זומער, זומער,
דו ווידער שטאַרבסט
און ווידער, איידער פֿאַלן
זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער
אַיעטוועדער זאָל ווערן
פֿאַר צווײַג־און־שטאַם
אַ גוטער בעטער
בעת ווינטער־שנייען
ווערן שוין פֿאַרגרייט
אין סאַמע האַרץ
פֿון האַרבסט
"זומער, זומער"
אַ מאָל האָט געשפּרודלט די ייִדישע ליטעראַטור אינעם מיטל־מערבֿדיקן טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין דעטרויט, שיקאַגע, מילוואָקי האָבן פּאָעטן און פּראָזע־שרײַבער בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור און אַרויסגעגעבן זשורנאַלן, יאָרביכער, אַנטאָלאָגיעס פֿון זייערע ווערק. בײַ דער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט", די ערשטע לאַנדישע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע, איז דער "מיטל־מערבֿ־ראַיאָן" געוואָרן דער אַקטיווסטער צווײַג. די "פּערהיפֿט" טעאַטער־טרופּע אין מילוואָקי האָט געשפּילט 50 יאָר, 1921 ביז 1971. הײַנט פֿאַרטרעט די ייִדישע ליטעראַטור אין דעם ראַיאָן בלויז איין מענטש — דער דיכטער באָריס קאַרלאָוו אין בלומינגטאָן, אינדיאַנאַ.
אין דער נײַער זאַמלונג "מיר איז שטאַרק נוגע" האָט דער פּאָעט אײַנגעטיילט די לידער אין זעקס טיילן, און אַפּנים זענען די לידער אינעם ערשטן טייל "ייִדישע שטיבער אָן ייִדן", אינספּירירט געוואָרן פֿון די עטנאָגראַפֿישע און לינגוויסטישע עקספּעדיציעס אין מיזרח־אייראָפּע און געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מיט וועלכע עס פֿירט אָן פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער — דער אמתער נאָמען פֿון באָריס קאַרלאָוו — ווי אַ טייל פֿון זײַן "אַהיים"־פּראָיעקט. דאָס ליד "ייִדישע שטיבער אָן ייִדן" דריקט אויס די פֿאַרצווייפֿלונג און אויך ביטערקייט און פֿרוסטרירונג אויף דער געשיכטע און אויף דער הײַנטיקער מערכה.
* * *
כ׳האָב געזען
ווי דער גרויסער,
דער אַלטער בית־עולם
אין מאָלעוו
ווערט אַליין שוין
צוביסלעך, אינגאַנצן
אַן עליו
השלום
און מעבֿר־לים —
די האַרציקע
קינדער פֿון ייִדן,
זייער שטאַם
נאָך פֿאַרהיט
יענעם שטויב
פֿון די בויערס
פֿון דער וועלטס
פּיראַמידן...
מאַני לייב האָט אַ באַקאַנטן באַנד פּאָעזיע "סלאַווישע מאָטיוון", און ער האָט אין דער זאַמלונג אָפֿט געשריבן זײַנע לידער מיט צוויי לאַנג־שורהדיקע סטראָפֿעס (למשל, דאָס זינגליד "אוי מאַמעניו טײַערע, מאַמעניו ליב/ דעם יונגיקן שנײַדערל טרײַב ניט פֿון שטוב"). קערלער הייבט אָן זײַן אָפּטייל לידער "סלאַווישע מאָטיוון" אויך מיט אַ צוויי־שורהדיק ליד "אַ זון מיט אַ פֿראָסט", און דאָס ליד, ווי ס׳רובֿ לידער בײַ קערלערן, ווערן געשריבן אין דער ערשטער פּערזאָן. מיט זײַן סענסיטיוון אויג כאַפּט ער זײַן אַרום, זײַן סבֿיבֿה, סײַ פֿיזיש, סײַ גײַסטיק. אָבער קערלער שרײַבט אויך וועגן מענטשן, באַציִונגען, מיט קורצער, אַפֿילו עפּיגראַמישער, תּמציתדיקייט.
דו זוכסט דעם מאָרגן
און באַמערקסט ניט
אַז ער, דער מאָרגן,
איז שוין הײַנט
און איך,
איך זוך און זוך
דעם נעכטן,
נאָר ס׳דאַכט מיר אויס —
דו האָסט עס פֿײַנט...
(Rendez-vous)
קערלער איז אַ ייִדישער לינגוויסט און האָט ליב זיך צו שפּילן מיט ייִדישע ווערטער. אָבער, אין תּוך, וואָס מע געדענקט נאָכן איבערלייענען דעם נײַעם באַנד "מיר איז שטאַרק נוגע", איז קערלערס ענערגיע, זײַן כּוח, און זײַן ליבשאַפֿט צו דער וועלט אַפֿילו ווען ער האָט באַרעכטיקטע טענות צו איר.
* * *
רק ס׳בלײַבט נאָך
עלנט ווי אויף וואַסער
דאָס ביסל קײַ און שפּײַ
ניט מער, ניט מער
אַ ברעקעלע תּרעומות
בלאַסע
ווי ניט איז
דערבײַ
(פֿונעם ליד "אַליין איז די נשמה")
.