|
פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן |
Credit: Bella Bryks-Klein |
רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן אין "אַרבעטער־רינג"
דער "אַרבעטער־רינג" האָט אָנגעהויבן לעצטנס די יערלעכע קולטור־טעטיקייט זײַנע. נאָענט צום אָנהייב איז געווען דער פֿאָרטראַג פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן; און ווען פּראָפֿ’ נאָווערשטערן גיט אַ לעקציע ווייסט מען אַפּריאָרי — איז זי אינטערעסאַנט, באַלערנדיק און אײַנדרוקספֿול. אויך דאָס מאָל איז דאָס נישט געווען אַנדערש. די טעמע האָט אַוודאי צוגעהאָלפֿן: "חיים גראַדע — דער שרײַבער פֿון צעריסנקייט און גאַנצקייט".
הײַנט צו טאָג, ווען אַלץ ווערט געמאָסטן דורכן "רייטינג" קען מען בפֿירוש זאָגן, אַז גראַדע איז נישט קיין פּאָפּולערער שרײַבער. ער איז אַ גוטער שרײַבער, איינער פֿון די בעסטע, אָבער ווען מ’דערמאָנט זײַן נאָמען אין אַ קרײַז, אַפֿילו פֿון איבערגעגעבענע ייִדיש־לייענער — אויב ס’זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע, פֿרעגט מען גלײַך מיט דערשטוינונג: "ווער?" טאַקע דעריבער וויל איך דאָ דערציילן וועגן פּראָפֿעסאָר נאָווערשטערנס לעקציע, ווײַל קיין אַנדער געלעגנהייט ווייס איך נישט צי ס’וועט נאָך זײַן.
"געוויינטלעך, ווען מ’רעדט וועגן ייִדישע שרײַבער", באַצייכנט דער לעקטאָר, "קלינגט עס צום באַדויערן ווי פֿאַרעלטערטער מאַטעריאַל, אָבער ס’איז אַזוי געשען, אַז פֿאַראַיאָרן צי מיט צוויי יאָר צוריק איז די טעמע חיים גראַדע געוואָרן אַקטועל. אין דעם ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ איז דערשינען אַ קליינע נאָטיץ, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, וועלכע איז געווען 15 יאָר ייִנגער פֿאַר אים, איז געשטאָרבן און ס’איז געבליבן אַ שטוב פֿול מיט טויזנטער ביכער און אפֿשר אַנדערע וויכטיקע מאַטעריאַלן אויך; און אַזוי ווי חיים גראַדע האָט נישט געלאָזט קיין צוואָה, האָט מען נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט דעם. און מ’ווייס נאָך נישט ביז איצט וואָס צו טאָן דערמיט. דאָס איז, צום באַדויערן, דער גורל פֿון נישט איין ייִדישן שרײַבער.
"ס’איז זיכער אַ טרויעריקער פּאַראַדאָקס, אַז בײַם לעבן האָט מען אים נישט דערמאָנט, אָבער אַז ער איז אַוועק פֿון דער וועלט האָבן ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך אָנגעהויבן צו קריגן צו וועמען ס׳געהערט דער עזבֿון; יעדער איינער האָט צוגעזאָגט, אַז בײַ אים וועט דער עזבֿון קריגן אַ תּיקון בעסער ווי בײַם אַנדערן".
דער עולם אין זאַל הערט זיך צו מיט שפּאַנענדיקן אינטערעס: וואָס האָט דער לעקטאָר אונדז צו דערציילן וועגן אַ שרײַבער וועלכער איז, אַפֿילו פֿאַר די יעניקע וואָס קענען אים יאָ, אויך, אין אַ געוויסן זין, אַן עניגמע.
"פֿאַרשטייט זיך, אַז מ’דאַרף אָפּטיילן די ביאָגראַפֿיע פֿון אַ שרײַבער פֿון די ווערק זײַנע. אָבער ערגעץ וווּ וואָלט איך געזאָגט", זעצט פֿאָר פּראָפֿ’ נאָווערשטערן זײַן רעפֿעראַט, "האָט זיך געשאַפֿן אַן אינטימע שײַכות צווישן דעם שאַפֿן פֿון חיים גראַדע און זײַן פּערזענלעכן גורל. דער וואָס לייענט זיך אַרײַן אין די ווערק פֿון חיים גראַדע; סײַ אין זײַן פּראָזע, סײַ אין זײַן פּאָעזיע, קען מען פֿילן, אַז אַזאַ גורל איז ערגעץ וווּ אָנגעזאָגט געוואָרן. און דאָס פֿאַרשטייט זיך האָט צו טאָן מיט זײַן פֿרוי, וואָס איז געווען אַ גאַנץ ספּעציעלער טיפּ. ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982 האָט קיינער נישט געוווּסט אין ייִדישן ניו־יאָרק וועגן זײַן טויט, זי האָט פֿאַרשוויגן זײַן טויט און קיינער האָט אים נישט באַגלייט צו זײַן אייביקער רו. חיים גראַדע האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי, וואָס ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן עמעצן וואָס זאָל זײַן ווײַטער פֿון אַלע אינטערעסן פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער אמת איז, אָן אַרײַנצוגיין אין פּרטים, אַז קיין געטרײַע פֿרוי צו זײַן שאַפֿן איז זי נישט געווען.
"חיים גראַדע האָט פֿאָרגעשטעלט די פּראָבלעם צווישן זײַן באַרוף ווי אַ ייִדישער שרײַבער און די עראָטישע מאָמענטן וואָס האָבן אים צוגעצויגן", זעצט פֿאָר דער לעקטאָר. "אָט די סתּירה איז נישט קיין נײַעס אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. די שפּאַנונג צווישן עראָס און דעם קינסטלערישן באַרוף, קענען מיר געפֿינען אויף זייער אַ בולטן אופֿן בײַ חיים־נחמן ביאַליק. מ’קען זאָגן, אַז גראַדע אַליין האָט איבערגענומען אָט דעם ליטעראַרישן מאָטיוו טאַקע בײַ ביאַליקן. און דאָך, ווען מ’טראַכט זיך אַרײַן אין זײַן טאָפּלטן ביטערן סוף, סײַ דעם פּערזענלעכן און סײַ וואָס איז געשען קאַרגע 30 יאָר נאָך זײַן טויט, שטעלן זיך מער פֿראַגעס ווי ענטפֿערס; פֿראַגעס, וואָס שווימען אַרויף ווען מ’פֿאַרנעמט זיך מיט חיים גראַדעס לעבן און שאַפֿן.
"מ’קען זאָגן, אַז יעדער ייִדישער שרײַבער איז אין אַ געוויסער מאָס אַ טראַגישע פּערזענלעכקייט. דער ייִדישער שרײַבער, וואָס האָט דורכגעמאַכט דעם חורבן, וואָס האָט פֿאַרלוירן זײַן פֿאָלק, פֿאַרלוירן זײַן לייענערשאַפֿט איז אַ טראַגישע פּערזענלעכקייט. און חיים גראַדע האָט די דאָזיקע פּערזענלעכע טראַגישקייט אונטערגעשטראָכן אַ סך מער ווי אַנדערע ייִדישע שרײַבער". און דער לעקטאָר פֿאַרשאַרפֿט נאָך מער זײַנע ווערטער, פֿאַרזיכערנדיק, אַז חיים גראַדע האָט געהאַט אַ ספּעציעלן חלק אין דעם גורל וואָס ער איז אין אַ גרויסער מאָס אַליין שולדיק.
"זײַן גאַנג אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז געווען אויך אַ ביסל אַנדערש ווי דער געוויינטלעכער גאַנג פֿון ייִדישע שרײַבער אין 20סטן יאָרהונדערט. חיים גראַדע (1910—1982) האָט אָנגעהויבן ווי אַ פּאָעט אין דער גרופּע ׳יונג־ווילנע׳ וואָס איז געווען אַ צונויפֿשטראָם פֿון יונגע טאַלאַנטן וואָס האָבן געוווינט אין איין שטאָט און האָבן בשום־אופֿן נישט געהאַט אַ בשותּפֿותדיקן ליטעראַרישן קרעדאָ. אָנגעהויבן האָט ער ווי אַ פּאָעט וואָס האָט געשטימט מיטן גאַנג אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וווּ פּאָעזיע האָט פֿאַרנומען דעם צענטראַלן אָרט נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. גראַדעס אָנהייב ווי אַ פּאָעט האָט פֿאַקטיש געשטימט מיטן אָנהייב פֿון אַנדערע שרײַבער אין דעם דור, וואָס זײַנען געווען פֿאַרשיידן אין זייער שרײַבן, ווי מאַנגער, סוצקעווער און אַנדערע, זיי האָבן אַלע אָנגעהויבן ווי פּאָעטן.
"אָבער, דווקא נאָכן חורבן, ווען דער טראָפּ איז געפֿאַלן אויף פּאָעזיע, איז גראַדע געוואָרן אַ פּראָזע־שרײַבער; ער האָט געשריבן זײַן ערשט בוך וואָס איז אויפֿגענומען געוואָרן זייער פּאָזיטיוו פֿון דער קריטיק ׳דער מאַמעס שבתים׳, אַ געמיש צווישן זכרונות און בעלעטריסטיק; דערנאָך זײַנען געקומען אַנדערע פּראָזע־ווערק, ׳די עגונה׳ און זײַן קרוין־ווערק ׳צמח אַטלאַס׳ אין די 1960ער יאָרן. ער האָט נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן פּאָעזיע, אָבער פּראָזע איז געוואָרן זײַן עיקרדיקער מעדיום. און אָט דער גאַנג פֿון פּאָעזיע צו פּראָזע איז געגאַנגען פֿאַרקערט מיט די עיקרדיקע טענדענצן אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן.
"דער פּאָעט, וואָס איז געוואָרן אַ פּראָזאַיִקער, פֿאַרוואָס? גראַדע אַליין האָט נישט געמאַכט קיין סוד פֿון דעם: ווען ער איז געקומען קיין אַמעריקע האָט ער געדאַרפֿט פּרנסה און פּרנסה האָט ער דעמאָלט געקענט געפֿינען נאָר אין אַ צײַטונג. ס’האָט זיך אָנגעהויבן זײַן מיטאַרבעטשאַפֿט אין ׳דער טאָג׳ וואָס איז נאָך דעם געוואָרן ׳דער טאָג־מאָרגן־זשורנאַל׳, וווּ ער האָט געדרוקט זײַנע פּראָזע־ווערק און פֿון דעם האָט ער געמאַכט מער־ווייניקער אַ לעבן.
"דאָ זעען מיר איינע פֿון די צענטראַלע מאָמענטן אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור; אָט די געבונדנקייט צווישן דער פּראָזע און דער צײַטונג. ווען מיר לייענען אַ בוך פֿון חיים גראַדע, צי אַ בוך פֿון באַשעוויס, צי שלום אַש דאַרפֿן מיר שטענדיק געדענקען, אַז אין אָריגינאַל איז דאָס נישט אויסן געווען צו זײַן אַ ראָמאַן, נאָר ס’איז אויסן געווען צו זײַן אַ ראָמאַן געדרוקט אין המשכים אין דער צײַטונג. און מיר דאַרפֿן זיך באַציִען צו דעם ווי אַ ׳צײַטונגס־ראָמאַן׳.
"איז גראַדע פֿון פּאָעזיע צו פּראָזע, וואָס לערנען מיר זיך אָפּ פֿון אָט דעם וועג זײַנעם? דאָס איז די צענטראַלע פּראָבלעם אין חיים גראַדעס שאַפֿן וואָס מאַכט אים אַנדערש פֿון אַלע זײַנע מיטצײַטלער. גראַדע, בײַ אים איז די פּראָזע געווען אפֿשר וויכטיקער ווי זײַן פּאָעזיע.
"און דאָ קען מען נישט אויסמײַדן דעם פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי וויכטיקסטע שרײַבער וואָס זײַנען אַרויסגעוואַקסן פֿון ווילנע: סוצקעווער און חיים גראַדע.
נאָווערשטערן וויל זיך אָפּשטעלן אויף איין מאָמענט וואָס זעט אים אויס צו זײַן אַ גורלדיקער מאָמענט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן: "לאָדזש 1946, דאָס איינציקע אָרט אין חורבן־פּוילן, וווּ ס’זײַנען אָנגעקומען ייִדישע פּליטים און גלײַך איז געוואָרן קלאָר אַז פּוילן איז נישט דאָס אָרט וווּ דאָס ייִדישע לעבן קען נאָך האָבן אַ צוקונפֿט. און אויב עמעצער האָט געהאַט האָפֿענונגען אויף דעם, זײַנען זיי צעשמעטערט געוואָרן נאָכן קעלצער פּאָגראָם אין 1946. און יעדער איינער האָט זיך געפֿרעגט: וווּהין גיי איך? און דאָ האָבן אָנגעהויבן צו שפּילן בײַ יעדן איינעם פֿאַרשיידענע מאָמענטן: משפּחה, אידעאָלאָגיע, סימפּאַטיעס. פֿאַר ייִדישע שרײַבער זײַנען געשטאַנען אָפֿן דעמאָלט 4 אָפּציעס פֿון ערטער וווּ זיך צו באַזעצן: ניו־יאָרק, תּּל־אָבֿיבֿ, בוענאָס־אײַרעס און אפֿשר מאָנטרעאָל. יעדע איינע מיט אירע פּלוסן און מינוסן. מיר זײַנען נאָך פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה, דער ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל איז קליין און אָרעם; די מעגלעכקייטן פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער זיך צו אַנטוויקלען — זײַנען גאָר באַשיידן; פֿון דער אַנדערער זײַט אַמעריקע, וווּ ס’זײַנען נאָך אַרויס דעמאָלט פֿיר גאַנץ גרויסע ייִדישע טאָגצײַטונגען, וווּ ס’איז נאָך געווען אַ ייִדיש־רעדנדיקע געזעלשאַפֿטלעכקייט. אָבער ס’איז שוין געווען קלאָר, אַז דאָס איז אַן עולם וואָס ווערט עלטער און עלטער אָן אַ צוקונפֿט; בוענאָס־אײַרעס, וואָס איז געווען ווײַט און געקלונגען אַ ביסל פּראָווינציעל און עקזאָטיש, אָבער מיט אַ שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן דעמאָלט, און אויך מאָנטרעאָל וואָס האָט געהאַט די מעלה וואָס איז געווען סײַ אַ ייִדישע שטאָט, סײַ נישט אַזוי ווײַיט פֿון ניו־יאָרק.
"ס’איז נישט קיין צופֿאַל וואָס די צוויי וויכטיקסטע שרײַבער האָבן צעטיילט צווישן זיך די ייִדישע וועלט: חיים גראַדע אין אַמעריקע; סוצקעווער וואָס האָט זיך אויך געוואַקלט צווישן ישׂראל און אַמעריקע, אָבער צוליב פֿאַרוויקלטע פֿאַרשיידענע סיבות — האָט, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן צו קומען קיין ישׂראל.
"און ווען מיר באַטראַכטן דעם ווײַטערדיקן גאַנג פֿון אָט די צוויי שרײַבער: חיים גראַדע אין ניו־יאָרק, און סוצקעווער אין מדינת־ישׂראל, און זייער ווײַיטערדיקע אַנטוויקלונג ווי שרײַבער מיט דער גאַנצער פּראָבלעמאַטישער מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל — מוזן מיר זאָגן מיט אַ קלאָר געוויסן — ווי גוט אונדז איז וואָס מיר האָבן אַ ייִדישע מדינה. פֿאָרט אַ ייִדישער שרײַבער אין תּּל־אָבֿיבֿ איז הונדערט מאָל בעסער ווי אַ ייִדישער שרײַבער וווּ עס זאָל נישט זײַן אין דער וועלט. און דער פֿאַרגלײַך דאָ צווישן סוצקעווער און גראַדע מאַכט די זאַך באמת זייער זייער בולט. גראַדע האָט געדאַרפֿט אַריבער אויף אַ מעדיום וואָס איז נישט געווען זײַן מעדיום. חיים גראַדע איז אין רוישיקן ניו־יאָרק געווען גאַנץ פֿאַראיינזאַמט. דאָ זעען מיר באמת די מעגלעכקייטן און די באַגרענעצונגען פֿון די צוויי צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור נאָכן חורבן.
"די טראַגישע צעריסנקייט פֿון חיים גראַדע האָט זיך נישט אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק; די טראַגישע צעריסנקייט האָט אים באַגלייט במשך זײַן גאַנץ לעבן פֿון זײַנע אָנהייבן אין ׳יונג־ווילנע׳ ביז זײַן איינזאַמען, אַנאָנימען, טויט".