ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Victor Dönninghaus. Minderheiten in Bedrängnis:
Sowjetische Politik gegenüber Deutschen,
Polen und anderen Diaspora-
Nationalitäten 1917-1938.
München: R. Oldenburg, 2009.

די פֿראַגע, צי סטאַלין האָט געהאַט אין זינען אַרויסצושיקן די רוסישע ייִדן אין דער סיבירער וויסטעניש בלײַבט עד־היום ניט דערקלערט. פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דער גרעסטער רוסישער מומחה אין סטאַלינס ייִדישער פּאָליטיק, באַטאָנט אין זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען, אַז ער האָט ניט געזען קיין שום אַרכיוואַלע מקורים וועגן אַזעלכע פּלענער. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, ווען סטאַלין האָט דורכגעפֿירט מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון גאַנצע פֿעלקער, האָט מען צוגעגרייט אַזעלכע אָפּעראַציעס מיט אַ סך התמדה, און דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל שפּורן אין פֿאַרשידענע אַרכיוון.
קאָסטירטשענקאָ שמט מיט זײַן אַקאַדעמישער פּעדאַנטישקייט. ער באַמערקט, אַז די שײַכותדיקע דאָקומענטן קאָנען ליגן באַגראָבן אין די רוסישע אַרכיוון, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט פֿאַר פֿאָרשונג; קודם־כּל, אינעם אַרכיוו פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי (עם–גע–בע), אָדער אינעם פּרעזידענטישן אַרכיוו. אָבער אַפֿילו די דאָזיקע אָפּגעהיטע פּאָזיציע האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קריטיק מצד די ליבהאָבערישע ייִדישע היסטאָריקער, וועלכע זײַנען זיכער — דער עיקר, אויפֿן סמך פֿון פּריוואַטע זכרונות און קלאַנגען — אַז די דעפּאָרטאַציעס זײַנען שוין געווען אַ באַשלאָסענע זאַך, און בלויז סטאַלינס טויט האָט זיי אָפּגעשטעלט.
דאָס נײַע בוך פֿונעם דײַטשישן היסטאָריקער וויקטאָר דענינגהאַוז באַהאַנדלט ניט דעם ענין פֿון מעגלעכע ייִדישע דעפּאָרטאַציעס נאָך דער מלחמה, אָבער עס העלפֿט צו פֿאַרשטיין די לאָגיק פֿון סטאַלינס פּאָליטיק לגבי די אַזוי־גערופֿענע "גלות־מינאָריטעטן"; דאָס הייסט, אַזעלכע נאַציאָנאַלע גרופּעס, וועלכע האָבן ניט געהאַט קיין אייגענע טעריטאָריע אָדער האָבן לרובֿ געלעבט מחוץ אירע גרענעצן.
אין דער סאָוועטישער נאַציאָנאַלער נאָמענקלאַטור האָט מען צעטיילט אַזאַ מין מינאָריטעטן אויף "מערבֿדיקע" און "מיזרחדיקע". די ייִדן, ווי שטענדיק, זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ באַזונדערער קאַטעגאָריע, בפֿרט, אַז צווישן זיי זײַנען געווען סײַ "מערבֿדיקע" — אַשכּנזים — סײַ "מיזרחדיקע" — בוכאַרישע, גרוזינישע און באַרג־ייִדן — עטנישע עדות.
דענינגהאַוז גיט זיך אָפּ, דער עיקר, מיטן גורל פֿון די צוויי גרעסטע מערבֿדיקע מינאָריטעטן, די דײַטשן און די פּאָליאַקן. אָבער פֿון מאָל צו מאָל מאַכט ער אַ פֿאַרגלײַך מיטן ייִדישן פֿאַל. גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע האָט די סאָוועטישע מאַכט געשאַפֿן אַ ספּעציעלן פֿאָלקס–קאָמיסאַריאַט (מיניסטעריע) פֿאַר נאַציאָנאַלע ענינים מיט סטאַלינען בראָש. אונטער דעם דאָזיקן דאַך האָבן אָפּערירט קאָמיסאַריאַטן אָדער אָפּטיילן, פֿאַר איינצלנע נאַציאָנאַליטעטן — דײַטשן, ייִדן, פּאָליאַקן, לעטן.
כּמעט איינצײַטיק האָט מען געשאַפֿן נאַציאָנאַלע סעקציעס בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. אַזוי אַרום איז די "ייִדסעקציע" ניט געווען קיין יוצא־דופֿן׃ לעבן איר האָבן אָפּערירט אַנדערע נאַציאָנאַלע סעקציעס. די דאָזיקע סעקציעס האָבן געדאַרפֿט דינען ווי "טרײַב–רימענס" פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי־מאַשין, וואָס זאָלן איבערטראָגן איר פּאָליטיק צו די געהעריקע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.
די ייִדישע סעקציע איז לכתּחילה געווען די סאַמע "פּראָבלעמאַטישע", ווײַל איר צענטראַל־ביוראָ האָט זיך באַמיט צו פֿאַרנעמען אַ באַזונדערע שטעלע אין דער פּאַרטיי־סטרוקטור. ס׳רובֿ אָנפֿירער פֿון דער ייִדסעקציע זײַנען געווען אַמאָליקע בונדיסטן אָדער לינקע פּועלי־ציוניסטן, וואָס זײַנען נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אַרײַן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, אָבער זײַנען ניט געווען צופֿרידן מיט זייער נײַער דינסט־פֿונקציע.
די פּוילישע סעקציע האָט אויך ניט געוואָלט זיך באַגרענעצן מיט דער אַגיטפּראָפּ–אַרבעט און זיך אַקטיוו אַרײַנגעמישט אין די קאָמפּליצירטע פּויליש־סאָוועטישע באַציִונגען. אָבער די גרעסטע און די וויכטיקסטע נאַציאָנאַלע פּאַרטיי־סעקציע איז געווען די דײַטשישע, וואָס איר ציל איז געווען צו פֿירן קאָמוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע צווישן די געפֿאַנגענע דײַטשישע און עסטרײַכישע סאָלדאַטן נאָך דער ערשטער וועלט–מלחמה.
פֿון סאַמע אָנהייב אָן האָט די קאָמוניסטישע פֿירערשאַפֿט באַטראַכט די נאַציאָנאַלע סעקציעס ווי אַ צײַטווײַליקע אינסטיטוציע. זייער הויפּט–אויפֿגאַבע אין די 1920ער יאָרן איז געווען צו אַגיטירן קעגן רעליגיע און דעם "קלאַסן־שׂונא", ווי אויך דאָס זאַמלען געלט און מאָביליזירן די באַפֿעלקערונג פֿאַר פֿאַרשידענע סאָוועטישע פּראָיעקטן.
אָבער סטאַלין האָט ניט געהאַט קיין קלאָרע אידעע, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די "מערבֿדיקע" גלות־מינאָריטעטן. זיי האָבן זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אין זײַן באַגריף פֿון דער נאַציע און נאַציאָנאַלער פּאָליטיק, און אַלע פּראָיעקטן, וואָס האָבן זיך אַזוי אָדער אַנדערש באַזירט אויף דער בונדיסטישער קאָנצעפּציע פֿון דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע, זײַנען פֿאַר אים געווען טריף און פּסול.
צו די 1930ער יאָרן האָט מען שוין געלייזט די אויפֿגאַבע פֿון "סאָוועטיזירן" די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד. די פּאַרטיי האָט זיך מער ניט גענייטיקט אין די נאַציאָנאַלע סעקציעס, און זיי זײַנען ליקווידירט געוואָרן אַרום 1930. דאָס איז געווען בלויז אַ קליינער טייל פֿונעם אַלגעמיינעם פּראָצעס פֿון צענטראַליזירן און אוניפֿיקאַצירן דעם פּאַרטיי–אַפּאַראַט אונטער סטאַלינס קאָנטראָל.
אייניקע מינאָריטעטן, בפֿרט די דײַטשישע פּויערים, האָבן אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקן ווידערשטאַנד לגבי דער נײַער פּאָליטיק. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָט געוואָלט אַרויספֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, די אַנדערע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די נײַ–געשאַפֿענע קאָלווירטן אין גרויסע שטעט. די סאָוועטישע מאַכט האָט איצט באַטראַכט די מערבֿדיקע מינאָריטעטן, בפֿרט די דײַטשן, די פּאָליאַקן און די באַלטישע פֿעלקער, ווי פּאָטענציעלע פֿאַררעטער און אַגענטן פֿון זייערע מלוכות.
די ערשטע עטנישע "רייניקונגען" פֿון די סאָוועטישע מערבֿדיקע גרענעץ־געגנטן האָבן זיך אָנגעהויבן אין 1930, און אין משך פֿון די 1930ער יאָרן האָט מען אַרעסטירט און דעפּאָרטירט הונדערטער טויזנטער דײַטשן, פּאָליאַקן, לעטן, פֿינען, ליטווינער, עסטן. בלויז אין 1937—1938 האָט מען באַשולדיקט הונדערט טויזנט מענטשן אין שפּיאָנירן לטובֿת פּוילן (און אַ היפּש ביסל פֿון די דאָזיקע "שפּיאָנען" זײַנען געווען ייִדן, ווי למשל, מאַקס עריק).
אָבער די ייִדן, ווי אַן עטנישע גרופּע, זײַנען ניט געווען ספּעציעל באַטראָפֿן בעת די רעפּרעסיעס פֿון די 1930ער יאָרן. זיי האָבן ניט געהאַט קיין אייגענע מדינה און סטאַלין האָט זיי ניט געהאַלטן פֿאַר אַ פּאָליטישער סכּנה. פֿאַרקערט, ער האָט גענוצט אַ סך ייִדן ווי פֿאַרלאָזלעכע אויספֿירער פֿון זײַן רעפּרעסיווער פּאָליטיק, כאָטש צום סוף 1930ער יאָרן זײַנען אָט די דאָזיקע אויספֿירער אַליין געוואָרן קרבנות פֿון רעפּרעסיעס.
די ריי פֿון ייִדן צו ווערן "אַ נאַציע פֿון פֿאַרעטער" איז געקומען ערשט שפּעטער, מיטן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל און דעם אָנהייב פֿון דער "קאַלטער מלחמה". דערצו נאָך האָט דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט גענומען אויף זיך די פֿונקציע פֿון שתּדלנות צווישן די סאָוועטישע ייִדן און דער מלוכה, און דאָס האָט מסתּמא אויסגעזען פֿאַר סטאַלינען ווי אַ גילגול פֿון דער בונדיסטישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע.
אַזוי אַרום וואָלטן מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג געווען אַ לאָגישער אויספֿיר פֿון סטאַלינס רעפּרעסיווער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק לגבי די מערבֿדיקע מינאָריטעטן. די פֿראַגע שטייט ניט, צי סטאַלין האָט יאָ אָדער ניט בדעה געהאַט אַרויסצושיקן די ייִדן אין 1953, נאָר פֿאַרוואָס ער האָט עס ניט געטאָן פֿריִער, גלײַך נאָך דעם פּאָגראָם פֿון דער ייִדישער קולטור אין 1948?