טעאַטער

וויקטאָר אַטאַר און אילנה כּהן אין אַ סצענע פֿון "די דאַמע מיטן מדינה־גייער"
די טרופּע פֿון ישׂראל רופֿט זיך "נפֿש", און די אַקטיאָרן גאַסטראָלירן אין ניו־יאָרק, שפּילנדיק אין "לאַ־מאַמאַ"־טעאַטער, פֿערטע גאַס און ערשטע עוועניו.
דער אקטיאָר און רעזשיסאָר האַואַרד ריפּ האָט מיך פֿאַרבעטן אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" צו זען צוויי איין־אַקטערס. דער ערשטער אַקט שילדערט יצחק באַשעוויסעס דערציילונג "גימפּל תּם", און דער צווייטער אַקט באַשטייט פֿון ש״י עגנונס דערציילונג "די דאַמע מיטן מדינה־גייער" (peddler).
און אַזוי ווי דער ערשטער אַקט האָט צו טאָן מיט באַשעוויסעס "גימפּל", שפּילט אים אויס האַואַרד ריפּ קינסטלעריש אויף אַ פֿײַנער מדרגה. ער איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר, און זײַן גימפּל איז באַגלייבלעך. די ענגלישע ווערסיע האָט ער אַדאַפּטירט פֿון סאָל בעלאָוס איבערזעצונג. דווקא, איז די איבערזעצונג אַ געלונגענע, אַ חוץ דעם נאָמען תּם. גימפּל איז באמת נישט קיין תּם. אויף ענגליש האָט ער געקענט אים באַצייכענען ווי גימפּל (the simpleton), ממש אַן אומשולדיקער נפֿש.
דאָס גאַנצע שטעטעלע פֿראַמפּאָל האָט זיך אָנגעזעצט אויף גימפּלען און מאַכט פֿון אים קרעפּלפֿלייש, און גימפּל גיט אַלץ נאָך. גימפּל גלייבט אַלעמען. אַפֿילו, ווען מ׳האָט אים פֿאַרשדכנט עלקען, די פֿראַמפּאָלער גאַסן־גייערין, און זי ליגט אין קימפּעט זעקס מאָל נאָך אַנאַנד. פֿאַרדרייט זי גימפּלען דעם קאָפּ און רעדט אים אײַן, אַז ער איז דער טאַטע פֿון די קינדער, כאָטש גימפּל האָט זי נישט אָנגערירט פֿונעם טאָג וואָס מען האָט זיי חתונה געמאַכט און געפֿירט אונטער דער חופּה. ער האָט אָבער ליב די קינדער ווי זיי וואָלטן געווען זײַנע אייגענע.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ
די אויסנעמלעכע מיטאַרבעט צווישן דעם יאַפּאַנישן טעאַטער "מעטראָפּאָליטען", פֿון טאָקיאָ און דעם תּל־אָבֿיבֿער "קאַמרי" וועט ברענגען, ווי אַ רעזולטאַט, צו אַ קולטורעלן פּראָיעקט אין דרײַ שפּראַכן — העברעיִש, אַראַביש און יאַפּאַניש מיט דער באַטייליקונג פֿון די שוישפּילער פֿון ביידע מדינות.
די פֿאָרשטעלונג "די פֿרויען פֿון טראָיאַ", לויט דער באַוווּסטער אַנטי־מלחמה־טראַגעדיע, געשאַפֿן דורכן גריכישן טראַגיקער אייריפּידעס אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער הײַנטיקער צײַטרעכענונג, וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אונטער דער רעזשי פֿון דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ. איצט געפֿינט זיך נינאַגאַוואַ מיט זײַנע אַסיסטענטן אין ישׂראל, כּדי דורכצופֿירן טרעפֿונגען מיט די ישׂראל־שוישפּילער, אויסצוקלײַבן די יעניקע, וואָס וועלן אָנטייל־נעמען אין דער פֿאָרשטעלונג.
אויף דער אָקאָרשט פֿאָרגעקומענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער יאַפּאַנישער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל אונטערגעשטראָכן די גלענצנדיקע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָס הערשן צווישן ביידע מדינות זינט 1952. דאָס דריקט זיך אויך אויס אין דער גרייטקייט פֿון אויסערן־מיניסטעריום צו שטיצן דעם פּראָיעקט.
די מולטי־קולטורעלע ווערסיע פֿון "די פֿרויען פֿון טראָיאַ" וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן סוף יאָר אין יאַפּאַן און אין תּל־אָבֿיבֿ, און וועט באַצייכענען 60 יאָר דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע מדינות.
עטלעכע ווערטער וועגן דער קינסטלערישער פּערזענלעכקייט פֿון יוקיאָ נינאַגאַוואַ גופֿא.

מוזיק
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: מישקאַ אַלפּערט, דניאל קאַהן, דער פֿידלער דזשייק שולמאַן-מענט און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ טרעטן אויף צוזאַמען, אויף ביס, מיטצוזינגען "אַ מזלדיקער ייִד"
"זייער אײַנגענעם... ווייסט איר שוין ווער איך בין. מיר וועלן פֿאָרן צוזאַמען אָבער איך זאָג נישט וווּהין" — אַזוי, מיט אַ גאַנץ געלונגענער ייִדישער ווערסיע פֿון ראָלינג סטאָנס "סימפּאַטיע פֿאַרן טײַוול", האָבן די זינגערס דניאל קאַהן און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ באַגריסט דעם עולם אויף זייער קאָנצערט, דעם 12טן יאַנואַר אין JCC, מאַנהעטן. אַרום 150 מענטשן זענען געקומען הערן דעם דרײַ-שפּראַכיקן קאַבאַרע פֿון אָט דער זינגער־גרופּע "די אונטערנאַציאָנאַלע" — רוסיש, ייִדיש און ענגליש — אַ פֿאַקט, וואָס מאַכט דעם אָוונט זייער לעבעדיק. אָבער גלײַכצײַטיק, שאַפֿט עס אויך אַ מין באַלאַגאַן פֿאַר די אויערן: מע דאַרף זיך שטענדיק אָנשטרענגען צו דערקענען די געזונגענע שפּראַך; ווײַל ס’איז מעגלעך, אַז מע זינגט איצטער אויף אַ פֿאַרשטענדלעך לשון, און ס’איז מעגלעך — אויף אַ לשון וואָס מע פֿאַרשטייט נישט. אַלע קענען ענגליש, אָבער רוסיש און ייִדיש האָבן נישט אַלע צוהערער פֿאַרשטאַנען.
דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Adrian Wanner.
Out of Russia:
Fictions of a New Translingual
Diaspora. Evanston, Ill.
Northwestern University Press, 2011.

מיט דער צעשפּרייטונג פֿון רוסישע ייִדן איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן איז אויפֿגעקומען אַ נײַער ליטעראַרישער פֿענאָמען, וואָס מען קאָן אָנרופֿן אַ פֿילשפּראַכיקע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור. צו דער דאָזיקער ליטעראַרישער בראַנזשע געהערן אויך די ווערק פֿון יענע מחברים, וואָס האָבן עמיגרירט פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך גענומען שרײַבן אויף דער אויסגעלערנטער שפּראַך פֿונעם נײַעם לאַנד׃ ענגליש, העברעיִש, דײַטש. זייער ליטעראַרישער וווּקס איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק אין די לעצטע צען יאָר. איצט קאָן מען אַפֿילו רעדן וועגן אַ געוויסער מאָדע אויף אַזאַ מין ליטעראַטור.
אין זײַן פֿאַרגלײַכיקער שטודיע וועגן דער ליטעראַטור פֿון די "נײַע טראַנס־שפּראַכיקע רוסישע תּפֿוצות" פֿון פּראָפֿעסאָר אַדריאַן וואַנער פֿאַרנעמט די ייִדישע טעמע אַ חשובֿ אָרט. אין יעדן לאַנד צעשפּילט מען די "רוסיש־ייִדישע קאָרט" אַנדערש, אָפּהענגיק פֿון די אָרטיקע באַדינגונגען. פֿון דעסטוועגן, זײַנען די פּאַראַלעלן צווישן פֿאַרשידענע שפּראַכן גאַנץ מערקווירדיק. אומעטום פּרוּוון די אימיגראַנטישע מחברים אין איין דערקלערן זייער אייגנאַרטיקן מהות פֿאַרן נײַעם עולם, סײַ ווי יחידישע פּערזענלעכקייטן און סײַ ווי מיטגלידער פֿון אַן עקזאָטישער רוסיש־ייִדישער עדה.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני"

"דער אויפֿשטײַג און אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל

די אָפּערע "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" געהערט צו יענעם סאָרט שאַפֿונגען, וואָס פֿיל קולטור־געברויכער האָבן אַן אַנונג איבער דעם; זיי ווייסן מער־ווייניקער, וואָס דאָס איז אַזוינס, זיי האָבן געהערט וועגן דעם... אָבער נישט קיין סך פֿון זיי האָבן דאָס געזען. מיר אָבער, די אָפּערע־גייערס אין ישׂראל, האָבן מזל, מיר האָבן זי ווירקלעך געזען, מיר האָבן באַקומען די מעגלעכקייט זי אָפּצושאַצן אָן פֿאַרמיטלער, אין איר גאַנצן פֿאַרנעם; און דאָס אַ דאַנק דעם קולטורעל־קינסטלערישן אומרו וואָס כאַראַקטעריזירט חנה מוניצן, די דירעקטאָרין פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, ווי אויך די קינסטלערישע עצה־געבער אירע.
בערטאָלד ברעכט — טעקסט, קורט ווײַל — מוזיק, פֿאַראייניקן דאָ זייערע טאַלאַנטן אויף אויסצושטאַלטיקן אין איינעם אַ געמיינזאַמע שאַפֿונג; דאָס ערשטע מאָל וואָס אָט די צוויי אויסנעמלעכע קינסטלער האָבן עס געטאָן איז דאָס געווען אין 1928, מיט דער "אָפּערע פֿאַר דרײַ גראָשן"; זייער גרעסטער דערפֿאָלג, וואָס ווערט נאָך אַלץ וואַרעם אויפֿגענומען.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Börries Kuzmany. Brody:
Eine galizische Grenzstadt
im langen 19. Jahrhundert.
Wien: Böhlau, 2011

צום סוף פֿון זײַן גרונטיקער און אַרומנעמיקער פֿאָרשונג פֿון דער שטאָט בראָד, אונטער דעם האַבסבורג־מלכות, ברענגט דער עסטרײַכישער היסטאָריקער בעריעס קוצמאַני צוויי באַריכט־פֿראַגמענטן פֿון ש. אַנ־סקי און יואל מאַסטבוים וועגן זייערע באַזוכן אין בראָד. ביידע מחברים באַטאָנען דאָס חשיבֿות פֿון דער שטאָט אינעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן׃ "אַ מאָל, אַ מאָל איז עס גוט געגאַנגען אין בראָדי. עס האָבן געקלונגען די רוסישע אימפּעריאַלן; עס האָט געברויזט רוסישער מיסחר און ייִדישע פּרנסה. איז קיין קליין וווּנדער נישט געווען, וואָס אָט דער טויער קיין רוסלאַנד האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ אימפּעט פֿול מיט לעבן. בראָדי, זאָגט מען, איז געווען קליין־פּאַריז" (מאַסטבוים, "גאַליציע", 1929).
די האַבסבורג־נאָסטאַלגיע איז עד־היום גאַנץ שטאַרק אין די אַמאָליקע קרוין־לענדער, גאַליציע און בוקאָווינע. מע שפּירט זי אויך אין די ווערק פֿון די ייִדישע מחברים, וואָס שטאַמען פֿון יענע מיזרח־קאַנטן פֿון דער אַמאָליקער אימפּעריע, אַזעלכע ווי: יוסף ראָט, ש. י. עגנון, משה נאַדיר; כאָטש אָפֿטמאָל איז די דאָזיקע נאָסטאַלגיע שטאַרק באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט מיט איראָניע. קוצמאַניס "בראָדי" איז אַ זאַכלעכע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג, וואָס ברענגט צונויף, אויף אַ מוסטערהאַפֿטיקן אופֿן, די "וואַרהייט" מיט דער "דיכטונג", די פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און סאָציאַלע געשיכטע פֿון דער שטאָט בראָד מיט איר ליטעראַריש־קינסטלערישן מיטאָס.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

יעדע ייִדישע עדה האָט אויך איר אייגענעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות" [Folktales of the Jews], וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג JPS און רעדאַקטירט פֿון פּראָפֿ׳ דן בן־עמוס, איז אין 2011 אַרויסגעלאָזט געוואָרן דער דריטער באַנד "מעשׂיות פֿון די אַראַבישע לענדער". ס׳רובֿ מעשׂיות אין דעם באַנד, פּונקט אַזוי ווי אין די פֿריִערדיקע צוויי בענד — אַשכּנזישע מעשׂיות, און ספֿרדישע מעשׂיות — געפֿינען זיך אינעם חיפֿהער "ישׂראלדיקע פֿאָלק־מעשׂה־אַרכיוו", וואָס פּראָפֿ׳ דבֿ נוי האָט געשאַפֿן אין 1955, און וואָס טראָגט הײַנט זײַן נאָמען. דער אַרכיוו נעמט אַרײַן די גרעסטע זאַמלונג פֿון בעל־פּהיִשע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות אויף דער וועלט. די דרײַ בענד פֿאָלקס־מעשׂיות שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קלאַסיש ווערק, וואָס יעדער פֿאָרשער, סטודענט און ליבהאָבער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות דאַרף האָבן אין זײַן ביבליאָטעק.
די ייִדן אין די אַראַבישע לענדער האָבן געוווינט אין סיריע, לבֿנון, איראַק, עגיפּטן, תּימן, ליביע, טוניס, אַלזשיר און מאַראָקאָ הונדערטער, אַפֿילו טויזנטער יאָר. שוין אין די ביבלישע און נאָך־ביבלישע צײַטן האָבן זיך דאָרטן אַנטוויקלט די ייִדישע קהילות, וועלכע האָבן זיך צעוואַקסן מיטן אָנקום פֿון די ספֿרדישע ייִדן.
מיטן אויפֿקום פֿון ישׂראל און מיט דער עמיגראַציע פֿון די עדות אין דער נײַער מדינה איז די געשיכטע פֿון די ייִדן אין די לענדער כּמעט געקומען צו אַ סוף. דער נאַטירלעכער קאָנטעקסט פֿון דער "אַלטער היים", וווּ מע פֿלעג זיך צונויפֿקומען און דערציילן פֿאָלקס־מעשׂיות איז אויך געקומען צו אַ סוף. אין די לענדער האָבן די ייִדישע און מוסולמענישע דערציילער אָפֿט גענאַשט "סחורה" איינער בײַם אַנדערן, כאָטש אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט האָבן די ייִדן געפֿירט אַן אונטערטעניק לעבן צו די מוסולמענער, צוליב די מוסולמענישע געזעצן. די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען ווערן צו מאָל אָפּגעשפּיגלט אין די מעשׂיות און לעגענדעס וואָס די ייִדן האָבן דערציילט, פּונקט ווי די באַציִונגען צווישן די אַשכּנזישע ייִדן און זייערע נישט־ייִדישע שכנים ווערן אָפּגעשפּיגלט אין זייערע פֿאָלקס־מעשׂיות.

קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טינט און בלוט, 1944
לאָמיר מזכּיר זײַן אַן אָריגינעלן קינסטלער פֿון די הויכע שטאַפּלען.
אין אַ האַרבסטיקן טאָג אין יאָר 1951 איז ער אין צפֿון־אַמעריקע אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 57 יאָר. ער איז געווען אַ מיניאַטוריסט און אַ קאַריקאַטוריסט פֿון די גאָר בײַסיקסטע. שיק געהערט צו דער פּלעיאַדע ייִדישע קינסטלער וואָס זענען מיט אימפּעט אַרײַן אין דער וועלטקונסט און מרעיש־עולם געווען.
אין זײַן בוך בשם "אַרטור שיק" זאָגט דער ייִדישער שרײַבער ש. ל. שנײַדערמאַן: "שיק איז געווען דער ערשטער ייִדישער קינסטלער וואָס האָט דאָס בילד צוריקגעבראַכט צום וואָרט, און די פּלאַסטישע קונסט האַרמאָניש צונויפֿגעוועבט מיטן ספֿר". דער ייִדישער היסטאָריקער באַלאַבאַן זאָגט: "שיק האָט משדך געווען דאָס וואָרט מיטן בילד — ער האָט פֿון וואָרט געמאַכט אַ בילד און פֿון בילד געשאַפֿן אַ וואָרט". איצטער זענען די שיק־קאַריקאַטורן אַ קוואַל פֿון בײַסיקער סאַטירע און חוזק — זיי טרעפֿן אַלע אין פּינטל אַרײַן.
אַרטור שיק איז געבוירן אין לאָדזש (פּוילן) בײַ רײַכע און קולטורעלע עלטערן: זײַן היים האָט געטובֿלט אין ייִדישער און אייראָפּעיִשער קולטור. מען דערציילט, אַז צו זעקס יאָר האָט דער קליינער אַרטור גענומען צייכענען. צו נײַן יאָר האָט ער שוין גענומען לערנען תּורת־קונסט, און ווען די עלטערן האָבן אײַנגעזען, אַז אַרטורס טאַלאַנט נעמט רעדן רייד, האָבן זיי אים צו 16 יאָר געשיקט קיין פּאַריז לערנען קונסט.
בשעת אַרטור שיק איז אין 1910 געקומען קיין פֿראַנקרײַך, איז פּאַריז, די מעטראָפּאָליע פֿון קונסט, אַ פֿאַרזאַמל פֿון יונגע טאַלאַנטן מאַרבע־פּינות־העולם. אײַ! האָט זיך אין דעם דעמאָלטיקן פּאַריז של־מעלה אַ ביסל גערודערט! די יונגע קינסטלערישע חבֿרה האָט רעוואָלטירט קעגן די דינים פֿון רעאַליסטישן באַנעם — זיי האָבן געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער קונסט. דער יונגער שיק האָט זיך צוגעהערט צו די פֿײַערדיקע דיסקוסיעס אין די קאַפֿעען פֿון פּאַריזער מאָנפּאַרנאַס, געוואָרן טיילווײַז מיטגעריסן מיטן שטראָם, אָבער נישט אויף לאַנג.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Thomas Stangl
Was kommt.
Graz: Droschl, 2009


קיין אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַך איז נישט אַדורך אַזוי פֿיל בײַטן אין משך פֿון דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט ווי דײַטש. אַ שפּראַך האָט אַן אייגענעם זכּרון, וואָס טראָגט אין זיך אַלץ — גוטס און שלעכטס, וואָס מען האָט אָנגעטאָן מיט איר הילף. און אַזוי אַרום פֿירט די דײַטשישע שפּראַך אַ כּסדרדיקן געראַנגל מיטן אייגענעם עבֿר. און אין דער הײַנטיקער עסטרײַכישער ליטעראַטור איז דער דאָזיקער געראַנגל איבעריקנס שאַרף.
להיפּוך צו וועלט־באַרימטע מחברים ווי עלפֿרידע יעלינעק, טאָמאַס בערהאַרדט און פּעטער האַנדקע, איז טאָמאַס שטאַנגל ניט באַקאַנט דעם ענגלישן לייענער, ניט געקוקט אויף עטלעכע ליטעראַרישע פּרײַזן אין עסטרײַך פֿאַר זײַנע דרײַ ראָמאַנען. שטאַנגל פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן ליטעראַרישן קול, וואָס לאָזט זיך שווער איבערטײַטשן אויף אַן אַנדערער שפּראַך.
די סיבה פֿון דעם ליגט ניט אין אַ קאָמפּליצירטער גראַמאַטיק אָדער פֿאַרדרייטן סינטאַקס. אין דעם זין זײַנען זײַנע ווערק מער צוטריטלעך ווי למשל בערנהאַרדטס. שטאַנגלס פּראָזע איז פֿולגעפּאַקט מיט פֿילצאָליקע קליינע פּרטים, וואָס געהערן צו דעם טאָג־טעגלעכן אַרום פֿון זײַן שטאָט ווין. זײַן ווין איז וואָכעדיק און גרוי, און אַזוי זײַנען די העלדן זײַנע. גאָר ניט איז דאָ יוצא־מן־הכּלל, ניט די העלדן און ניט די געשעענישן. שטאַנגל מײַדט אויס גראָטעסק, סאַטירע, שרעק און אַבסורד — די סטיליסטישע מיטלען, וואָס זײַנען פּאָפּולער בײַ זײַנע מער באַרימטע מיטצײַטלער.

קינאָ
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בשעתן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין סאַן-פֿראַנציסקאָ, 2009
ווער האָט די רעכט צו רעדן אין נאָמען פֿון דער ייִדישער קהילה און זי רעפּרעזענטירן? ווי אַזוי זאָל די ייִדישע אידענטיטעט דעפֿינירט ווערן: לויט דעם עטנישן אָפּשטאַם אָדער לויט דער זעלבסט-אידענטיפֿיצירונג? צי זאָל דער חורבן שטיין אין צענטער פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט אָדער די "אַלטע ייִדישע ווערטן פֿון קדמונים" — פֿון פֿרײַהייט און גלײַכהייט? און ווער האָט די רעכט צו באַשטימען וואָס מיינט עס צו זײַן פּראָ-ישׂראל?
אָט די פּראָוואָקאַטיווע טעמעס, און אויך אַנדערע, ווערן באַהאַנדלט אין אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם מיטן נאָמען "צווישן צוויי וועלטן". די צוויי פֿילם־פּראָדוצענטן פֿון אָט דעם פֿילם, דעבראַ קויפֿמאַן און אַלאַן סניטאָוו, האָבן לעצטנס געהאַט אַ טרעפֿונג אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זיי האָבן געוויזן זייער פֿילם און געשמועסט מיטן עולם.
דער פֿילם הייבט זיך אָן פֿון דעם סקאַנדאַל, וואָס איז אויסגעבראָכן אין 2009, בשעתן ווײַזן דעם דאָקומענטאַר "רייטשעל" אויף דעם סאַן-פֿראַנציסקאָ ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל. אַ מינדערהייט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קהילה, פּראָ-ישׂראל געשטימט, האָט געפֿאָדערט, אַז דעם פֿילם "רייטשעל" זאָל מען נישט ווײַזן אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל. די סיבה? דער פֿילם שטעלט אַרויס די ישׂראל־פּאָליטיק נישט אינעם פּאָזיטיווסטן ליכט, בשעתן דערציילן די געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקטיוויסטקע רייטשל קאָרי, וועלכע איז דערהרגעט געוואָרן אין עזה-פּאַס אין 2003. די קאָנטראָווערסיע אַרום דעם, אַרײַנגערעכנט די דראָונגען צו שניידן דאָס געלט פֿאַרן פֿעסטיוואַל (הגם מע האָט געוויזן דאָרט ניט-ווייניקער ווי 36 ישׂראל־פֿילמען!), ווערט פֿאַר די פֿילם-פּראָדוצענטן דער הויפּט-פּונקט בײַם זוכן ענטפֿערס אויף די געשטעלטע פֿראַגעס.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

וואָרן פֿון אַ מעשׂה
קאָן מען אויך עפּעס לערנען

(אַרײַנפֿיר־צושריפֿט, "מעשׂיות" פֿון נפֿתּלי גראָס)


די ברידער גראָס — דער שרײַבער נפֿתּלי און דער קינסטלער/סקולפּטאָר חיים — האָבן מיטגעשאַפֿן אויף אַ צאָל פּראָיעקטן, דער עיקר, נפֿתּליס געדרוקטע ווערק. איינער האָט דעם אַנדערן דערגאַנצט דורך וואָרט און בילד. דער קינסטלער חיים גראָס איז געוואָרן מער באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט, אָבער ווי אַ שרײַבער/זאַמלער פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות האָט נפֿתּלי פֿאַרדינט אַן אָרט אויבן־אָן אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק.
נפֿתּלי גראָס האָט געהערט צו דער זעלביקער גאַליציאַנער כוואַליע אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי מלך ראַוויטש, בער האָראָוויץ, דוד קעניגסבערג. אָבער, להיפּוך צו זיי, איז ער געקומען קיין אַמעריקע איידער ער איז צוואַנציק יאָר אַלט געוואָרן. אַ געבוירענער אין קאָלאָמיי אין 1896 האָט ער געהערט און געלייענט חסידישע מעשׂיות און מעשׂה־ביכלעך און אין דעם זשאַנער ליטעראַטור האָט ער זיך שפּעטער אויסגעצייכנט.
אין דער בליִענדיקער ייִדישער פֿאָלקשול־נעץ איז ער געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל, און געלערנט, צו ערשט, אין די "פֿאַרבאַנד"־שולן, דערנאָך אין "אַרבעטער־רינג" און אויף אַ ווײַלע אין די "שלום־עליכם"־שולן.

ליטעראַטור, געזעלשאַפֿט

ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב
ד״ר חנה־פֿייגל (אַרויסגערעדט ווי אויף פּויליש־ייִדיש — "פֿײַגל") טערטלטויב, אַ פֿרומע ניו־יאָרק־געבוירענע ייִדיש־לערערין, וואָס וווינט שוין 32 יאָר אין עוואַנסטאָן, אילינוי, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך און קאָמפּאַקטל ייִדישע קינדער־לידער, וואָס זי האָט אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק, ווען אירע אייגענע קינדער זענען נאָך געווען פּיצעלעך, און גערעדט אַ געשמאַקן פּוילישן ייִדיש ווי די מאַמע. הײַנט זענען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער.
יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען.
די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער.
"אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען.