ליטעראַטור

Harry Fox, Justin Jaron Lewis.
Many Pious Women:
Edition and Translation.
Berlin: De Gruyter, 2011



די פּובליקאַציע פֿון אַ ייִדישן מאַנוסקריפּט פֿון ווענעציע פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה עפֿנט אַ נײַ פֿענצטערל אינעם אַמאָליקן לעבן פֿון אַשכּנזישע ייִדן. צוויי קאַנאַדער פֿאָרשער פֿון יודאַיִסטיק — פּראָפֿעסאָר האַרי פֿאָקס פֿון טאָראָנטאָ און פּראָפֿעסאָר דזשאָסטין לויִס פֿון וויניפּעג — האָבן צוגעגרייט אַ שיינע אויסגאַבע פֿונעם טעקסט, וואָס זיי האָבן באַטיטלט "פֿילע פֿרומע פֿרויען".
אין תּוך גענומען איז דאָס אַ לאַנגער פֿראַגמענט פֿון אַ גרעסערן כּתבֿ-יד, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין מיטן–16טן יאָרהונדערט און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ נאַראַטיווע דידאַקטישע פּאָעמע אין ריטמישע געגראַמטע קופּלעטן. די רעדאַקטאָרן נעמען אָן, אַז מען האָט פֿאָרגעזונגען דעם דאָזיקן טעקסט מיט אַ ניגון, הגם עס איז ניט קלאָר, בײַ וועלכע געלעגנהייטן און פֿאַר וואָס פֿאַר אַן עולם צוהערער אָדער צוהערערינס.
דער מחבר פֿונעם דאָזיקן טעקסט איז געווען אַ מאַנצביל, אָבער די טעמע זײַנע איז די שווערע דאָליע פֿון דער ייִדישער פֿרוי. דער אָפּגעהיטער טעקסט הייבט זיך אָן מיט אַ פּרק וועגן טראָגן און האָבן׃


זיי האָבן בויך דאָס זיי וואָלן צערײַסן
און גייען דאַהער מיט דען גרויסן ברוסטן


(דער אויסלייג איז אַ ביסל מאָדערניזירט אין פֿאַרגלײַך מיטן געדרוקטן אָריגינאַל).


די מענער האָבן ניט קיין סך רחמנות אויף "אירע ווײַבערס צרות" און "וואָלן אירן ווײַבערן ניט גלייבן". אָבער קיין ברירה האָט די פֿרוי ניט׃ "זי מוזט לײַדער לעבן נאָך אירס מאַן מוט".
און ווען עס קומט די צײַט פֿון גיין צו קינד, זאָגט דער מחבר ווי אַ מאַן׃ "זאָ האָט זי עס אָבער האַרט אַז איך פֿאַרשטיי". פֿאַר אָט די אַלע לײַדן זייערע דאַרפֿן די פֿרויען זוכה זײַן, "דאָס זיי אַזוי לעבעדיק אין דאָס גן־עדן קומען דאָך". אָבער גלײַך גיט דער מחבר צו, מסתּמא, ווי אַ שפּאַס׃ "אַז איין קו אין איין מויז לאָך". פֿאַרן הײַנטיקן לייענער איז עס צומאָל שווער צו באַנעמען דעם ייִדישן הומאָר, וואָס איז אַלט פֿינף הונדערט יאָר.
נאָך די פֿאַרביקע און פּרטימדיקע שילדערונגען פֿון פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער פֿרויס ביטערן גורל ציט דער מחבר דעם סך־הכּל׃


זאָלטן זיי נון דאָס אַלץ געדענקן
איי זיי[דער] מענען נעמען, זיי זאָלטן זיך איי [גיכער] דערטרינקן
.


אָבער די פֿרויען קאָנען דאָס ניט טאָן "פֿון גוטער נאַטור", ווײַל זיי האָבן דעם אויבערשטן "גאָר גאַנץ אין הערצן".
דער צווייטער טייל פֿונעם טעקסט דערציילט וועגן די באַרימטע מוסטער־פֿרויען פֿון דער אַלטער געשיכטע. דאָס רובֿ בײַשפּילן זײַנען פֿון תּנ״ך, אָנהייבנדיק פֿון שפֿרה און פּועה, די ייִדישע הייבאַמען אין מצרים, ביז אסתּר־המלכּה. צו דער דאָזיקער גאַלעריע פֿון העלדישע ייִדענעס פֿון אַ מאָל געהערט אויך יהודית, הגם איר געשיכטע האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אין דעם קריסטלעכן נוסח פֿונעם "אַלטן טעסטאַמענט". דאָס איז אַ סימן פֿונעם ברייטערן קולטורעלן האָריזאָנט סײַ פֿונעם מחבר און סײַ פֿון זײַנע לייענער פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה.
אינטערעסאַנט, אַז צווישן די דאָזיקע העלדישע פֿרויען געפֿינט מען ניט די סאַמע באַרימטע תּנ״כישע געשטאַלטן׃ שׂרה, רבֿקה, רחל און לאה. דער מחבר דערקלערט זײַן באַשלוס׃


די גוטן פֿרויען האָב איך לאָזן ליגן
ווע[ג]ן איר פֿרומקייט וויסן די קינדער אין
דער וויגן
זאָלט איך נון אויך פֿון אירער פֿרומקייט זאָגן
איך מעכט איין בוך איין אייזל העט דאַר[פֿ]ן
צו טראָגן.


אינעם דריטן טייל באַהאַנדלט דער מחבר די ייִדישע מינהגים, וואָס האָבן אַ ספּעציעלן מיין פֿאַר פֿרויען׃ שבת, חתונה, קאָכן, ווי אויך נייען תּכריכים. דאָ געפֿינט מען טשיקאַווע עטנאָגראַפֿישע פּרטים, ווי די ווערטער פֿאַר פֿאַרשידענע מינים שבתדיקע צירונג, למשל "פּערליכטן קולרינה". גאַנץ אָפֿט באַנוצט זיך דער מחבר מיט אַן איטאַליעניש וואָרט. "קאָלאַרינאַ" מיינט "קאָלנער", אָבער שרײַבן שרײַבט מען דאָס דאָזיקע וואָרט ווי אויף לשון־קודש, "קול־רינה". דער מחבר האָט אויך אַ פּאָר קאָסמעטישע עצות, למשל צו "באַשטריכן" זיך דאָס פּנים אַ ביסל מיט חרוסת, "דאָס זי אָן דעם הייליקן שבת ניט גינג אַזוי פֿאַרבליכן".
די רעדאַקטאָרן שטעלן אין זייער הקדמה אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע׃ "צי האָבן די אַשכּנזישע פֿרויען געהאַט אַ רענעסאַנס?" ווי ווײַט האָט דער אויפֿבלי פֿון רענעסאַנס־קולטור אין אייראָפּע, בפֿרט אין איטאַליע, באַווירקט די אַשכּנזישע ייִדן? דער טעקסט ווידמעט אַ סך אויפֿמערק צו עראָטישע און סעקסועלע ענינים, הגם זיי ווערן באַהאַנדלט אַ סך מער צניעותדיק איידער אין דער מיטצײַטלערישער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור.
אָבער להיפּוך צו קריסטנטום, וואָס האָט געהאַלטן סעקס פֿאַר מעשׂה־שׂטן, האַלט די ייִדישע טראַדיציע די מיצווה פּרו–ורבֿו פֿאַר איינע פֿון די וויכטיקסטע, און דער מחבר פֿונעם טעקסט באַטאָנט כּסדר, אַז די "נשים" מוזן "ברענגן דען מאַנען צו דיזערן", ווי עס האָבן געטאָן די ייִדישע פֿרויען אַ מאָל אין מצרים, וואָרן "אַזוי קומען די גוטע לויט צו קינדן".
ווי עס באַווײַזן די רעדאַקטאָרן אין זייער הקדמה, שפּיגלט דער דאָזיקער טעקסט אָפּ דעם מאַנצבילישן קוק אויף דער פֿרוי. דער מחבר האָט מיטלײַד פֿאַר דער פֿרוי, אָבער ער האַלט, אַז זי מוז זיך אין גאַנצן אונטערגעבן דעם מאַנס ווילן. און ווען עס געפֿעלט איר ניט, "די גוט פֿרוי מוז עס פֿאַרבײַסן אין זיך אין איר ציין". זי מוז שווײַגן און זיך אָפּגעבן מיט האָדעווען קינדער, צוגרייטן עסן, און צורעכטמאַכן חפֿצים.
די שפּראַך פֿונעם כּתבֿ–יד שפּיגלט אָפּ די אַשכּנזישע קולטור, וואָס האָט געבליט אין צפֿון–איטאַליע אַרום דעם 16טן יאָרהונדערט ווען ווענעציע איז געווען דער צענטער פֿון ייִדישער דרוקערײַ. דער מחבר באַנוצט זיך ניט נאָר מיט איטאַליענישע ווערטער, אָבער אויך מיט דער ריטמישער און גראַמישער סטרוקטור פֿון איטאַליענישער דיכטונג. דער טעקסט איז אַ וויכטיקער מקור פֿון אַשכּנזישע מינהגים, אָבער אפֿשר נאָך וויכטיקער איז דעם מחברס וועלטבאַנעם, וואָס איז אי פֿרום אי וועלטלעך, מיט אייגנאַרטיקן הומאָר און שאַרפֿזיניקער חכמה.
די פּאָעמע "פֿילע פֿרומע פֿרויען" געהערט צו דער זעלביקער ליטעראַרישער קולטור ווי די צוויי מער באַקאַנטע פּאָעמעס, "בבא־בוך" און "פּאַריז און וויענע". צום באַדויערן, האָבן דאָס רובֿ טעקסטן פֿון יענער תּקופֿה ניט דערלעבט ביז אונדזער צײַט. די פּראָפֿעסאָרן פֿאָקס און לויִס פֿאַרדינען אַ האַרציקן יישר־כּח פֿאַר זייער געוואַלדיקן אויפֿטו, וואָס האָט מחיה־מתים געווען דעם דאָזיקן פּרעכטיקן טעקסט און באַזאָרגט אים מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג און אַ בקיאותדיקער פֿאָרשערישער הקדמה.