פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

יעדע ייִדישע עדה האָט אויך איר אייגענעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות" [Folktales of the Jews], וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג JPS און רעדאַקטירט פֿון פּראָפֿ׳ דן בן־עמוס, איז אין 2011 אַרויסגעלאָזט געוואָרן דער דריטער באַנד "מעשׂיות פֿון די אַראַבישע לענדער". ס׳רובֿ מעשׂיות אין דעם באַנד, פּונקט אַזוי ווי אין די פֿריִערדיקע צוויי בענד — אַשכּנזישע מעשׂיות, און ספֿרדישע מעשׂיות — געפֿינען זיך אינעם חיפֿהער "ישׂראלדיקע פֿאָלק־מעשׂה־אַרכיוו", וואָס פּראָפֿ׳ דבֿ נוי האָט געשאַפֿן אין 1955, און וואָס טראָגט הײַנט זײַן נאָמען. דער אַרכיוו נעמט אַרײַן די גרעסטע זאַמלונג פֿון בעל־פּהיִשע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות אויף דער וועלט. די דרײַ בענד פֿאָלקס־מעשׂיות שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קלאַסיש ווערק, וואָס יעדער פֿאָרשער, סטודענט און ליבהאָבער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות דאַרף האָבן אין זײַן ביבליאָטעק.
די ייִדן אין די אַראַבישע לענדער האָבן געוווינט אין סיריע, לבֿנון, איראַק, עגיפּטן, תּימן, ליביע, טוניס, אַלזשיר און מאַראָקאָ הונדערטער, אַפֿילו טויזנטער יאָר. שוין אין די ביבלישע און נאָך־ביבלישע צײַטן האָבן זיך דאָרטן אַנטוויקלט די ייִדישע קהילות, וועלכע האָבן זיך צעוואַקסן מיטן אָנקום פֿון די ספֿרדישע ייִדן.
מיטן אויפֿקום פֿון ישׂראל און מיט דער עמיגראַציע פֿון די עדות אין דער נײַער מדינה איז די געשיכטע פֿון די ייִדן אין די לענדער כּמעט געקומען צו אַ סוף. דער נאַטירלעכער קאָנטעקסט פֿון דער "אַלטער היים", וווּ מע פֿלעג זיך צונויפֿקומען און דערציילן פֿאָלקס־מעשׂיות איז אויך געקומען צו אַ סוף. אין די לענדער האָבן די ייִדישע און מוסולמענישע דערציילער אָפֿט גענאַשט "סחורה" איינער בײַם אַנדערן, כאָטש אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט האָבן די ייִדן געפֿירט אַן אונטערטעניק לעבן צו די מוסולמענער, צוליב די מוסולמענישע געזעצן. די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען ווערן צו מאָל אָפּגעשפּיגלט אין די מעשׂיות און לעגענדעס וואָס די ייִדן האָבן דערציילט, פּונקט ווי די באַציִונגען צווישן די אַשכּנזישע ייִדן און זייערע נישט־ייִדישע שכנים ווערן אָפּגעשפּיגלט אין זייערע פֿאָלקס־מעשׂיות.
בן־עמות האַלט, אַז מע קען זען דרײַ "נאַראַטיווע סטראַטעגיעס" וואָס עס ניצן די דערציילער אין די אַראַבישע לענדער. ראשית־כּל, ווילן די דערציילערס אַרויסהייבן זייערע אייגענע טראַדיציעס, העלדן, מינהגים, הייליקע ערטער, ניסים. אין דער צווייטער סטראַטעגיע ניצן די ייִדישע דערציילער מעשׂיות און לעגענדעס וואָס שטאַמען פֿון די מוסולמענישע מקורים; איסלאַמישע "מדרשים" אויף ביבלישע מאָטיוון. די מוסולמענער, ווי באַקאַנט, האַלטן אויך פֿון אונדזער תּנ״ך, און משה רבינו און שלמה המלך זענען אויך העלדן בײַ זיי. ווען די ייִדישע דערציילער ניצן אַזאַ מקור, ברענגען זיי די מעשׂיות "צוריק" אַרײַן אין דער ייִדישער טראַדיציע, און מאַכן בולט מיט שטאָלץ, אַז די מעשׂיות און העלדן געהערן, קודם־כּל, צו אונדז, ייִדן. ייִדישע און אַראַבישע נוסחאָות פֿון דער זעלבער מעשׂה האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָרן משפּיע געווען איינע אויף די אַנדערע אין אינטערעסאַנטע וועגן. די דריטע סטראַטעגיע באַטאָנט דעם קאַמף צווישן די ייִדן און אַראַבער אין די לענדער, און אין די מעשׂיות ניצט מען כּישוף אָדער חכמה צו געווינען.
די טעקסטן אינעם באַנד ווערן אײַנגעטיילט אויף לעגענדעס, מאָראַלישע מעשׂיות און פֿאָלקס־מעשׂיות. די הייליקע רבנים בײַ די ייִדן פֿון די אַראַבישע לענדער זענען נישט די זעלבע ווי בײַ די אַשכּנזים, אָבער דאָ קען מען אויך לייענען אַ לעגענדע, פֿאַרשריבן פֿון יוסף בן־אַבֿרהם עדי, וועגן דעם בעש״ט און דעם בלוט־בילבול אין קאָנסטאַנטינאָפּל. אין זײַנע אויספֿירלעכע באַמערקונגען צו דער דאָזיקער לעגענדע, באַווײַזט בן־עמוס ווי דער נאַראַטאָר האָט פֿאַרציט מיט פֿאַנטאַזיע אַ מעגלעכע היסטאָרישע געשעעניש. מע קען נישט בלויז הנאה האָבן פֿון די מעשׂיות ווי אַ פֿאַרווײַלונג, נאָר אויך זיך לערנען וועגן דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין די לענדער, וועגן זייערע מינהגים און לעבן־שטייגער. בן־עמוס האָט אַ סך מי אַרײַנגעלייגט אינעם באַנד צו פֿאַרזאָרגן דעם לייענער מיט אַ היסטאָרישן און ליטעראַרישן הינטערגרונט צו יעדער מעשׂה. ווער עס וויל אויך פֿאַרגלײַכן די מעשׂה מיט אַנדערע ייִדישע און נישט־ייִדישע וואַריאַנטן איבער דער וועלט, וועט עס אויך קענען טאָן אַ דאַנק בן־עמוס באַמערקונגען.
ווי פֿאַרגלײַכט מען די אַשכּנזישע מעשׂיות מיט דער דאָזיקער זאַמלונג? אין איין פּרט איז געווען אפֿשר אַנדערש. די ייִדישע דערציילער האָבן דערציילט אַראַבישע מעשׂיות וועגן אַראַבער און בכלל נישט געביטן די פּרטים פֿאַר אַ ייִדישן עולם — אַזוי נאָענט איז געווען דאָס צוזאַמענלעבן צווישן די צוויי פֿעלקער. לאָמיר פֿאַרענדיקן די רעצענזיע מיט אַ פֿאָלקס־מעשׂה פֿון דער זאַמלונג, וואָס יעדער ייִד און נישט־ייִד קען פֿאַרשטיין.

מע דאַרף זײַן צופֿרידן מיטן גורל

אַ מאָל זענען געווען צוויי שכנטעס אין לבֿנון. איינע איז געווען אָרעם, ווײַל איר מאַן האָט נישט געהאַט קיין מזל בײַ דער פּרנסה און גאָרנישט פֿאַרדינט. די צווייטע איז געווען אַ רײַכע פֿרוי, וועלכע איז קיין מאָל נישט געווען צופֿרידן מיט איר לעבן, איר גורל, און האָט תּמיד געבורטשעט וועגן איר מאַן און איר בידנעם מזל.
פּסח איז די אָרעמע פֿרוי געגאַנגען צום טײַך מיט די קליידער פֿון אירע קינדער צו וואַשן; געגאַנגען מיט אַ ביטער האַרץ, אָבער געטראַכט, אַז זאָלן די קליידער כאָטש זײַן ריין אויף יום־טובֿ. פּלוצעם, בשעת זי האָט געוואַשן און געוויינט, האָט אַ זקן זיך באַוויזן לעבן איר און געפֿרעגט: "וואָס איז געשען מיט אײַך? וואָס פֿעלט אײַך? זי האָט געענטפֿערט, אַז ניין, גאָרנישט פֿעלט. זי האָט ווײַן און מצה, ליכטלעך און אַ ווײַס טישטוך און אַלע שפּײַזן. האָט ער איר געוווּנטשן אַ גוט־יום־טובֿ און איז פֿאַרשוווּנדן.
ווען די רײַכע פֿרוי איז געגאַנגען וואַשן וועש אינעם טײַך, האָט דער זקן אויך זיך באַוויזן לעבן איר. זי האָט אָבער געענטפֿערט מיט ביטערקייט און כּעס, אַז זי האָט גאָרנישט און איר מאַן איז גאָרנישט ווערט. דער זקן האָט איר געוווּנטשן אַ גוט־יום־טובֿ און פֿאַרשוווּנדן.
דער זקן האָט ערבֿ־יום־טובֿ זיך ווידער באַוויזן אין גאַס און מיט זײַן שטעקן געגעבן אַ קלאַפּ אין דער טיר פֿון דער רײַכער פֿרוי און געזאָגט — "אַזוי ווי איר האָט זיך אַליין געוווּנטשן בײַם טײַך, זאָל אַזוי טאַקע זײַן"; און דערנאָך געגעבן אַ קלאַפּ אין דער טיר בײַ דער אָרעמער פֿרוי און געזאָגט דאָס זעלבע. איז איר שטוב פֿול געוואָרן מיט עשירות און פֿרייד, און געזאַנג. דער זקן איז געווען אליהו־הנבֿיא.