- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אויסדרוק "דער טונקעלער קאָנטינענט" האָט צו ערשט באַטײַט דעם אַפֿריקאַנער קאָנטינענט. אָבער דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו האָט אויך געניצט דעם אויסדרוק אין 1891 צו באַשרײַבן דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, מיינענדיק דערמיט, אַז די ייִדישע היסטאָריקער ווייסן באמת זייער ווייניק פֿונעם ייִדישן לעבן און מע דאַרף דאָס פֿאָרשן — "עס ליגט פֿאַר אונדז אונדזער אייגענער טונקעלער קאָנטינענט, ווי די ענגלענדער האָבן באַצייכנט דעם אינעווייניקסטן שטח פֿון אַפֿריקע, וואָס מע דאַרף אויספֿאָרשן און באַלויכטן" — האָט דובנאָוו געשריבן. פּראָפֿ׳ דויטש באַטאָנט, אַז ווען דובנאָוו דריקט זיך אויס מיט אַזאַ טערמין ווי "טונקעלער קאָנטינענט", מאַכט ער דורך דעם אַ פֿאַרגלײַך צווישן די פּרימיטיווע אַפֿריקאַנער שבֿטים און די "פּרימיטיווע" ייִדן פֿון שטעטל. עס קומט אויס, אַז די ייִדן פֿון דער "מאָדערנער" ציוויליזאַציע, דאַרפֿן ראַטעווען די שטעטלדיקע ייִדן פֿון זייער "פֿינצטערניש", אַ פֿאַרשפּרייטע משׂכּילישע אידעאָלאָגיע. Many Pious Women: Edition and Translation. Berlin: De Gruyter, 2011
רעדט זיך דאָ וועגן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "אַ באַשיידענער פֿאָרשלאָג." געשריבן האָט די פּיעסע דער ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער דראַמאַטורג קען קייסאַר, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין רמת־גן און צו זײַנע צוויי יאָר האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעפּעקלט קיין אינדיאַנאַפּאָליס. מיט דער צײַט האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און האָט זיך גענומען צו דער מלאָכה פֿון שריפֿטשטעלערײַ. ערשטנס, האָט ער זיך מיט דער דראַמע אַרײַנגעלאָזט אין דער טעמע אַנטיסעמיטיזם, ייִדישער מאַסנמאָרד, און בכלל — וועגן ייִדנהאַס דורך די דורות. די שלאָג־ווערטער: "ייִדן זײַנען גײַציק אויף געלט," "רײַך," "קאַרג," "פֿאַרנעמען די בעסטע שטעלעס," דער עיקר אין דער פֿילם־אינדוסטריע. שוין אָפּגערעדט פֿון "יעזוס־מערדער." דאָס טעאַטערל זעלבסט פֿאַרמאָגט נישט מער ווי אַ 75 זיצפּלעצער, און נישט מער ווי אַ צוויי טוץ מענטשן האָבן באַזעצט די שטולן. איך האָב פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן "מוטערס־טאָג". זײַנען אַלע מאַמעס געווען רעקרוטירט צו עסן אין די רעסטאָראַנען, באַהאָנגען מיט בלומען־קראַנצן, אײַנגעטונקען אין די שאָקאָלאַדנע באָנבאָניערעס, אָדער גאָר געזעסן אין די היימען און געוואַרט אויף אַ טעלעפֿאָן־קלונג, געלאַשטשעט זיך אויף אַ גוטער ווינטשעוואַניע. Modern Jewish Literatures: וואָס איז ייִדישע ליטעראַטור? די דאָזיקע פֿראַגע שטייט אינעם צענטער פֿון די ייִדישע אינטעלעקטועלע וויכּוחים זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה, אָבער קיין ענדגילטיקן ענטפֿער האָט מען אויף איר נאָך אַלץ ניט באַקומען. אין תּוך גענומען זײַנען דאָ דרײַ מינים ענטפֿערס: א) אַלע ווערק פֿון ייִדישע מחברים; ב) ווערק פֿון ייִדישע מחברים אויף ייִדישע טעמעס; ג) ווערק פֿון ייִדישע מחברים אויף ייִדישע טעמעס, וואָס זײַנען ספּעציעל געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן עולם. די עסטעטישע אָפּשאַצונגען שפּילן אין די דאָזיקע וויכּוחים כּסדר ניט קיין בולטע ראָלע. ס׳רובֿ פּובליקאַציעס זײַנע געהערן צו דרײַ טעמעס: די געשיכטע פֿון רוסלענדישער עמיגראַציע, די געשיכטע פֿון דעם בירגער-קריג, און די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ייִדישע אַספּעקטן פֿאַרנעמען אַ ממשותדיק, צי אַפֿילו צענטראַל, אָרט אין אָט די אַלע ריכטונגען. די ייִדישע טעמע איז, פֿאַרשטייט זיך, די צענטראַלע אין דעם בוך, וואָס איז לעצטנס אַרויס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. דער רוסישער נוסח איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 2005. גלייבט מיר — כ׳זאָג עס ניט ווי אַ לויבגעזאַנג פֿאַר מײַן פֿרײַנד — אַז דאָס איז אַ בוך, וואָס מאַכט קליגער. דער זעקס-מיליאָן-קרבנותדיקער חורבן האָט, מיט דעם פֿאַרנעם פֿון זײַן אימה, פֿאַרטונקלט אַנדערע שרעקלעכע געשעענישן אין ייִדישן לעבן, אַרײַנגערעכנט די שחיטות בשעתן בירגער־קריג אין רוסלאַנד, ווי אויך די פֿריִערדיקע טראַגעדיעס פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, מיט וועלכע בודניצקי מאַכט אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג. גלײַכצײַטיק, לייגט ער פֿאָר ניט פּרוּוון אויסצוגעפֿינען אַלע סיבות פֿון די פּאָגראָמען פֿון יענער צײַט, ווײַל עס האָט ניט קיין זין צו "ראַציאָנאַליזירן דאָס אומראַציאָנעלע". און אַ דאַנק דעם וווּנדערלעכן שוישפּילער, פֿאַרווײַלער און זינגער מײַק בורשטיין האָבן זיך מיט אַ מאָל געעפֿנט די טירן פֿון "Hebrew Actors Union" (ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן), וואָס זייער טיר איז געשטאַנען געשלאָסן צענדליקער מיט צענדליקער יאָרן נאָך אַנאַנד. האָט מען באַוויליקט צו עפֿענען דעם אייבערשטן צימער און פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ טעאַטערל מיט אַ 50 זיצפּלעצער, אַ פּראָוויזאָריש בינעלע, אַן עקראַן מיט איבערגעזעצטע סובטיטלען, ווײַל די פֿאָרשטעלונג וועגן וועלכער איך וועל זיך הײַנט אָפּגעבן מיט איר, איז אין גאַנצן אויף ייִדיש; אַ ליטעראַרישן ייִדיש, מיט אַקטיאָרן בײַ וועמען דאָס ייִדישע וואָרט דזשאַמדזשעט זיך נישט אין מויל, נאָר קומט אַרויס ריין און פֿאַרשטענדלעך. ווידער אַ מאָל... געלויבט צו גאָט. בין איך אַוועק זען "משיח אין אַמעריקע," געשריבן פֿון משה נאַדירן; און ווער עס ווייסט נישט, איז משה נאַדיר אַמאָל געווען אַ ריזיקער הומאָריסט, אָנגעשריבן אַ פּאָר צענדליק ביכער פֿון הומאָר, סאַטירע, מיניאַטור־עסייען, פּאָעזיע און טעאַטערשטיק. און ווען דער פֿאָרהאַנג האָט זיך געדאַרפֿט עפֿענען, און קיין פֿאָרהאַנג איז נישט געווען בנימצא, האָבן זיך באַוויזן צוויי באַקאַנטע אַקטיאָרן, יעלענאַ שמואלסאָן און רפֿאל גאָלדוואַסער. ער קומט צו אונדז פֿון פֿראַנקרײַך, וווּ ער פֿירט אָן אין שטראַסבורג מיטן "לופֿט"־טעאַטער. וווּ קע מען הײַנט בכלל לייענען ווערק אויף ייִדיש, סײַ בעלעטריסטיק, סײַ וויסנשאַפֿטלעכע? דער "פֿאָרווערטס" באַמיט זיך אָפּצודרוקן וויפֿל די צײַטונג קאָן, אָבער לענגערע ווערק פּאַסן זיך נישט אַרײַן אינעם צײַטונג־פֿאָרמאַט. זײַנען געבליבן די ניו־יאָרקער זשורנאַלן "די צוקונפֿט", "אויפֿן שוועל" און, פֿון צײַט צו צײַט, דער פּאַריזער "גילגולים", וואָס איז בפֿירוש פֿאַר נײַע שאַפֿונגען. אויף דער אינטערנעץ קען מען אויך לייענען קורצע ווערק אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן, אָבער מען איז נאָך נישט צוגעוווינט צו לייענען דאָרטן לענגערע שאַפֿונגען. פֿאַרקערט, דער געדולט צו לייענען תּוכיקע שריפֿטן אויף דער אינטערנעץ ווערט קירצער און קירצער. אין אַפּריל איז ריסענבערג באַלוינט געוואָרן מיט דער "רוסישער פּרעמיע", אַ ליטעראַרישע אויסצייכענונג פֿון דער באָריס־יעלצין־פֿונדאַציע. די דאָזיקע פּרעמיע איז באַצוועקט פֿאַר רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן, וועלכע וווינען מחוץ די גרענעצן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע. אָפֿיציעל האָט ריסענבערג פֿאָרגעשטעלט אוקראַיִנע, אָבער ער איז געקומען אויף דער צערעמאָניע אין אַ סאַמעטענער יאַרמולקע און געהאַלטן אַ דרשה וועגן גאָט. מען האָט אים אויך פֿאַרבעטן צו לייענען זײַנע לידער אין עטלעכע מאָסקווער באָהעמישע קלובן. מען קאָן אים זען און הערן אין קורצע סוזשעטן אויפֿן יו־טיוב, ווי ער איז אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין לייענען זײַנע לידער בעת דער עולם אַרום אים האַלטן אין איין עסן, טרינקען און אַרומוואַלגערן זיך. איך שרײַב די דאָזיקע נאָטיצן מײַנע אין סאַן-דיעגאָ, וווּ כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט זייער פֿרי, לויט דער ניו-יאָרקער צײַט. געקומען בין איך אַהער אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ מכּוח באָגדאַן כמעלניצקי (וועגן איר וועל איך שרײַבן באַזונדער), וועמענס דענקמאָל אָדער גאַס, צי ביידע זאַכן, געפֿינט מען אין יעדער אוקראַיִנישער שטאָט. ער איז דאָך אין אוקראַיִנע ווי טעאָדאָר הערצל, להבֿדיל, אין ישׂראל. אָבער אין דער פּראָגראַם זע איך ניט קיין אָנטיילנעמער פֿון אוקראַיִנע. וועגן ייִדישע ענינים אַרום כמעלניצקי, סײַ אין די צײַטן פֿון די גזירות תּ״ח תּ״ט סײַ אין די שפּעטערדיקע יאָרן, וועלן רעדן געלערנטע פֿון ענגלאַנד, ישׂראל און צפֿון-אַמעריקע. איך פֿאַרטײַטש עס ווי אַ סימן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן קיינעם ניט געפֿונען, וואָס זאָל זיך אויסטויגן אויף אַזעלכע זאַכן אין אוקראַיִנע גופֿא. (סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער) די טעג געפֿינען זיך אין דרוק פֿיר ביכער וואָס וועלן דערשײַנען אין יאָר 2012, אַרויסגעגעבן פֿונעם דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די אַלע ביכער זענען געקניפּט און געבונדן מיטן חורבן און ווידער־אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער קולטור און לעבן נאָך די אומקום-יאָרן אויף דער גאָרער וועלט און אין מדינת-ישׂראל. ד״ר אליהו סלע-סלדינגר, אַליין אַ געראַטעוועטער ייִנגל פֿון בערשאַד (אַ געטאָ און לאַגער אין טראַנסניסטריע), איז דער מחבר פֿון בוך אחר התופת (נאָכן גיהנום). דאָס איז זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, באַזירט אויף די טאָגביכער וואָס ער האָט געפֿירט כּמעט טאָג-טעגלעך אין די יאָרן 1947—1952, זײַענדיק אַ יונגער בחור פֿון 16 ביז 21 יאָר. דאָס בוך (איבער 400 זײַטן) איז דאָס אַכטע ווערק וואָס ד״ר אליהו סלע-סלדינגר פֿאַרעפֿנטלעכט. אין אים וועט דער לייענער באַקומען אַ באַגריף פֿון דעם מאַרשרוט וואָס אַ גרופּע שואה-יתומים פֿון דער שארית-הפּליטה מאַכט דורך נאָך דער באַפֿרײַונג לענגאויס אייראָפּע, דערנאָך מיט דער אומלעגאַלער עליה, קאַראַנטין אין קפֿריסין און אָפּקומעניש דאָרט, ביז זײַן עליה קיין ארץ-ישׂראל; און דעם ווידער־אויפֿבוי סײַ פֿון זײַן פּערזענלעכן לעבן און סײַ פֿון זײַן צושטײַער ווי אַ דערציִער, שרײַבער, און אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בעתן אומקום. דאָס בוך דערשײַנט בשותּפֿות מיטן ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ. מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן רוסלאַנד און אַמעריקע אײַנגעפֿירט אַ פֿאַרווער אויף אויסצוטוישן זיך מיט מוזיי־עקספּאָנאַטן, צוליב דער פּראָבלעם, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום דער ביבליאָטעק פֿונעם ליובאַוויטשער רבי יוסף־יצחק שניאורסאָן. די טויזנטער ביכער געפֿינען זיך אין דער מאָסקווער צענטראַלער ביבליאָטעק און די רוסלענדישע מאַכט וויל זיי נישט אומקערן די ליובאַוויטשער חסידים. דער דאָזיקער פֿאַרווער שטערט צו עפֿענען די טירן פֿון די רוסלענדישע מוזייען און ברענגען קיין אַמעריקע זייערע אוצרות. אַ דאַנק די צוזאַמען־באַמיִונגען פֿון דער גאַלעריע ABA און די פּריוואַטע קאָלעקציאָנערן, האָט זיך אײַנגעגעבן דעם בלויז, טיילווײַז, אויסצופֿילן. צווישן די דאָזיקע קאָלעקציאָנערן, וואָס האָבן צוגעשטעלט צו דער עקספּאָזיציע זעלטענע קונסט־ווערק פֿון זייערע זאַמלונגען, געפֿינען מיר אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי דער האָליוווּד־סטאַר און באַלעט־מײַסטער מיכאַיִל באַרישניקאָוו און דער פֿידלער־ווירטואָז און דיריגענט וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו. דעם בולטן מיליטאַריסטישן מינהג האָט מען אויסגעטײַטשט מיט אַ מער "ייִדישלעכן" טעם — אַזוי ווי קיין רעגנבויגן האָט זיך נישט באַוויזן בעתן לעבן פֿון רב שמעון בר־יוחאי, אַ תּנא פֿון דער מישנה, דינט דער בויגן פֿונעם פֿײַל־און־בויגן ווי אַ דערמאָנונג נאָך זײַן טויט. ווי עס ווערט געזאָגט אינעם קבלה־ספֿר, דער "זוהר", וואָס, לויט דער טראַדיציע, האָט בר־יוחאי מחבר געווען, וועט אַ רעגנבויגן מיט כּלערליי קאָלירן זיך באַווײַזן איידער דער משיח וועט קומען. האָט דער בויגן, במילא, אויך אַ טײַטש ווי אַ טייל פֿון אונדזער ייִדישער אמונה אין משיחן. ל״ג־בעומר אינעם דאָרף מירון, נישט ווײַט פֿון צפֿת, פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ מיט גרויס פּאַראַד; אַ מינהג, וואָס ציט זיך עטלעכע הונדערט יאָר צוריק און נעמט זיך פֿון דעם, וואָס רבֿ שמעון בר־יוחאיס קבֿר געפֿינט זיך דאָרטן. די געלערנטע האַלטן, אַז דעם "זוהר" האָט מען ערשט אָנגעשריבן מיט אַ טויזנט יאָר שפּעטער. אין שפּאַניע, אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן דאָס ווערק, אַרויסגעגעבן פֿון משה דעלעאָן, אָבער דעלעאָן האָט דאָרטן געשריבן, אַז בר־יוחאי האָט עס געשאַפֿן — יוחאי האָט געקליבן די אַנטפּלעקונגען וואָס משה רבינו האָט באַקומען פֿונעם אייבערשטן און זיי געדרוקט אינעם "זוהר". גרשון שלום האָט געהאַלטן, אַז דעלעאָן האָט נישט נאָר אַרויסגעגעבן דעם "זוהר", נאָר אים אויך אָנגעשריבן. |