פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
אין דובראָוונע, ווײַסרוסלאַנד, טאַנצט מען לכּבֿוד דער תּורה.
פֿאָטאָ פֿון אַ. ליטווין, פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה.

ווען מיר האָבן זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול אין די 1960ער יאָרן, האָט מען שׂימחת־תּורה יעדן קינד געגעבן אַן ארץ־ישׂראל־פֿאָן מיט אַ עפּל פֿון אויבן, און אַ ליכטל אַרײַנגעשטעקט אינעם עפּל. בילדער פֿון דער דאָזיקער שׂימחת־תּורה־טראַדיציע זעט מען אויך אין בילדער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. אָבער הײַנט, וועלכער טאַטע, אָדער מאַמע, וועט דערלאָזן זייער קינד אַרומשפּאַצירן מיט אַן אָנגעצונדן ליכטל לעבן אַ פּאַפּירענער פֿאָן? דאָס איז אַ משל פֿון אַ מינהג פֿון דער "אַלטער היים", וואָס איז אויסגעשטאָרבן אין דער "נײַער היים" צוליב די בײַטנדיקע פֿאָדערונגען פֿון דער געזעלשאַפֿט; אָבער לכּבֿוד דעם פֿריילעכן יום־טובֿ שׂימחת־תּורה שאַפֿן זיך כּסדר נײַע טראַדיציעס.

אין איין רעקאָנסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע אין ניו־יאָרק האָט מען אײַנגעפֿירט די טראַדיציע פֿון צעוויקלען אין גאַנצן די ספֿר־תּורה. אַן ערך 40 מענטשן אין אַ קרײַז האַלטן די תּורה און דער ראַבינער ווײַזט אָן פֿאַר די קינדער אין מיטן, וווּ פֿאַרשיידענע סדרות געפֿינען זיך אויף אין דעם לאַנגן הייליקן פּאַרמעט.

קונסט
מאָלערײַ פֿון מיס לאַסקאָ־גראָס ספּעציעל פֿאַר דער אויסשטעלונג

אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין מאַנהעטן ווערן איצט אויסגעשטעלט "גראַפֿישע דעטאַלן: פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען". די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ מיט אַ יאָר צוריק, און קומט קיין ניו־יאָרק פֿון טאָראָנטאָ. זי וועט ווײַטער געוויזן ווערן אין פּאָרטלאַנד, אַן־אַרבאָר און וואַנקוּווער. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע האָט געהאָלפֿן דאָס צונויפֿשטעלן די אויסשטעלונג און געשטיצט דעם טור אין פֿאַרשיידענע שטעט.

ס'איז פּאַסיק, וואָס "גראַפֿישע דעטאַלן" האָט איר בראשית געהאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווײַל אין יענער שטאָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1960ער יאָרן האָט זיך אָנגעהויבן דער זשאַנער פֿון "אַלטערנאַטיווע" בילדערשטרײַפֿן, קאָמיקס. צו יענער צײַט האָט מען זיי אָנגערופֿן "אונטערערדיש" — אַ טערמין, וואָס איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל נישט אונטער דער ערד געפֿינט מען זיי הײַנט, נאָר אין אַלע גרויסע ביכער־קראָמען ווי "באַרנס און נאָבעל". די קינסטלער און שרײַבער פֿון די אונטערערדישע און, שפּעטער, אַלטערנאַטיווע, בילדערשטרײַפֿן האָבן באַשריבן עראָטישע סצענעס, סצענעס מיט פּרטימדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אָפֿט, מעשׂיות וועלכע נאָר איינער, וואָס האָט גערייכערט מאַריכואַנע, וואָלט פֿאַרשטאַנען און ריכטיק אָפּגעשאַצט.

קונסט, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ס. אָ. כאַן־מאַגאָמעדאָוו.לאַזאַר ליסיצקי.מאָסקווע׃ "גאָרדייעוו", 2011

גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור.

נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע".

ליטעראַטור

ווען אין זײַן וויגעלע האָט אַ שמייכל געטאָן פֿונעם שלאָף דאָס קליינע עופֿעלע, פֿלעגט די ייִדישע באָבע זאָגן: "עס שפּילט זיך מיט אים דער מלאך..." און ווען דער קליינער איז, קיין עין־הרע, אונטערגעוואַקסן און האָט אַרויסגעוויזן עפּעס אַ חכמה, פֿלעגט די זעלבע באָבע אָנקוועלן: "עס האָט אים אַ קוש געטאָן דער מלאך!"

אַזאַ קינד איז, אַפּנים, אויך געווען דער גרויסער ייִדישער דיכטער שמואל האַלקין, וואָס אַלע אין שטעטל האָבן אים גערופֿן פּשוט — מוליע. וועגן איינעם אַ זעלטענעם קוש זײַנעם וויל איך דאָ ווײַטער דערציילן. נישט איין מאָל האָב איך געזען פֿאַר די אויגן דאָס בילד און נישט געקאָנט עס פֿאַרשטיין. צוריק גערעדט, וואָס דאַרף מען דאָ אַזוינס פֿאַרשטיין — אַ קוש... ס’איז גענוג אַרויסברענגען אויף דער צונג דאָס וואָרט, ווי איינער וועט אַ זיפֿץ טאָן, אַ צווייטער זיך צעשמייכלען, און בײַ אַ דריטן וועלן אַ בליץ טאָן די אויגן — אַ קוש!

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Nadia Kalman.
The Cosmopolitans.
Livingston Press:
The University of West Alabama, 2010.

דער ראָמאַן "קאָסמאָפּאָליטן" פֿון דער יונגער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם נאַדיאַ קאַלמאַן געהערט צו דעם מין עמיגראַנטישע משפּחה־ראָמאַנען, וואָס זײַנען לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע. דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, אויפֿגעוואַקסן שוין אין אַמעריקע, האָט אָבער אָפּגעהיט אַ היפּשן טייל פֿון זייער רוסישער קולטורעלער ירושה, האָט פֿעסט פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

די מחברים פֿון דער דאָזיקער גרופּע, אַזעלכע ווי גערי שטיינגאַרט, אַניאַ אוליניטש, לאַראַ וואַפּניאַר, דייוויד בעזמאָזגיס, שרײַבן אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס, אָבער איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות. אַלע ווערק זייערע זײַנען שטאַרק באַווירקט פֿון דער ליטעראַרישער קלאַסיק, דער עיקר, דער רוסישער. דער סאַמע בולטער מוסטער פֿון אַזאַ ליטעראַטור־איבערניצעווען פֿון אַ קלאַסישן מוסטער איז דער ראָמאַן פֿון אירינאַ ריין "וואָס איז געשען מיט אַנאַ ק.", וועלכער דערציילט די געשיכטע פֿון אַנאַ קאַרענינאַ אין די דעקאָראַציעס פֿון הײַנטיקן ניו־יאָרק.

קינאָ

ש. אַנ־סקיס דראַמע "דער דיבוק" איז זיכער די פֿאַרשפּרייטסטע פּיעסע וואָס די ייִדישע דראַמאַטורגיע האָט געשאַפֿן. די דראַמע האָט מען נישט בלויז איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, נאָר אויך באַאַרבעט אין פֿאַרשיידענע טעאַטראַלישע זשאַנערן — אַ טאַנץ, אַן אָפּערע, אַ דראַמע פֿאַר בלויז צוויי כאַראַקטערן. לעצטנס איז צוגעקומען נאָך אַ באַאַרבעטונג פֿונעם קלאַסישן ווערק: פֿון דער אַמאָליקער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע.

דאָס יאָר האָט "דער אַרכיוו פֿון אַמעריקאַנער טעלעוויזיע" אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַלטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון די 1950ער יאָרן אין אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל־פֿאָרמאַט. צווישן די נײַע ווידעאָ־קאָמפּאַקטלעך האָט מען אויך אַרויסגעגעבן צוויי פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס פֿון דער פּראָגראַם־סעריע "די דראַמע פֿון דער וואָך": די ערשטע — "די וועלט פֿון שלום־עליכם"; און די צווייטע — "דער דיבוק", רעזשיסירט פֿונעם יונגן, אָבער שפּעטער מער באַקאַנטן, סידני לומעט, באַאַרבעט פֿון יוסף ליס, מיט די אַקטיאָרן קאַראָל לאָרענץ, טעאָדאָר ביקעל און לודוויג דאָאַט.

פּראָגראַמען וועגן ייִדן, אָדער מיט אַ ייִדישן טעם, האָט מען אַ סך זעלטענער געזען אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיט די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען דער ייִדישער הומאָר האָט ממש דאָמינירט אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. דערפֿאַר איז וויכטיק צו זען די אַלטע סעריעס פֿון דער תּקופֿה, ווײַל זיי גיבן אונדז אַן אַרײַנבליק אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט און ווי אַזוי די ייִדן האָבן געוואָלט, אַז אַמעריקע זאָל באַטראַכטן און אָפּשאַצן ייִדישקייט און די ייִדישע געשיכטע, געציילטע יאָרן נאָכן חורבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

ליטעראַטור
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער טאָוול פֿונעם בוך "
ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער"

צו זײַן אַ פּראָגרעסיווער ייִד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און נישט האָבן קיין אייגענע מיינונג מכּוח דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, איז אוממעגלעך. מע ראַנגלט זיך כּסדר מיט ישׂראל און מיט ציוניזם. אויף די קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער גאַס רעדט מען שטענדיק וועגן דעם. צי דאַרף מען אומבאַדינגט שטיצן ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער פּאָליטיק, וואָס ס’ווערט געפֿירט דאָרטן? וואָס זאָל, למשל, טאָן אַ יונגער קריטיקער, ווען מע לייגט אים פֿאָר אַן אומזיסטע נסיעה אין דער ייִדישער מדינה אין די ראַמען פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט (אָדער "געבורטרעכט" אויף ענגליש)?

ס’רובֿ מענטשן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿרייט אויף דער מציאה און זיכער אויסגעניצט אַזאַ געלעגנהייט. שׂרה גלידען, אַ דרײַסיק־יעריקע אײַנוווינערין פֿון ברוקלין האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך געפֿרייט. אָבער זי האָט באַשלאָסן ניט בלויז פֿאָרן, נאָר אויך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ אויטאָביאָגראַפֿיש בוך וועגן דער איבערלעבונג. דאָס בוך, אונטער דעם טיטל "ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער" (How to understand ISRAEL in 60 days or less) געהערט צו דעם זשאַנער פֿון געמעל-ראָמאַן, וווּ דער גאַנצער סיפּור-המעשׂה ווערט באַגלייט מיט צייכענונגען. בעסער געזאָגט, דער טעקסט אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דעם באַגלייטער פֿאַר די צייכענונגען.

שׂרה גלידער דערציילט עס אַזוי: "מײַן צייכענונג-סטיל איז ניט רעאַליזם. די וואָס האָבן מיך אינספּירירט אויף דעם זענען, צום מערסטנס, די אייראָפּעיִשע (בפֿרט פֿראַנצויזישע) קאַריקאַטוריסטן; למשל, די טין-טין וויצבילדער פֿון דעם בעלגיער זשאָרזש רעמי (און מע באַמערקט גלײַך, אַז איר הויפּט-כאַראַקטער איז אַ מין ווײַבלעכע ווערסיע פֿון טין-טין — ע.מ.). אויב זיך נישט קאָנצענטרירן צו פֿיל אויף די גאָר קליינטשיקע פֿיזישע עלעמענטן, איז פֿאַרן לייענער זיך גרינגער צו אידענטיפֿיצירן מיט די כאַראַקטערן. איך האָב ניט געוואָלט, צום בײַשפּיל, אַז אַ מאַנצביל זאָל מיינען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ראָמאַן פֿאַר פֿרויען צוליב דעם וואָס דער הויפּט-כאַראַקטער איז אַ פֿרוי."

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאַן היקס (לינקס) אין דער ראָלע פֿון האַרי טרומאַן, מיט ריק גראָסמאַן אין דער ראָלע פֿון עדי דזשייקאָבסאָן און לידיע גלאַדסטאָן אין דער ראָלע פֿון בלומאַ דזשייקאָבסאָן, אין דער פּיעסע "האַרי און עדי"

איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג וואָס מען שטעלט איצט אין "סיינט לוקס"־טעאַטער. עס געפֿינט זיך אויף דער 46סטער גאַס, נומ׳ 308 אין מאַנהעטן. דאָרט שפּילט מען אַ פּיעסע וועגן דער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרעזידענט הערי ס. טרומאַן און זײַן נאָענטן חבֿר — עדי דזשייקאָבסאָן. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט לכּבֿוד דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל.

מענטשן וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿופֿציקער יאָרן האָבן געקענט אונדזער אַמאָליקן פּרעזידענט טרומאַן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אין די הויכע קלאַסן איז ער דווקא נישט געגאַנגען, געווען אַ פּראָסט און פּשוטער בשׂר־ודם, אַ פּשוטער מענטש אָן פֿאָראורטיילן. ער האָט זיך אויסגעטויגט אין באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו געוואָרן אַ פֿאַרמער אין זײַן געבורט־שטעטל קענזעס־סיטי, מיזורי. ער האָט פּרובירט פֿאַרשיידענע מלאָכות, ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין עדין, דזשייקאָבסאָנען, הייסט עס (ריק גראָסמאַן). עדי איז אַ ייִד, אַ פֿאָלקסמענטש, אַ פּראָסט און פּשוטער פֿאָלקסמענטש וואָס אַזעלכע עדיס קען מען נאָך הײַנט געפֿינען צווישן דעם עלטערן דור.

האָבן הערי (ריק היקס) און עדי געעפֿנט אַ קלייט — אַ כּל־בו פֿון אַלערליי זאַכן — צווישן זיי קליידונג, כּלים פֿאַר דער ווירטשאַפֿט און אַנדערע שמאָנצעס. ביידע אויסגעקומען גלענצנדיק. הערי איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַן אַנטיסעמיט, כאָטש ער איז געווען אַ מענטש פֿון דער נאַטור וואָס האָט ליב געהאַט צו שעלטן.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן

רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן אין "אַרבעטער־רינג"

דער "אַרבעטער־רינג" האָט אָנגעהויבן לעצטנס די יערלעכע קולטור־טעטיקייט זײַנע. נאָענט צום אָנהייב איז געווען דער פֿאָרטראַג פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן; און ווען פּראָפֿ’ נאָווערשטערן גיט אַ לעקציע ווייסט מען אַפּריאָרי — איז זי אינטערעסאַנט, באַלערנדיק און אײַנדרוקספֿול. אויך דאָס מאָל איז דאָס נישט געווען אַנדערש. די טעמע האָט אַוודאי צוגעהאָלפֿן: "חיים גראַדע — דער שרײַבער פֿון צעריסנקייט און גאַנצקייט".

הײַנט צו טאָג, ווען אַלץ ווערט געמאָסטן דורכן "רייטינג" קען מען בפֿירוש זאָגן, אַז גראַדע איז נישט קיין פּאָפּולערער שרײַבער. ער איז אַ גוטער שרײַבער, איינער פֿון די בעסטע, אָבער ווען מ’דערמאָנט זײַן נאָמען אין אַ קרײַז, אַפֿילו פֿון איבערגעגעבענע ייִדיש־לייענער — אויב ס’זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע, פֿרעגט מען גלײַך מיט דערשטוינונג: "ווער?" טאַקע דעריבער וויל איך דאָ דערציילן וועגן פּראָפֿעסאָר נאָווערשטערנס לעקציע, ווײַל קיין אַנדער געלעגנהייט ווייס איך נישט צי ס’וועט נאָך זײַן.

"געוויינטלעך, ווען מ’רעדט וועגן ייִדישע שרײַבער", באַצייכנט דער לעקטאָר, "קלינגט עס צום באַדויערן ווי פֿאַרעלטערטער מאַטעריאַל, אָבער ס’איז אַזוי געשען, אַז פֿאַראַיאָרן צי מיט צוויי יאָר צוריק איז די טעמע חיים גראַדע געוואָרן אַקטועל. אין דעם ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ איז דערשינען אַ קליינע נאָטיץ, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, וועלכע איז געווען 15 יאָר ייִנגער פֿאַר אים, איז געשטאָרבן און ס’איז געבליבן אַ שטוב פֿול מיט טויזנטער ביכער און אפֿשר אַנדערע וויכטיקע מאַטעריאַלן אויך; און אַזוי ווי חיים גראַדע האָט נישט געלאָזט קיין צוואָה, האָט מען נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט דעם. און מ’ווייס נאָך נישט ביז איצט וואָס צו טאָן דערמיט. דאָס איז, צום באַדויערן, דער גורל פֿון נישט איין ייִדישן שרײַבער.

קינאָ, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
J. Hoberman. Bridge of Light: Yiddish Film between Two Worlds. Updated and Expanded Edition, Hanover, NH: Dartmouth College Press, 2010

די צווייטע, פֿאַרברייטערטע און באַנײַטע אויפֿלאַגע פֿון י. האָבערמאַנס געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿילם "די בריק פֿון ליכט" איז אַ שיינע מתּנה פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור. ווי אַ צוגאָב צו דעם בוך באַקומט מען אַ ווידעאָדיסק, וואָס אילוסטרירט דעם טעקסט מיט בילדער און אויסשניטן פֿון פֿילמען.

די ערשטע אויפֿלאַגע איז דערשינען ווי אַ באַגלייטונג־באַנד צו דעם ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿאַר מאָדערנער קונסט אין 1991. דעמאָלט האָט דער ברייטער עולם באַקומען, נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה, אַ מעגלעכקייט צו זען אַלטע ייִדישע פֿילמען, דאָס רובֿ געמאַכט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן; אייניקע פֿון זיי האָט מען שוין לאַנג געהאַלטן פֿאַר פֿאַרלוירענע.

קולטור, געשיכטע

נאַצי־באַאַמטע בײַ דער אויסשטעלונג "דער נס פֿונעם לעבן"
אינעם "דײַטשן היגיענע־מוזיי", 1935

"אַ לעבן אָן ווערט", "אַן איבעריק לעבן", "אַ פּוסטע כּלי" — מיט אַזוינע אויסדרוקן פֿלעגן די דײַטשע דאָקטוירים, וויסנשאַפֿטלער און פּאָליטיקער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן בויען די נאַצי־פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ מײַסטער־ראַסע, באַשריבן די גײַסטיק־קראַנקע און מענטשן מיט פֿיזישיע פֿעלערן. די באַציִונג האָבן זיי אין גיכן אַריבערגעטראָגן צו די ייִדן און ציגײַנער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין זײַן שעדלעך פֿאַר דער וועלט.
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויפֿרטייסלנדיקע אויסשטעלונג — "טייטלעכע מעדיצין — דאָס שאַפֿן די מײַסטער־ראַסע" אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה", מכּוח דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער "וויסנשאַפֿט", וואָס האָט דערפֿירט צו דער באַציִונג. די נאַצישע "וויסנשאַפֿט" איז געווען געבויט אויפֿן נײַעם פֿעלד פֿון "יוגעניק", אַ וואָרט וואָס מיינט "אַ גוטער געבורט" און איז צום ערשטן מאָל געניצט געוואָרן אין 1883.
אויב מע וויל, קען מען אין אַלץ באַשולדיקן טשאַרלז דאַרווינען און זײַנע שריפֿטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. פֿון זײַן געדאַנק — "דער נאַטירלעכער אויסקלײַב", אָדער אַנדערש פֿאָרמולירט "די שטאַרקסטע בלײַבן לעבן", האָט זיך אָנגעהויבן אַ קייט פֿון געדאַנקען און טעאָריעס, וואָס איז געוואָרן געשלייערט מיטן נאָמען "יוגעניק". אָבער מער קלאָר איז דער נאָמען — "ראַסן־היגיענע". "יוגעניק" איז געוואָרן פּאָפּולער אין גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע. דער לעגענדאַרע ריכטער אָליווער ווענדל האָלמס האָט אין 1927 געהאַלטן, אַז מע מעג פֿאַרמאַכן די פֿאַרמער־אָרגאַנען פֿון אַ פֿרוי וואָס איז גײַסטיק און פֿיזיש קראַנק. ער האָט געשריבן:
"דער פּרינציפּ וואָס ליגט אונטער אָבליגאַטאָרישע וואַקצינען, איז גענוג ברייט צו דעקן דאָס אָפּבינדן פֿון די אייטרײַבלעך [Fallopian tubes]. דרײַ דורות פֿון אידיאָטן איז גענוג".

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

 "פֿון שטיבל" — מאָלערײַ פֿון מאַנע קאַץ, 1924

הײַנט באַטראַכט מען די חסידישע באַוועגונג ווי אַ זײַטיקע גרופּע, אָבער מע פֿאַרגעסט, אַז פֿאַרן חורבן איז חסידיזם געווען די הויפּט־פֿרומע באַוועגונג בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, און ווײַט נישט קיין קליינער קולט. אַפֿילו מיט דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע פֿון די ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען זיך סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל, געדאַרפֿט רעכענען מיט די חסידישע ייִדן און זייער השפּעה. אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָט די חסידישע פֿאָלקס־מעשׂה אויך משפּיע געווען אויפֿן אופֿן פֿון דערציילן אַ מעשׂה, נישט נאָר ווי מע געפֿינט אין י. ל. פּרצעס ווערק "חסידיש", נאָר אויך בײַ אַ שלל ייִדישע שרײַבער במשך פֿון עטלעכע דורות. די פּרץ־טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן און איבערדערציילן חסידישע מעשׂיות פֿאַר אַ נײַעם עולם אין אַ נײַערער צײַט האָט זיך אָנגעהאַלטן ביז אונדזערע טעג. די דאָזיקע פֿאָלקס־ליטעראַטור אויף ייִדיש, די שפּראַך, אין וועלכער מע האָט זיי, לכתּחילה, דערציילט, פֿאַרמאָגט אוצרות, וואָס מע קען נישט געפֿינען אין אַנדערע שפּראַכן, און פֿון דעם גרויסן קוואַל האָט מען געשעפּט.
פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט איז אַן עובֿדה בײַם לייענען די מעשׂיות — צו דערקענען, וועלכע עלעמענטן זענען פֿאָלקישע, און וועלכע "מאָדערנע". די ליטעראַטור־קריטיק באַהאַנדלט סײַ די טראַדיציאָנעלע מעשׂיות, און סײַ די מאָדערנע באַאַרבעטונגען, און ביידע מינים האָבן זייער אייגענעם כאַראַקטער און זענען ווערט אַ טיפֿערן אַנאַליז.