלאָריסט שמשון כּהן. אַזאַ מין אַנשטאַלט וואָלט אויך געשאַפֿן פֿעסטע אַרבעט־שטעלעס פֿאַר ייִדישע גאַסן־מיידלעך.
אין דער ייִדישער מיטאָלאָגיע פֿון מזרח־אייראָפּע פֿאַרנעמט אָדעס דעם בכּבֿודיקן אָרט פֿון דער "גנבֿים־הויפּטשטאָט". פֿאַר דעם דאַרף מען באַדאַנקען דעם רוסיש־ייִדישן מחבר איסאַק באַבעל. ווילנע ווערט פֿאָרגעשטעלט, להיפּוך, ווי די שטאָט פֿון רוחניות, קולטור און למדנות. אין דער אמתן אָבער איז דער אָנטייל פֿון ייִדן צווישן אָדעסער אונטערוועלט ניט געווען העכער איידער אין אַנדערע שטעט פֿונעם רוסישן תּחום־המושבֿ, בעת ווילנע האָט טאַקע יאָ געהאַט אַ שטאַרקע און אַנטוויקלטע אונטערוועלט.
"שרײַבן איז זייער אַן אינטימע עובֿדה, ווי ליבע", זאָגט קאַרפּינאָוויטש. ער האָט געשאַפֿן זײַן ווילנע פֿאַר זיך, ווי אויסצאָלנדיק זײַן חובֿ פֿאַר דער אומגעבראַכטער וועלט פֿון זײַן יוגנט. און מיר, זײַנע לייענער, פֿאַרבלײַבן אים דאַנקבאַר פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיך אַזוי ברחבֿותדיק געטיילט מיט אונדז מיט זײַנע טײַערסטע אוצרות.