ליטעראַטור, געזעלשאַפֿט

ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב
ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב
ד״ר חנה־פֿייגל (אַרויסגערעדט ווי אויף פּויליש־ייִדיש — "פֿײַגל") טערטלטויב, אַ פֿרומע ניו־יאָרק־געבוירענע ייִדיש־לערערין, וואָס וווינט שוין 32 יאָר אין עוואַנסטאָן, אילינוי, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך און קאָמפּאַקטל ייִדישע קינדער־לידער, וואָס זי האָט אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק, ווען אירע אייגענע קינדער זענען נאָך געווען פּיצעלעך, און גערעדט אַ געשמאַקן פּוילישן ייִדיש ווי די מאַמע. הײַנט זענען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער.
יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען.
די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער.
"אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען.
אָבער דערנאָך, ווען זיי פֿלעגן אַהיימקומען, און חנה־פֿייגל האָט אויסגעפּאַקט די אײַנגעקויפֿטע זאַכן, פֿלעג זי זיי אַוועקזעצן בײַם טעלעוויזאָר קוקן אויף דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿאַר קינדער — "סעסאַמי־סטריט" (דאָס איז געווען די איינציקע פּראָגראַם, וואָס זי האָט זיי דערלויבט צו קוקן) און באַמערקט, אַז די לידער וואָס מע זינגט דאָרט שפּרודלען מיט אַ מאָדערנעם טאַקט, וואָס ציט גלײַך אַרײַן דעם צוהערער — אַזוי ווי, למשל, דאָס באַקאַנטע לידל וועגן דער גומענער קאַטשקע:

Rubber Duckie, you’re the one
You make bathtime lots of fun ...

(דו, מײַן גומענע קאַטשקע, ביסט די בעסטע,
אַ דאַנק דיר, האָב איך ליב געקראָגן זיך צו באָדן ...)

שפּעטער, ווען די קינדער זענען געזעסן אין דער וואַנע, האָט חנה־פֿייגל געהערט, ווי זיי זינגען "ראַבער דאַקי", און זי אַליין האָט שוין, אונטערבאַוווּסטזיניק, עס אָנגעהויבן צוברומען. "ס׳איז אַ לעבעדיקע מעלאָדיע, נישט שלעפּעדיק," האָט חנה־פֿייגל באַמערקט. "זי פֿאַרכאַפּט דיך און לאָזט נישט גיין — אַזוי ווי אַן אויער־וואָרעם וואָלט דיר אַרײַן אין קאָפּ."
פֿון דעסטוועגן, האָט חנה־פֿייגל געפֿילט, אַז סע פּאַסט עפּעס נישט... אירע קינדער קענען דאָך ייִדיש, פֿירן אַ פֿרום לעבן, פֿאַר וואָס זשע זאָלן זיי זינגען "ראַבער דאַקי"? האָט זי אָנגעהויבן צוטראַכטן ייִדישע לידעלעך מיט אַ נמשל — וועגן פֿאָלגן טאַטע־מאַמע, וועגן רעדן ייִדיש, אָבער פֿאָרט מיט אַ מאָדערנעם ריטעם, אַזוי ווי די הײַנטיקע אַמעריקאַנער זינגלידער.
אירע נײַע לידער זענען, אַ פּנים, יאָ געפֿעלן געוואָרן די קינדער, ווײַל אַפֿילו ווען זי איז נישט געשטאַנען דערבײַ, האָט זי געקענט זיי הערן זינגען. נישט אַלע לידער זענען אָבער געוואָרן אַ טייל פֿון זייער רעפּערטואַר. "דאָס ליד פֿונעם לאָמפּ האָט נישט געהאַט דעם זכות," האָט חנה־פֿייגל זיך געוויצלט.
בסך־הכּל, האָט זי אָנגעשריבן בערך 30 לידער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, פֿון אַ פֿרומען קוקווינקל. אין איין ליד רעכנט זי אויס די פֿאַרשידענע אבֿרים פֿון גוף:

איך האָב צוויי הענטעלעך,
ג־ט צו דאַנקען צוויי געזונטע הענטעלעך,
און וואָס קען איך טאָן מיט זיי?
געבן צדקה, איינס און צוויי.

איך האָב צוויי פֿיסעלעך,
ג־ט צו דאַנקען צוויי געזונטע פֿיסעלעך,
און וואָס קען איך טאָן מיט זיי?
טאָן מיצוות אין רעגן און שניי...

אין אַ צווייט ליד באַשרײַבט זי דעם באַגריף, אַז די שכינה קען מען געפֿינען אומעטום — אָבער אויף אַן אופֿן, אַז אַ קינד זאָל עס קענען פֿאַרשטיין. זי ניצט דעם אַמעריקאַנער טערמין "השם", וואָס מיינט פּשוט "דער נאָמען", ווײַל גאָטס אמתן נאָמען טאָר מען נישט אַרויסריידן:

השם איז דאָ, השם איז דאָרט
השם איז אין יעדן אָרט
דאָ, דאָ, דאָרט, דאָרט
רעכטס, לינקס, ווי נאָר אַן אָרט
אין דער נידער, אין דער הייך
אין אַ ייִדנס האַרץ און מוח.

ערשט דעמאָלט איז חנה־פֿייגלען אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר וואָלטן אַנדערע פֿרומע משפּחות מיט קליינע קינדער אויך הנאה געהאַט פֿון די לידער, בפֿרט אויב מע גיט אַרויס אַ ביכל וואָס גיט איבער די איבערזעצונג און טראַנסקריפּציע, פֿאַר די קינדער און עלטערן וואָס קענען נישט קיין ייִדיש. אָבער איידער זי האָט זיך גענומען צו דעם, האָט זי געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז עס זענען נישט אַרײַנגעפֿאַלן קיין גרײַזן; האָט זי די לידער געבראַכט צו איר געוועזענעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר — מײַן טאַטן, מרדכי שעכטער.
חנה־פֿייגל געדענקט גוט די רעאַקציע פֿון מײַן וועלטלעכן טאַטן, בײַם איבערלייענען די פֿרומע לידעלעך: "אוי, אַזאַ פּראָפּאַגאַנדע! אָבער פֿאָרט זייער שיינע לידער..." ער האָט זיי נישט בלויז רעדאַגירט, נאָר אַפֿילו דערמעגלעכט, אַז זי זאָל באַקומען אַ סובסידיע פֿון דער "ייִדיש־ליגע", כּדי זיי צו פּובליקירן אין אַ בוך־פֿאָרעם. זי האָט אָבער געוווּסט, אַז זי וועט דאַרפֿן זוכן נאָך מנדבֿים, בפֿרט אויב דאָס בוך וועט באַגלייט ווערן מיט אַ קאָמפּאַקטל. זי האָט אָבער קיין בעלנים נישט געפֿונען.

יעדעס ליד אינעם בוך ווערט באַגלייט מיט דער ענגלישער טראַנסקריפּציע, איבערזעצונג און די נאָטן
יעדעס ליד אינעם בוך ווערט באַגלייט מיט דער ענגלישער טראַנסקריפּציע, איבערזעצונג און די נאָטן
אין דער זעלבער צײַט פֿלעג חנה־פֿייגל, ווי אַ פֿרומע ייִדישע טאָכטער, טאָן שידוכים. יעדעס יאָר, און אַפֿילו צוויי מאָל אַ יאָר, פֿלעג זי אָרגאַניזירן אַן אונטערנעמונג, וווּ נישט־באַפּאָרטע פֿרומע מענער און פֿרויען פֿון איבערן לאַנד זענען זיך צונויפֿגעקומען, האָפֿנדיק צו געפֿינען זייער באַשערטן. איין מאָל, אַ דאַנק אַזאַ אונטערנעמונג אין אַטלאַנטע, האָבן אַן אַדוואָקאַטין פֿון פּיטסבורג און אַ געשעפֿטסמאַן פֿון שיקאַגע זיך פֿאַרליבט, און מיט עטלעכע חדשים שפּעטער — חתונה געהאַט, און זיך באַזעצט אין שיקאַגע. די פֿרוי איז געוואָרן אַ סטודענטקע בײַ חנה־פֿייגלען אין ייִדיש־קלאַס און זיי זענען געוואָרן גוטע פֿרײַנד.
ווען דאָס נײַע פּאָרל האָט געהאַט אַ קינד, האָט חנה־פֿייגל געפֿרעגט איר סטודענטקע, צי זי וואָלט געווען גרייט צו פֿינאַנצירן אַ ביכל ייִדישע קינדערלידער, אָבער די סטודענטקע האָט איר געזאָגט, אַז ס׳איז נישט די ריכטיקע צײַט. ווען חנה־פֿייגל האָט דערזען, אַז זי קען נישט געפֿינען קיין מנדבֿים פֿאַרן פּראָיעקט, האָט זי אומגעקערט דאָס געלט דער פֿונדאַציע.
אָבער דערנאָך, מיט פֿיר יאָר צוריק האָט איר סטודענטקע באַשלאָסן, אַז זי איז שוין יאָ גרייט צו פֿינאַנצירן דאָס ביכל און קאָמפּאַקטדיסק, און חנה־פֿייגל האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט. "כ׳האָב גערעדט מיט מײַן מאַן, שעפּסל ז״ל, ווײַל ער האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ פֿילמאָגראַף פֿאַר די פֿירמעס ׳פּעפּסי׳ און ׳סטײַנוויי׳, און האָט געהאַט גוטע קאָנטאַקטן אין דער מוזיקוועלט," האָט חנה־פֿייגל געזאָגט. שעפּסל האָט איר פֿאָרגעלייגט אַ טאַלאַנטירטן מוזיקער, לאַרי ריגלער, וואָס ער האָט געקענט פֿון זײַנע יאָרן אין האָליוווּד. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט ריגלער זינט דעמאָלט עולה געווען קיין ירושלים און האָט זיך איצט גערופֿן בײַם ייִדישן נאָמען, לבֿ־יעקבֿ ריגלער.
חנה־פֿייגל און שעפּסל זענען געפֿאָרן קיין ישׂראל זיך טרעפֿן מיט ריגלערן, און ער האָט מסכּים געווען צו אַראַנזשירן די מוזיק, געפֿינען די מוזיקער און מאַכן די רעקאָרדירונג. ס׳איז אָבער נישט פֿאַרבליבן גענוג געלט אויף צו באַצאָלן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן זינגער, האָט ער פֿאָרגעלייגט אַן עלטערן ייִד מיט אַ פֿאָלקסשטימע. "איר קענט רופֿן דאָס קאָמפּאַקטל ׳לידער פֿונעם זיידן׳," האָט ריגלער געזאָגט.
חנה־פֿייגל האָט אָבער נישט געוואָלט הערן דערפֿון. "איך האָב געוואָלט אַ נײַעם, פֿרישן קלאַנג צו די לידער — האָט זי געזאָגט — און איך האָב געוווּסט, אַז די הײַנטיקע קינדער וועלן גיכער זיך צוהערן צו לידער, געזונגען פֿון אַ קינד, איידער פֿון אַן אַלטן מאַן."
האָט ריגלער געפֿונען צוויי חסידישע ייִנגלעך מיט זיסע קולעכלעך, נאָר דאָ איז אויפֿגעקומען אַ פּראָבלעם. זעענדיק, אַז חנה־פֿייגל איז נישט קיין חסידישע, זענען די עלטערן פֿון די ייִנגלעך נישט געווען זיכער, צי די לידער זענען גענוג פֿרום, האָבן זיי געבעטן, מע זאָל זיי לאָזן ווײַזן דעם רבֿ די טעקסטן פֿון די לידער. חנה־פֿייגל האָט מסכּים געווען, די עלטערן האָבן געבראַכט די ייִדישע לידעלעך צום רבֿ, און ער האָט געזאָגט, אַז יאָ, ס׳איז כּשר.
און איצט — אַ נײַע פּראָבלעם. הגם חנה־פֿייגל האָט גערעדט פּויליש־ייִדיש, האָט זי געוואָלט, אַז די לידער זאָל מען זינגען אויף כּלל־ייִדיש, און אַז די טראַנסקריפּציע זאָל זײַן לויט די תּקנות פֿון ייִוו״אָ. די ייִנגעלעך האָבן אָבער גערעדט אונגעריש־ייִדיש; וואָס טוט מען? האָט זי אָנגעהויבן זיי לערנען פּינקטלעך ווי אַרויסצורעדן די ווערטער אויף כּלל־ייִדיש. ס׳איז די ייִנגלעך, נעבעך, נישט אָנגעקומען גרינג; אָבער גוטע קעפּלעך האָבן זיי געהאַט, האָבן זיי מיט דער צײַט זיך אויסגעלערנט.
"בלויז איין זאַך האָבן זיי מיך געבעטן בײַטן," האָט חנה־פֿייגל געזאָגט. "אינעם ליד ׳איך בין אַ ייִד׳, האָבן זיי געזאָגט, אַז דאָס וואָרט ׳יאַרמלקע׳ איז זיי אין גאַנצן פֿרעמד; זיי ווילן גיכער זאָגן ׳קאַפּל׳. איך האָב אין דער היים קיין מאָל נישט געהערט דאָס וואָרט ׳קאַפּל׳, אָבער אין דער אמתן, האָט עס סײַ ווי בעסער געפּאַסט צום ריטעם, האָב איך עס טאַקע געביטן."
חנה־פֿייגל זאָגט, אַז דאָס צונויפֿשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל האָט געפֿאָדערט אַ סך אַרבעט ווײַל ריגלער איז אַ פּערפֿעקציאָניסט. מע זעט עס טאַקע אין די רעזולטאַטן. די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונג קלינגט פּראָפֿעסיאָנעל, און ווײַזט אַרויס אַ קענטשאַפֿט פֿון אַלע מינים מוזיק. דאָ הערט מען אַ באַקאַנטע פֿראַזע פֿון "סעסאַמי־סטריט"; דאָרט הערט מען אויסצוגן פֿון טשײַקאָווסקיס "קנאַקניסל־סוויטע" — אַזוי אַז יעדעס ליד קריגט אַ באַזונדערן כאַראַקטער.
און הגם די טעקסטן פֿון די לידער האַלטן זיך בײַ די באַקאַנטע עלעמענטן פֿון פֿרומע קינדער־לידער, זעט מען דאָ עטלעכע אַנדערשקייטן, ווי, למשל, אַ געבוירן־טאָג ליד. אין די חרדישע קרײַזן פּראַוועט מען נישט קיין געבוירן־טאָג שׂימחות, אָבער חנה־פֿייגל האָט, אַ פּנים, דערפֿילט, אַז קליינע קינדער מעגן אויך אַמאָל געניסן פֿון אַ ביסל כּבֿוד. דורכן ליד ווײַזט זי ווי מע קען פּראַווען אַ געבוירן־טאָג מיט אַ טראַדיציאָנעל־ייִדישן טעם:

די מאַמע׳ט געבאַקן אַ טאָרט,
דער טאַטע האָט אויך געגעבן אַ גוט וואָרט,
אַ וואָרט פֿון דער תּורה,
געלויבט אונדזער בורא,
וואָס מיט מזל יער* איך זיך הײַנט.

אַ טייל פֿון די לידער באַזינגען די שיינקייט פֿון דער נאַטור. אין "רעגן", למשל, דערקלערט זי, אויף אַ גרינגן אופֿן, די וויסנשאַפֿט פֿון אַ רעגן:

דער רעגן פֿאַלט אויף דער ערד,
די ערד, זי זאַפּט אים אײַן;
די וואָרצלען טרינקען פֿון דער ערד
און ברענגען דעם רעגן אין בוים אַרײַן.

דאָס וואַסער גייט דורכן שטאַם אַרויף
צו די צווײַגלעך און בלעטלעך, וואָס וואַרטן דערויף;
און יעדעס בלעטל וועט ניט פֿאַרגעסן
אויף שטום בלעטלשפּראַך דאַנקען ג־ט פֿאַרן עסן.

דאָס ביכל איז שיין און פֿאַרביק אילוסטרירט פֿון ליז עלזבי. הגם פֿרוי עלזבי איז נישט קיין פֿרומע, זענען אירע וואַסערפֿאַרב־בילדער געמאָלן מיט וואַרעמקייט און פֿאַרשטאַנד פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער. דער גראַפֿיק־דיזײַן פֿון דבֿורה הגר איז אויך מלא־חן.
דערווײַל האָט חנה־פֿייגל געשיקט דאָס בוך און קאָמפּאַקטל דעם באַרימטן פֿרומען זינגער פֿון ייִדישע לידער, אַבֿרהם פֿריד. ווען זי האָט אים שפּעטער געפֿרעגט, צי עס איז אים געפֿעלן, האָט ער געזאָגט, אַז יאָ.
"כ׳בין נישט געווען זיכער, צי ער זאָגט עס נאָר מיך צופֿרידנצושטעלן, צי ער האָט בכלל געהערט די לידער," האָט חנה־פֿייגל געזאָגט. פֿריד האָט מסתּמא אַליין פֿאַרשטאַנען וואָס זי טראַכט, האָט ער מיט אַ שמייכל צוגעגעבן: "אָבער מײַן ברודער האָט שטאַרק ליב אײַער שבת־ליד."




* יערן זיך — האָבן אַ געבוירן־טאָג