ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Alexander Etkind.
Internal Colonization:
Russia’s Imperial Experience.
Cambridge: Polity, 2011.

דער אויפֿקום פֿון דער פּאָסט-קאָלאָניאַלער טעאָריע אין מערבֿדיקע הומאַניסטישע לימודים האָט געשטעלט די ייִדישע שטודיעס פֿאַר אַ ריי פּראָבלעמען. ווי אַזוי קאָן מען "אַרײַנשרײַבן" די ייִדן אין אָט דעם נײַעם וועלט־געשטאַלט, וואָס ווערט אויסגעפֿורעמט אַרום דעם קאָנפֿליקט צווישן די "העגעמאָנישע" כּוחות פֿון דער קאָלאָניזאַטאָרישער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע און די דערשלאָגענע און שטומע מאַסן פֿון קאָלאָניזירטע פֿעלקער אין אַפֿריקע, אַזיע, אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע? וווּ הין געהערט ציוניזם און מדינת־ישׂראל? פֿון איין זײַט, קאָן מען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ באַוועגונג פֿאַר נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג פֿונעם דערשטיקטן ייִדישן פֿאָלק, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — טענהן די קעגנער — איז ישׂראל אַליין אַ פּראָדוקט פֿון דער מערבֿדיקער קאָלאָניזאַציע אויף דעם נאָענטן מיזרח.
דער ייִדישער פֿאַל איז ניט די איינציקע קלאָץ־קשיא אין דער פּאָסט־קאָלאָניאַלער טעאָריע. ווי עס דערווײַזט אין זײַן נײַעם בוך פּראָפֿעסאָר אלכּסנדר עטקינד פֿונעם קעמברידזשער אוניווערסיטעט, לאָזט זיך דער פּאָסט־קאָלאָניאַלער צוגאַנג ניט גרינג צופּאַסן צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל און צו דער רוסישער אימפּעריע בפֿרט. עטקינד לייגט פֿאָר אַ נײַעם באַגריף, וואָס ער רופֿט "אינעווייניקע קאָלאָניזאַציע". דאָס הייסט, אַ קאָלאָניזאַציע פֿונעם אייגענעם לאַנד און אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז געווען די פּאָליטישע ליניע פֿון דער רעגירונג סײַ אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע און סײַ אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אייגנטלעך, איז דער דאָזיקער באַגריף ניט קיין חידוש. עטקינד דערקלערט, אַז די רוסישע היסטאָריאָגראַפֿישע טראַדיציע פֿאַר דער רעוואָלוציע, פֿון סערגיי סאָלאָוויעוו און וואַסילי קליוטשעווסקי ביז זײַנע תּלמידים, האָט זיך באַנוצט מיטן דאָזיקן באַגריף אין זייער דערקלערונג פֿונעם הויפּטציל פֿון דער רוסישער היסטאָרישער אַנטוויקלונג. און מען קאָן צוגעבן, אַז אַזאַ מין צוגאַנג עפֿנט אַ נײַעם און אינטערעסאַנטן קוקווינקל אויף דער ייִדישער געשיכטע.
אַ צאָל רוסישע און סאָוועטישע ייִדן האָבן גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל אין פֿאַרשידענע קאָלאָניאַלע פּראָיעקטן פֿון דער רוסישער מלוכה, אָבער די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געווען אַן אָביעקט פֿון דער קאָלאָניאַלער פּאָליטיק. גלײַך נאָך די צעטיילונגען פֿון פּוילן האָט זיך די צאַרישע אַדמיניסטראַציע גענומען אויסצואַרבעטן פּלענער, ווי אַזוי צו באַזעצן ייִדן אויף די שטחים, וואָס רוסלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט בײַ טערקײַ אין דרום־אוקראַיִנע און קרים. עס איז מערקווירדיק, אַז באַלד נאָך דער רעוואָלוציע האָט די סאָוועטישע רעגירונג ממשיך געווען די זעלביקע פּאָליטיק.
דער שפּיצפּונקט פֿון דער ייִדישער "אינעווייניקער קאָלאָניזאַציע" אין רוסלאַנד איז דערגרייכט געוואָרן סוף 1920ער — אָנהייב 1930ער יאָרן, ווען מען האָט אָפֿיציעל געשאַפֿן אַ נײַע ייִדישע אויטאָנאָמיע אין ביראָבידזשאַן, אין מיזרח־סיביר. ביראָבידזשאַן איז געווען אַ יוצא־דופֿן צווישן אַלע סאָוועטישע נאַציאָנאַלע טעריטאָריעס, ווײַל היסטאָריש האָבן די ייִדן ניט געהאַט קיין שײַכות צו דעם דאָזיקן לאַנד. אין דעם זין איז דאָס געווען אַ ריין קאָלאָניאַלער פּראָיעקט, וואָס זײַן ציל איז געווען ניט נאָר צו געבן די ייִדן אַ שטיקל לאַנד, נאָר אויך צו באַזעצן די רוסישע טעריטאָריע בײַ דער כינעזישער און יאַפּאַנישער גרענעץ.
איז ווער זשע זײַנען געווען די רוסישע ייִדן׃ אַקטיווע אָנטיילנעמער אין דער רוסישער אינעווייניקער קאָלאָניאַלער עקספּאַנסיע, אָדער קרבנות פֿון דער אימפּעריאַלער קאָלאָניאַלער פּאָליטיק? עטקינד האַלט, אַז "דער גאַנצער תּחום־המושבֿ איז געווען אַ ייִדישע קאָלאָניע פֿון דער רוסישער אימפּעריע". די צאַרישע ייִדישע פּאָליטיק איז געווען אַ באַשטאַנדטייל פֿונעם אַלגעמיינעם פּלאַן אַרײַנצוברענגען אַלע עטנישע און רעליגיעזע מינאָריטעטן אונטער דער שליטה פֿונעם רוסישן צאַר.
אָבער די פּראַקטישע אויספֿירונג פֿון דער דאָזיקער פּאָליטיק איז געווען פֿול מיט סתּירות. פֿון איין זײַט, האָט די רעגירונג אָפּגעשאַפֿן די קהילה־אינסטיטוציעס, אָבער פֿון דער אַנדערער, האָט זי אָפּגעהיט כּלערליי דיסקרימינאַטאָרישע באַגרענעצונגען. קליוטשעווסקי האָט באַשריבן דעם דאָזיקן מצבֿ ווי אַ "פֿולקומער מאָראַלישער פּלאָנטער׃ מען קאָן גאָרניט טאָן און עס איז ניטאָ וואָס צו טאָן".
אַזוי אַרום איז דער דורכפֿאַל פֿון דער צאַרישער פּאָליטיק פֿון אינעווייניקער קאָלאָניזאַציע געווען איינער פֿון די גורמים בײַ דער מפּלה פֿונעם צאַרישן רעזשים אין 1917. די נײַע סאָוועטישע מאַכט האָט אָפּגעשאַפֿן די אַלטע יורידישע גרענעצן צווישן רעליגיעזע עדות און סאָציאַלע שיכטן, אָבער אויפֿגעבויט נײַע סאָציאַלע און נאַציאָנאַלע היעראַרכיעס. אַזוי האָט דער אַלטער קאָלאָניאַלער ביוראָקראַטישער גײַסט באַקומען אַ נײַעם גילגול אינעם נײַעם קאָמוניסטישן גוף.
עטקינדס פֿאָרשונג באַהאַנדלט בלויז די צאַרישע תּקופֿה, אָבער זײַנע אויספֿירן בלײַבן קוראַנט ביזן הײַנטיקן טאָג. ערבֿ די נײַע פּרעזידענטישע וואַלן פֿאַרנעמט די "נאַציאָנאַלע פֿראַגע" ווידער אַ צענטראַל אָרט אינעם רוסישן פּאָליטישן סדר־היום. און הגם עס איז אַ קליינער ספֿק, צי פּוטין וועט נאָך אַ מאָל ווערן דער רוסישער פּרעזידענט, איז עס ווײַט ניט קלאָר, וואָס פֿאַר אַ ליניע וועט ער אויסקלײַבן אין דער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק.
לויט אייניקע סימנים, וויל פּוטין נושׂא־חן זײַן בײַ דעם נאַציאָנאַליסטישן עלעקטאָראַט. אין זײַנע עפֿנטלעכע רעדעס באַטאָנט ער דעם אונטערשיד צווישן די "רוסן" און די איבעריקע "מינאָריטעטן". זײַן "נאַציאָנאַלע פּראָגראַם" איז פֿול מיט סתּירותדיקע לאָזונגען און צוויידײַטיקע דעקלאַראַציעס.
פֿון איין זײַט, באַטאָנט פּוטין דעם מולטי־נאַציאָנאַלן באַשטאַנד פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, רעדט ער וועגן דעם "ספּעציעלן" שליחות פֿונעם רוסישן פֿאָלק, וואָס זאָל "פֿאַראייניקן און פֿאַרפֿעסטיקן די ציוויליזאַציע". די דאָזיקע דיבורים ווײַזן, אַז ערשטנס, באַטראַכטן די רוסישע פֿירער עד־היום זייער לאַנד דורכן אַלטן אימפּעריאַלן שפּאַקטיוו, און צווייטנס, אַז זיי האָבן זיך גאָר ניט אָנגעלערנט פֿון דער לאַנגער היסטאָרישער דערפֿאַרונג פֿון דער "אינעווייניקער קאָלאָניזאַציע".