- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"כ’האָב געהערט פֿון אַזאַ אָרט, אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ס’קומען זיך צונויף אַמאָליקע בונדיסטן, בין איך געקומען זען און כ’בין שוין דאָרט פֿאַרבליבן", דערציילט טורבינער וועגן זײַן ערשטן אײַנדרוק פֿון דער באַגעגעניש מיט די העלדן פֿון זײַן פֿילם. אָנערקענונג און פֿאַרשטענדעניש זײַנען די עיקרדיקע מאַטעריאַלן, מיט וועלכע ערן באַנוצט זיך פֿאַר דעם נאַראַטיוו פֿון זײַנע פֿילמען. ערשט ווען מען קוקט זיך גוט צו צו זײַן פֿילמאָגראַפֿיע — פֿיר פֿילמען ביז איצט, אײַגעשלאָסן אויך זײַן אָקאָרשטיקן "בונדיסטן", וואַרפֿט זיך באַלד אין די אויגן די כּמעט העראָיִשע טעמאַטיק פֿון זײַנע פֿילמען — אין תּוך, די געשיכטע און דורכפֿאַל פֿון קעמפֿער פֿאַר אַ בעסערער, נאָר אומדערגרייכלעכער יושרדיקער וועלט. דער ערשטע פֿילם זײַנער "מצפּן" (קאָמפּאַס), אין 2003, וועגן יענער ראַדיקאַלער גרופּירונג, וואָס איז געווען אַקטיוו אין לאַנד אין די 60ער און 70ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אַלע דאָ געבוירענע, יונגע סאָציאַליסטן, נישט־אײַנשטימיקע מיטן ציוניזם, האָבן זיי געפֿאָדערט צו אָנערקענען די נאַציאָנאַלע רעכט פֿון די פּאַלעסטינער. באַלד פֿון אָנהייב אָן האָבן זיי נישט געהאַט קיין מעגלעכקייטן, אַז זייער קאַמף זאָל זיך אײַנגעבן. Allison Schachter. דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין האָט מעטאַפֿאָריש באַשריבן די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ "כּמו־טעריטאָריע", אַ מין אויסגעטראַכטער שטח פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־עקזיסטענץ. די דאָזיקע אידעע ווערט אַנטוויקלט, מיט אַ גרויסער געניטשאַפֿט און וויסן, אינעם בוך פֿון עליסאָן שעכטער. דאָס בוך הייבט זיך אָן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַלע פֿאָרשונגען פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור, מיט מענדעלע, און דווקא מיט דער הקדמה צו זײַן לעצטן גרויסן אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק "שלמה רב חיימס". די פּורים־שפּילער אין שטעטל האָבן געוואָלט אויפֿטרעטן סײַ צו פֿאַרווײַלן דעם עולם, סײַ צו פֿאַרדינען. די אַקטיאָרן האָבן געשטאַמט פֿונעם אַרבעטער־קלאַס; פֿון די וואַרשטאַטן פֿון די בעל־מלאָכות, און אין טאָג פֿון פּורים האָט מען געקענט זיך אָנשטאָפּן די קעשענעס מיט געלט. האָט מען געשטעלט קורצע שפּילן, מע זאָל קענען גיין פֿון הויז צו הויז, און פֿאַרדינען וואָס מער געלט. אַ פֿײַנע באַשרײַבונג פֿון דער פּורים־שפּיל אין זײַן שטעטל, סײַ פֿונעם פּראָצעס פֿון רעפּעטירן די וואָכן פֿאַר פּורים, סײַ פֿון דער פֿאָרשטעלונג אַליין, גיט אונדז דער קאָמפּאָזיטאָר מיכל געלבאַרט אין זײַן בוך זכרונות "פֿון משוררים לעבן" (1942). אין יצחק שיפּערס "געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט און דראַמע" שטעלט דער מחבר זיך אָפּ אויפֿן פֿאַקט, אַז ס‘איז געווען אַן אַלטע טראַדיציע, אַז די יונגע משוררים, ווי געלבאַרט, האָבן אָפֿט פֿאָרגעשטעלט די פּורים־שפּיל אין שטעטל. געלבאַרט שרײַבט: שבת חנוכּה האָבן די משוררים זיך צונויפֿגעקומען — "מאָשקעלע הולטײַ, זעליקל קונצנמאַכער, הערשל בדחן, בערל דראָנג, און נאָך אַ פּאָר לצים, וואָס קענען זיך פֿאַרשטעלן און שפּילן טרעיאַטער..." כ׳האָב דאָך שוין געזען אַ שלל מיט פּיעסעס אין מײַן לעבן, וווּ מען שילדערט אַ שרעקלעך צוזאַמענלעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, וווּ מען לײַדט פֿון גרויס אָרעמקייט, וווּ דער טאַטע אַנטלויפֿט און לאָזט איבער אויף הפֿקר אַ שטוב מיט קליינוואַרג אָן אַ גראָשן געלט, וווּ אַ מיידל גליטשט זיך אויס און פֿאַלט אַרײַן אין שלעכטער געזעלשאַפֿט, וווּ דאָס לעבן הענגט אויף אַ האָר, משפּחה־סיכסוכים, אַן איבערפֿאַל, שיכּרות. אָבער אַזוינס ווי דער "רוסישער טראַנספּאָרט" האָב איך נאָך נישט געזען. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס מען האָט מיך געראַטן צו גיין זען די נײַע פֿאָרשטעלונג וואָס ווערט געשפּילט הײַנט אין ניו־יאָרק, אונטערן קעפּל "רוסישער טראַנספּאָרט." בין איך אַוועק און געזען, און געטראַכט וואָס ווייסן מיר וועגן דער רוסיש־ייִדישער כוואַליע, ווײַל ווי קען מען וויסן אַז מיר וווינען נישט אין "ברײַטאָן־ביטש," אָדער "קוני־אײַלענד־עוועניו," אָדער אין "שיפּסהעד־בײַ" אין ברוקלין, וווּ עס האָט זיך באַזעצט אַ רוסיש־ייִדישע באַפֿעלקערונג, פֿירן גרויסע און קלענערע געשעפֿטן אָדער לעבן גאָר פֿון דער אַמעריקאַנער קיצבֿה. קומט צו גיין אַ דראַמאַטורגין מיטן נאָמען עריקאַ שעפֿער, און שרײַבט אָן אַ קאַפּיטל "רויפֿלייש", דאָס הייסט — אַ שילדערונג אַזוי ווי זי גייט און שטייט, אָן באַפּוצונגען, אָן הינטער־קוליסן, ממש אַ רויען אַבסטראַקט פֿון אַ פּיעסע וואָס דאַרף ערשט געשריבן ווערן. וואָס מיין איך דערמיט צו זאָגן? זי שילדערט אַ מיאוס קאַפּיטל אין אונדזער ייִדישער סבֿיבֿה, אָן אַ טראָפּן ייִדישן אָפּשטאַם; וועגן אַ פֿאָלק וואָס האָט זיך טויזנטער יאָר אויסגעבריט אויף ייִדישער עטיק און מאָראַל, אויף ייִדישן המשך, אויף ייִדישן גײַסט. איז געקומען אַהער אַ פּראָסט פֿאָלק ייִדן שלא ידעו את יוסף. פֿאַרשטענדלעך, אַז איך וויל עס נישט פֿאַראַלגעמיינערן. לכּבֿוד דעם קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי אינעם בעסטן קאָנצערט־זאַל אין קעשענעוו, מיט אַ פּרעכטיקן אָרגל, האָט די קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון דער שטאָט געפֿײַערט דעם 65סטן יוביליי פֿונעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר, פֿידלער, פּראָפֿעסאָר פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, באָריס דובאָסאַרסקי. Daniel Kahn & The Painted Bird. די צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ, יעדע אויף זײַן אופֿן, ווײַזן אָן אויף נײַע מעגלעכע ריכטונגען פֿאַר דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער מוזיק. אין די 1970ער יאָרן האָט מען ווידער אַנטדעקט די קלעזמער, ווי אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון דער ייִדישער עטנישער אויפֿלעבונג, צוערשט, אין אַמעריקע און דערנאָך אין אייראָפּע, ישׂראל און רוסלאַנד. בהדרגה איז קלעזמער־מוזיק געוואָרן אַ זשאַנער פֿון פּאָפּולערער מוזיק, וווּ די ייִדישע שפּראַך האָט געדינט ווי אַ מין געווירץ־סאָוס. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם קלעזמער־סטיל גייט אין דער ריכטונג פֿון מוזיקאַלישע עקספּערימענטן, בעת די ווערטער שפּילן דערבײַ ניט קיין עיקרדיקע ראָלע. די אמתע סיבה איז די אַקטריסע קירע נײַטלי, די ענגלישע יפֿהפֿיה און האָליוווּד־שטערן, וואָס שפּילט די סאַדאָמאַזאָכיסטישע רוסיש־ייִדישע היסטעריש־קראַנקע סאַבינאַ שפּילריין, וועלכע (נאָך דעם ווי זי ווערט אויסגעהיילט) ווערט אַליין אַ וויכטיקער דאָקטאָר, אַ פֿאַרטרעטער בײַם פּסיכאָנאַנאַליטיקער — ווי אויך יונגס געליבטע. אין די ערשטע סצענעס אַרבעט נײַטלי אויף אַלע כּלים, שרײַט און וואַרפֿט זיך, אַזוי אַז ס׳איז אַ מאָל שווער צו קוקן אויף איר, ווי שיין זי זאָל נישט זײַן. אַפֿילו שפּעטער טראָגט זי אין זיך אַ נערוועזן כּוח און סעקסועלע ענערגיע, וואָס ציט דעם צוזעער צו און שטויסט אים אָפּ אין דער זעלבער צײַט. ס׳איז אַ זאַפֿטיקע ראָלע און נײַטלי זויגט פֿון איר אַרויס אַלע זאַפֿטן. אָבער אייניקע, מער פֿילעוודיקע נאַטורן, האָבן אויף לאַנגע יאָרן אָפּגעהיט דעם לכתּחילהדיקן געפֿיל פֿון דערשטוינונג און פֿאַרלוירנקייט, וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט בײַם קומען קיין אַמעריקע. פֿון דער דאָזיקער דערשיטערונג זײַנען אַרויס אַ סך אָריגינעלע קונסטווערק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס, וואָס האָבן באַווירקט אונדזער אויפֿנעם פֿון אַמעריקע. צוויי באַרימטע ייִדישע קינסטלער זײַנען אַראָפּגעקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער שטאָט זלאָטשעוו פֿונעם עסטרײַכישן גאַליציע (הײַנט אין אוקראַיִנע)׃ משה־לייב האַלפּערן (1886—1932) און אָשר פֿעליג (1899—1968). זיי זײַנען געקומען כּמעט אין איין צײַט, אַרום 1907, אָבער צוליּב דעם אונטערשיד אינעם עלטער און פּערזענלעכקייט זײַנען זייערע גורלות געווען פֿאַרשידענע. בעת פֿעליג, בעסער באַקאַנט אונטער דעם צונעמעניש "ווידזשי" (Weegee) איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק זײַנע פֿאָטאָס פֿון ניו־יאָרקער נאַכטלעבן און אונטערוועלט, פֿאַרבלײַבט האַלפּערן באַקאַנט נאָר צווישן די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט. די אייגנאַרטיקייט פֿון די צוויי איניציאַטיוון באַשטייט אין דעם, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ נישט בלויז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש, נאָר אַ פֿאַרלאַנג צו ניצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. "דאָס בלעטעלע", http://www.gordonolniansky.com/bletele/, — אַ באַשיידענער אילוסטרירטער זשורנאַל פֿון 10 זײַטלעך — איז אָנגעשריבן אין גאַנצן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו נישט קיין גלאָסאַר; און די וועבזײַט פֿון "דיבוקים" (http://www.dibbukim.com/yid/)גיט דעם לייענער די ברירה צו לייענען וועגן דער קאַפּעליע, און אַפֿילו צו באַשטעלן אירע קאָמפּאַקטדיסקן — אין גאַנצן אויף ייִדיש. ביידע פּראָיעקטן זענען אויסגעטראַכט און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך ניקלאַס און אידאַ אָלניאַנסקי — אַ יונג פּאָרפֿאָלק אין דער שוועדישער שטאָט לונד. די אָלניאַנסקיס און זייער מיטאַרבעטער אין "דאָס בלעטעלע", לינדאַ גאָרדאָן, האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין לונד־אוניווערסיטעט — צו ערשט, אין אַן אומפֿאָרמעלן ייִדיש־־קלאַס מיט ד״ר סאָלאָמאָן שולמאַן — אַ קינדער־דאָקטער, וואָס רעדט אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, און דערנאָך מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, ד״ר יאַן שוואַרץ. ניקלאַס אָלניאַנסקי האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זיי האָבן בדעה צו פּובליקירן "דאָס בלעטעלע" פֿיר מאָל אַ יאָר, און זיי שטעלן אים צונויף און פֿאַרשפּרייטן אים בײַ זיך אין דער דירה — אַ דירה וווּ ס׳וועט באַלד ווערן אַ סך לעבעדיקער ווי פֿריִער, זינט עס איז בײַ זיי די פֿאַרגאַנגענע וואָך געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. (מזל־טובֿ!) די וויכטיקע שטודיעס פֿון די פֿאָלקלאָריסטן אין דער מדינה נעמען אַרײַן כּלערליי טעמעס, סײַ געאָגראַפֿישע, סײַ היסטאָרישע. וואָס שייך אונדזער אַשכּנזישן פֿאָלקלאָר, דאַרף מען קודם־כּל דערמאָנען דבֿ נוי, דעם פּאַטריאַרך פֿון די אָרטיקע פֿאָלקלאָריסטן; אָבער וועגן אים און זײַן וויכטיקער אַרבעט האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל געשריבן. מע דאַרף דערמאָנען די היסטאָריש־ליטעראַרישע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ שׂרה צפֿתמאַן, וועלכע האָט באַטראַכט די אַנטוויקלונג פֿון די געדרוקטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות. ד״ר גילה פֿלאַם האָט אין איר פּיאָנערישער אַרבעט געזאַמלט די חורבן־לידער פֿון לאָדזש. פּראָפֿ׳ חיה בר־יצחק פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט בײַ די פֿאָלקלאָריסטן אין ישׂראל און פֿאָרשט אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, דער עיקר, מיט אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן שײַכות. זי פֿירט אָן מיט דער פֿאָלקלאָר־פּראָגראַם בײַם חיפֿער אוניווערסיטעט און איז די פֿאָרזיצערין פֿונעם אָפּטייל פֿון העברעיִשער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין חיפֿה. אויף ענגליש האָט זי מחבר געווען אַ גאָר אינטערעסאַנטע שטודיע וועגן די לעגענדעס פֿונעם ייִדישן בראשית אין פּוילן; אַן אַנדער בוך פֿאַרנעמט זיך מיט די ישׂראלדיקע פֿאָלקס־נאַראַטיוון פֿאַרשריבן בײַ די אימיגראַנטן פֿון די כּלערליי עדות אין ישׂראל. זי קען גוט פּויליש, ייִדיש און עבֿרית. "לאַזאַרס פֿרויען", מאָסקווע, "אַסט", 2011 די פֿיגור פֿונעם סאָוועטישן פֿיזיקער לעוו לאַנדאַו (1908—1968) האָט שוין לאַנג פֿאַרכאַפּט דעם כּוח־הדמיון פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ. אַ ייִדישער גאָון, וועמענס טעאָריעס האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן דאָס סאָוועטישע אַטאָמישע געווער, איז לאַנדאַו געווען באַלוינט מיט די סאַמע בכּבֿודיקע פּרײַזן, די נאָבעל־פּרעמיע בתוכם. נאָך מער מערקווירדיק, האָט ער בשלום דורכגעמאַכט די שווערסטע תּקופֿה פֿון דעם סטאַליניסטישן טעראָר אין די 1930ער, דעם חורבן פֿון דער מלחמה, און די גזירות קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ סוף 1940ער יאָרן. מען האָט אים אַרעסטירט בלויז איין מאָל אין 1938, אָבער באַפֿרײַט אין צוויי טעג אַרום, ווען זײַנע קאָלעגן האָבן דערקלערט דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט, ווי וויכטיק איז זײַן אַרבעט פֿאַר די מיליטערישע צוועקן. לאַנדאַו איז געווען ניט נאָר אַ געניאַלער טעאָרעטיקער, אָבער אויך אַ באַגאַבטער פּעדאַגאָג, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אייגענע שול אין דער טעאָרעטישער פֿיזיק. דאָס לערנבוך פֿון לאַנדאַו און ליפֿשיץ בלײַבט עד־היום אַ מין תּורה פֿאַר רוסישע פֿיזיקער. דערבײַ איז לאַנדאַו ניט געווען קיין פּרוש, ער האָט ליב געהאַט פֿרויען, וויצן און אַ גוטע חבֿרישע קאָמפּאַניע. ער האָט געהאַט אַן אייגענע טעאָריע מכּוח גליק, וואָס האָט זיך באַזירט אויף דרײַ יסודות׃ אַרבעט, ליבע, און פֿאַרקער מיט מענטשן. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס אַזאַ פֿיגור ציט צו זיך צו קינסטלער פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס, וועלכע זוכן אַ לעבעדיקן און זאַפֿטיקן העלד פֿאַר זייערע ווערק וועגן דעם סאָוועטישן עבֿר. דערבײַ ווערט לאַנדאַו מגולגל אין אַ שאַרפֿזיניקן און אייגנוויליקן אינטעלעקטואַל, וועלכער איז פֿאַרטאָן אין זײַן אַרבעט און איז פֿרײַ צו טאָן אַלץ וואָס ער וויל, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אים. Alexander Etkind. דער אויפֿקום פֿון דער פּאָסט-קאָלאָניאַלער טעאָריע אין מערבֿדיקע הומאַניסטישע לימודים האָט געשטעלט די ייִדישע שטודיעס פֿאַר אַ ריי פּראָבלעמען. ווי אַזוי קאָן מען "אַרײַנשרײַבן" די ייִדן אין אָט דעם נײַעם וועלט־געשטאַלט, וואָס ווערט אויסגעפֿורעמט אַרום דעם קאָנפֿליקט צווישן די "העגעמאָנישע" כּוחות פֿון דער קאָלאָניזאַטאָרישער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע און די דערשלאָגענע און שטומע מאַסן פֿון קאָלאָניזירטע פֿעלקער אין אַפֿריקע, אַזיע, אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע? וווּ הין געהערט ציוניזם און מדינת־ישׂראל? פֿון איין זײַט, קאָן מען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ באַוועגונג פֿאַר נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג פֿונעם דערשטיקטן ייִדישן פֿאָלק, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — טענהן די קעגנער — איז ישׂראל אַליין אַ פּראָדוקט פֿון דער מערבֿדיקער קאָלאָניזאַציע אויף דעם נאָענטן מיזרח. |