- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר דערמאָנט די טרויעריקע דאַטעס פֿון ייִדישן אומקום אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מיט 70 יאָר צוריק, אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשישער אינוואַזיע 1941, האָבן זיך אָנגעהויבן מאַסן־הריגות. צווישן די גרעסטע און הײַנט באַקאַנטסטע, קאָן מען אָנרופֿן די טראַגעדיע אין "באַבי־יאַר". וואָס שייך דער באַציִונג צו דעם הייליקן אָרט מצד דער מאַכט, וואָלט מען געקאָנט די 70 יאָר צעטיילן אויף צוויי תּקופֿות: די סאָוועטישע 50 יאָר, ביז 1991 און די אוקראַיִנישע — די לעצטע 20 יאָר. קיין גרויסע ענדערונגען אין דעם זין איז נישט צו באַמערקן, צוליב איין אַלגעמיינער טענדענץ: עס ווערט פֿאַרשוויגן די ייִדישע מערהייט, ווײַל אין באַבי־יאַר זײַנען "אומגעקומען נישט נאָר ייִדן"... ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דעם 3טן אָקטאָבער פֿאָרגעקומען אין קיִעוו די טרויער־אַקאַדעמיע, געווידמעט דער דאַטע, אין וועלכער עס האָט זיך באַטייליקט אַ בכּבֿודיקע דעלעגאַציע פֿון ישׂראל, בראָש מיטן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן. פֿון דער אוקראַיִנישער זײַט האָט דאָס לאַנד פֿאָרגעשטעלט דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בלומען־קרענץ. רעדעס. אַ רעקוויעם־קאָנצערט אין דער נאַציאָנאַלער אָפּערע; דערנאָך — טרעפֿונגען, פֿאַרהאַנדלונגען אויף פֿאַרשידענע, לעבנס־וויכטיקע טעמעס — פּענסיע פֿאַר די איצטיקע ישׂראל־בירגער און געוועזענע בירגער פֿון אוקראַיִנע; בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן אין אינדוסטריע, עקאָנאָמיע, רעליגיע, מעדיצין וכּדומה. מיט איין וואָרט, ווי עס פֿירט זיך צווישן די רעגירונגען פֿון צוויי פֿרידלעכע לענדער. עס זעט אויס, אַז די צײַט איז געקומען צו שאַפֿן מוזיקאַלישע ווערק פֿאַר אונדזערע ייִדישע פֿרויען־פּאָעטן. סײַ די ברוקלינער פֿידלערין דבֿורה שטראַוס, סײַ דער רוסיש־ייִדישער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ זענען אין גאַנג פֿון פּראָיעקטן צו שאַפֿן מוזיק צו די ווערטער פֿון דער פּאָעטעסע קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי. בײַ דער זומער־פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דער מוזיקער אַלען בערן געשפּילט זײַנע נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער פֿון רחל קאָרן, רחל פֿישמאַן, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און שׂרה רייזען. די האָלענדישע זינגערין לוסעט וואַן־דען בערג האָט זיי לעצטנס רעקאָרדירט אויף איר קאָמפּאַקטל "יתומים." אינעם קאָמפּאַקטל "נאַכטיקע מוזיק" ״Nakhtike Muzik״ קען מען הערן אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די טעקסטן פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי, געשאַפֿן פֿונעם דײַטשן קאָמפּאָזיטאָר דאַמיאַן מאַריאַ ראַב. די לידער ווערן פֿאָרגעשטעלט פֿון דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן מיט דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ", פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד. זשיכלינסקי איז שוין לאַנג אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע נאָכן חורבן, און ס׳איז אַוודאי אַ שאָד, וואָס מער מענטשן זענען נישט באַקאַנט מיט איר פּאָעזיע. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין ניו־יאָרק, ביז זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע לעבן איר זון, איז זי זעלטן געקומען אויף ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען און האָט זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט. צו זײַן אַ פּראָגרעסיווער ייִד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און נישט האָבן קיין אייגענע מיינונג מכּוח דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, איז אוממעגלעך. מע ראַנגלט זיך כּסדר מיט ישׂראל און מיט ציוניזם. אויף די קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער גאַס רעדט מען שטענדיק וועגן דעם. צי דאַרף מען אומבאַדינגט שטיצן ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער פּאָליטיק, וואָס ס’ווערט געפֿירט דאָרטן? וואָס זאָל, למשל, טאָן אַ יונגער קריטיקער, ווען מע לייגט אים פֿאָר אַן אומזיסטע נסיעה אין דער ייִדישער מדינה אין די ראַמען פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט (אָדער "געבורטרעכט" אויף ענגליש)? ס’רובֿ מענטשן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿרייט אויף דער מציאה און זיכער אויסגעניצט אַזאַ געלעגנהייט. שׂרה גלידען, אַ דרײַסיק־יעריקע אײַנוווינערין פֿון ברוקלין האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך געפֿרייט. אָבער זי האָט באַשלאָסן ניט בלויז פֿאָרן, נאָר אויך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ אויטאָביאָגראַפֿיש בוך וועגן דער איבערלעבונג. דאָס בוך, אונטער דעם טיטל "ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער" (How to understand ISRAEL in 60 days or less) געהערט צו דעם זשאַנער פֿון געמעל-ראָמאַן, וווּ דער גאַנצער סיפּור-המעשׂה ווערט באַגלייט מיט צייכענונגען. בעסער געזאָגט, דער טעקסט אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דעם באַגלייטער פֿאַר די צייכענונגען. שׂרה גלידער דערציילט עס אַזוי: "מײַן צייכענונג-סטיל איז ניט רעאַליזם. די וואָס האָבן מיך אינספּירירט אויף דעם זענען, צום מערסטנס, די אייראָפּעיִשע (בפֿרט פֿראַנצויזישע) קאַריקאַטוריסטן; למשל, די טין-טין וויצבילדער פֿון דעם בעלגיער זשאָרזש רעמי (און מע באַמערקט גלײַך, אַז איר הויפּט-כאַראַקטער איז אַ מין ווײַבלעכע ווערסיע פֿון טין-טין — ע.מ.). אויב זיך נישט קאָנצענטרירן צו פֿיל אויף די גאָר קליינטשיקע פֿיזישע עלעמענטן, איז פֿאַרן לייענער זיך גרינגער צו אידענטיפֿיצירן מיט די כאַראַקטערן. איך האָב ניט געוואָלט, צום בײַשפּיל, אַז אַ מאַנצביל זאָל מיינען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ראָמאַן פֿאַר פֿרויען צוליב דעם וואָס דער הויפּט-כאַראַקטער איז אַ פֿרוי." איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג וואָס מען שטעלט איצט אין "סיינט לוקס"־טעאַטער. עס געפֿינט זיך אויף דער 46סטער גאַס, נומ׳ 308 אין מאַנהעטן. דאָרט שפּילט מען אַ פּיעסע וועגן דער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרעזידענט הערי ס. טרומאַן און זײַן נאָענטן חבֿר — עדי דזשייקאָבסאָן. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט לכּבֿוד דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל. מענטשן וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿופֿציקער יאָרן האָבן געקענט אונדזער אַמאָליקן פּרעזידענט טרומאַן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אין די הויכע קלאַסן איז ער דווקא נישט געגאַנגען, געווען אַ פּראָסט און פּשוטער בשׂר־ודם, אַ פּשוטער מענטש אָן פֿאָראורטיילן. ער האָט זיך אויסגעטויגט אין באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו געוואָרן אַ פֿאַרמער אין זײַן געבורט־שטעטל קענזעס־סיטי, מיזורי. ער האָט פּרובירט פֿאַרשיידענע מלאָכות, ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין עדין, דזשייקאָבסאָנען, הייסט עס (ריק גראָסמאַן). עדי איז אַ ייִד, אַ פֿאָלקסמענטש, אַ פּראָסט און פּשוטער פֿאָלקסמענטש וואָס אַזעלכע עדיס קען מען נאָך הײַנט געפֿינען צווישן דעם עלטערן דור. האָבן הערי (ריק היקס) און עדי געעפֿנט אַ קלייט — אַ כּל־בו פֿון אַלערליי זאַכן — צווישן זיי קליידונג, כּלים פֿאַר דער ווירטשאַפֿט און אַנדערע שמאָנצעס. ביידע אויסגעקומען גלענצנדיק. הערי איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַן אַנטיסעמיט, כאָטש ער איז געווען אַ מענטש פֿון דער נאַטור וואָס האָט ליב געהאַט צו שעלטן. דער אָנגעזאָגטער דראָענדיקער סעפּטעמבער מיט זײַנע שוואַרצע נבֿואות האָט זיך הײַנטיקע וואָך — צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור — פֿאַרענדיקט און... "עס איז גאָרנישט געשען", כאָטש פֿאָרגעקומען איז אין דעם חודש זייער אַ סך. דער זיכערהייטלעכער "צונאַמי", וועלכן דער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט "צוגעזאָגט" אויף די ימים־נוראָים, איז אַדורך בשלום, כאָטש דער שלום האָט זיך ווידער דערווײַטערט אויף אַ היפּשן מהלך. די פּאָליציי אין ישׂראל האָט מאָביליזירט איר גאַנצן פּאָטענציאַל (אַרום צוואַנציק טויזנט פּאָליציסטן) צו זײַן גרייט אויף יעדער עווענטואַליטעט, און אויף יעדן מעגלעכן פּרוּוו פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַלעסטינער צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן אַרײַנטריט אין דעם נײַעם יאָר תּשע"ב. די ייִדן, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, האָבן פֿרידלעך און אָן דאגות געפּראַוועט דעם יום־טובֿ — ווער אין די שילן, ווער אויף די סעודות אין זייערע היימען, און ווער אין די פול־געפּאַקטע האָטעלן אויף דער נאַטור, פּיקניקס אין די גערטנער און וועלדלעך; און אַרום 200 טויזנט — אין פּענסיאָנאַטן, אויף די אויספֿלוגן אין אויסלאַנד. אויב עס האָט ווער פֿאַרשטערט די רו און די אידיליע פֿון די "פֿאָרכטיקע טעג", זײַנען דאָס געווען גראָד די ייִדישע גאָטפֿאָרכטיקע פֿאַנאַטיקער, וואָס האָבן פּרובירט אָנצינדן אַ נאַציאָנאַלע שׂרפֿה, פֿאַרברענענדיק אַ מעטשעט אין דעם בעדויִנישן דאָרף זאַגאַריִאַ, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט צפֿת אין גליל. די מוסולמענישע הייליקע שריפֿטן און דער קאַרפּעט אויפֿן דיל זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט, די ווענט אינעווייניק פֿאַרטשאַדעט און פֿון דרויסן באַשמירט מיט ראַסיסטישע לאָזונגען, מיט דער חתימה "תַּג מחיר", וואָס מיינט דער פּרײַז־עטיקעט פֿון דער נקמה. די כוליגאַנען האָבן עס באַשטימט פֿאַר יעדן פֿײַנטלעכן אַקט, נישט בלויז מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, נאָר אויך מצד די מאַכט־אָרגאַנען פֿון דער מדינה. צו די לעצטע פֿײַנטלעכע אַקטן אין דער לענגסטער תּקופֿה פֿון פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו געהערן דער מאָרד פֿון דער משפּחה פֿאָגעל דעם 11טן מערץ 2011 אין דעם ייִשובֿ איתמר נעבן שכם, און דאָס אָפּרוימען, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם העכסטן געריכט, דרײַ אויפֿגעבויטע הײַזער אין דעם אומגעזעצלעכן פֿאָרפּאָסטן מגרון. לויט דעם קאָמאַרנער חסידות, וואָס שטעלט דעם אַקצענט אויף דער אינערלעכער וועלט פֿונעם מענטש, קאָן מען, אין פּרינציפּ, דערגרייכן דעם זעלבן גײַסטיקן מצבֿ ווי בעת יום־כּיפּור, יעדן טאָג פֿונעם יאָר; אויב מע דערמאָנט זיך אינעם הייליקן יום־הדין און מע ברענגט די גאַנצע נשמה אַרײַן אינעם זעלבן מצבֿ, ווי בעת דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודת־התּשובֿה. די רוחניותדיקע וועלט פֿאָלגט נישט דעם גאַנג פֿון דער גשמיותדיקער צײַט. שבת, יום־כּיפּור און אַנדערע יום־טובֿים זענען תּמיד בנימצא אין די גײַסטיקע וועלטן; די קאָנקרעטע הייליקע טעג מיט זייערע ספּעציפֿישע מיצוות דינען ווי אַ מין "אַנקער", וואָס אַנטפּלעקט אַ געוויסע מדרגה פֿון רוחניות אין דער נמשה. דאָס מיינט נישט אָבער, חלילה, אַז יום־כּיפּור, ווי אַ קאָנקרעטער ייִדישער יום־טובֿ, האָט בלויז אַ רעלאַטיווע ווערט. כּדי צו דערגרייכן די זעלבע מדרגה אין אַן אַנדער צײַט, מוז מען קודם דערשפּירן דעם טעם פֿון די ימים־נוראָים, אינעם פּשוטן זין פֿונעם וואָרט. צווייטנס, קאָנען בלויז אַ קליינע צאָל יחידים נאָכמאַכן די יום־כּיפּורדיקע גײַסטיקע אַטמאָספֿער אין זייער מוח און האַרצן; אַזעלכע מענטשן זענען, מסתּמא, שוין גרויסע צדיקים און טוען תּשובֿה ווי געהעריק במשך פֿון די ימים־נוראָים און עשׂרת־ימי־תּשובֿה. דערפֿאַר, בלײַבט דער דערמאָנטער ענין פֿונעם "פּערזענלעכן יום־כּיפּור", דער עיקר, בלויז אַ טעאָרעטישער געדאַנק — לכל־הפּחות, פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן. הײַיאָר, דעם 22סטן יוני, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער — דער גרעסטער און בלוטיקסטער — פֿאַזע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערבֿ דעם דאָזיקן יוביליי האָט מען אין רוסלאַנד דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג. דער ציל איז געווען אויסצוקלאָרן, ווי אַזוי די רוסן באַציִען זיך הײַנט-צו-טאָג צו אַנדערע נאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה. דער סך-הכּל איז געווען אַזאַ: מער פֿון אַלעמען האָבן די רוסן פֿײַנט ניט די דײַטשן, נאָר דווקא די פּאָליאַקן און, אַ ביסל ווייניקער, די אַמעריקאַנער. וואָס שייך די דײַטשן, פֿאַרנעמען זיי דאָס פֿערטע אָרט. צו זיי איז די באַציִונג אַן ערך אַזאַ ווי צו די ענגלענדער. מיט וואָס זשע האָבן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט די פּאָליאַקן, מיט וועלכע מע האָט צום לעצטן מאָל געהאַט אַ מלחמה מיט נײַנציק יאָר צוריק, און בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מען אַפֿילו געווען שותּפֿים אין דעם קאַמף קעגן היטלערן? דער ענטפֿער איז אַ קאָמפּליצירטער, בפֿרט נאָך אַז צווישן די פּאָליאַקן האָט רוסלאַנד אויך אַ שלעכטן שם. רוסיש-פּוילישע באַציִונגען האָבן זייער אַ לאַנגע געשיכטע, אין וועלכער עפּיזאָדן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט שפּילן יאָ אַ ראָלע, אָבער עס דאָמינירן פֿון דעסטוועגן קאָנפֿליקטן, ביטערע און בלוטיקע בתוכם. אַפֿילו אין דער תּקופֿה, ווען קאָמוניסטן האָבן אָנגעפֿירט מיט פּוילן, האָט קיין גרויסע ליבע ניט געברענט צווישן ביידע צדדים. פּוילן איז פֿאַרבליבן אַ שווערער קאָמפּאַניאָן, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט געפֿירט אַן אייגענע פּאָליטיק. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַ שטייגער, אַז אין פּוילן זײַנען ס׳רובֿ פּויערים פֿאַרבליבן אינדיווידועלע פֿאַרמערס, מע האָט זיי ניט "קאָלעקטיוויזירט" אין קאָלכאָזן, און אַז די קאַטוילישע רעליגיע האָט ניט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם פּוילישן לעבן. דעם 5טן סעפּטעמבער, 1882, זענען זיך צונויפֿגעקומען אַן ערך צען טויזנט מענטשן אין דער שטאָט ניו־יאָרק פֿאַרן ערשטן "לייבאָר־דיי"־פּאַראַד. זיי האָבן מאַרשירט פֿון "סיטי־האָל" (ראָטהויז), פֿאַרבײַ "יוניאָן־סקווער" און זיך פֿאַרקערעוועט צו דער 42סטער גאַס. דאָרטן האָבן זיי זיך פֿאַרגונען אַ פּיקניק, אַ קאָנצערט און דרשות פֿון פּאָליטיקער און אַרבעטער־פֿירערס. די גאַנצע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט גרויס התמדה דורך דעם "צענטראַלן אַרבעטער־קאָמיטעט" פֿון ניו־יאָרק, אַ "דאַך־אָרגאַניזאַציע" אין וועלכער עס זענען געווען אָנגעשלאָסן פֿאָרשטייערס פֿון גאָר אַ סך לאָקאַלע יוניאָנס. היסטאָריקער דעבאַטירן נאָך אַלץ צווישן זיך וועגן דעם וועמענס געדאַנק עס איז געווען מלחתּחילה. נאָר ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז אַרויסגעוואַקסן פֿון די רייען פֿון דער אָרגאַניזירטער אַרבעטערשאַפֿט אין אַ צײַט ווען זיי האָבן געוואָלט באַווײַזן דעם כּוח פֿון דער באַוועגונג און פֿאָדערן פֿאַרבעסערונגען אין זייערע אַרבעטס־באַדינגונגען. דער פּאַראַד איז געווען אַ המצאה פֿון דער־אָ דעמאָלטיקער פֿראַטערנאַלער אָרגאַניזאַציע "די ריטער פֿון קאָלומבוס". באַלד נאָך אַזאַ דערפֿאָלג האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע אָנגענומען אַ באַשלוס יעדן יאָר ווידער אַ מאָל צו אָרגאַניזירן אַזאַ פּאַראַד (און נאָך אַ גרעסערן אַפֿילו, פֿאַרשטייט זיך) און דעם פּאַראַד־טאָג אַ נאָמען געגעבן "אַרבעטער־טאָג" (אויף ענגליש: "לייבאָר־דיי") אין אָנערקענונג פֿון די וואָס אַרבעטן און אויף וועמענס אַרבעט מיר שטיצן זיך אַלע. די אייראָפּעיִשע אַרבעטער־פּאַרטייען האָבן שוין פֿריִער געיובֿלט דעם ערשטן מײַ כּדי דערמיט צוצוציִען נײַע מיטגלידער. אָבער די אַמעריקאַנער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן גאָר אַן אַנדער דאַטע (פּינקטלעך דעפֿינירט ווי "דער ערשטער מאָנטיק נאָכן ערשטן דינסטיק פֿון סעפּטעמבער") כּדי מען זאָל זיי, חלילה, ניט פֿאַרמישן מיט די קאָמוניסטן. רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן אין "אַרבעטער־רינג" דער "אַרבעטער־רינג" האָט אָנגעהויבן לעצטנס די יערלעכע קולטור־טעטיקייט זײַנע. נאָענט צום אָנהייב איז געווען דער פֿאָרטראַג פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן; און ווען פּראָפֿ’ נאָווערשטערן גיט אַ לעקציע ווייסט מען אַפּריאָרי — איז זי אינטערעסאַנט, באַלערנדיק און אײַנדרוקספֿול. אויך דאָס מאָל איז דאָס נישט געווען אַנדערש. די טעמע האָט אַוודאי צוגעהאָלפֿן: "חיים גראַדע — דער שרײַבער פֿון צעריסנקייט און גאַנצקייט". הײַנט צו טאָג, ווען אַלץ ווערט געמאָסטן דורכן "רייטינג" קען מען בפֿירוש זאָגן, אַז גראַדע איז נישט קיין פּאָפּולערער שרײַבער. ער איז אַ גוטער שרײַבער, איינער פֿון די בעסטע, אָבער ווען מ’דערמאָנט זײַן נאָמען אין אַ קרײַז, אַפֿילו פֿון איבערגעגעבענע ייִדיש־לייענער — אויב ס’זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע, פֿרעגט מען גלײַך מיט דערשטוינונג: "ווער?" טאַקע דעריבער וויל איך דאָ דערציילן וועגן פּראָפֿעסאָר נאָווערשטערנס לעקציע, ווײַל קיין אַנדער געלעגנהייט ווייס איך נישט צי ס’וועט נאָך זײַן. "געוויינטלעך, ווען מ’רעדט וועגן ייִדישע שרײַבער", באַצייכנט דער לעקטאָר, "קלינגט עס צום באַדויערן ווי פֿאַרעלטערטער מאַטעריאַל, אָבער ס’איז אַזוי געשען, אַז פֿאַראַיאָרן צי מיט צוויי יאָר צוריק איז די טעמע חיים גראַדע געוואָרן אַקטועל. אין דעם ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ איז דערשינען אַ קליינע נאָטיץ, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, וועלכע איז געווען 15 יאָר ייִנגער פֿאַר אים, איז געשטאָרבן און ס’איז געבליבן אַ שטוב פֿול מיט טויזנטער ביכער און אפֿשר אַנדערע וויכטיקע מאַטעריאַלן אויך; און אַזוי ווי חיים גראַדע האָט נישט געלאָזט קיין צוואָה, האָט מען נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט דעם. און מ’ווייס נאָך נישט ביז איצט וואָס צו טאָן דערמיט. דאָס איז, צום באַדויערן, דער גורל פֿון נישט איין ייִדישן שרײַבער. מיט אַ צײַט צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט שרײַבן אַ קאַפּיטל פֿאַר אַ בוך, און עס וועט אויך, אפֿשר, אַרויסגיין ווי אַ באַזונדערער זשורנאַל-אַרטיקל. די רייד גייט וועגן דעם ווי אַזוי דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט 75 יאָר צוריק, אין 1936, אויפֿגענומען די נײַע סאָוועטישע קאָנסטיטוציע, וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי "סטאַלינס קאָנסטיטוציע". מיר שײַנט, אַז קיין איין אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג האָט ניט אויסגעטיילט דער דאָזיקער טעמע אַזוי פֿיל אָרט, ווי דער "פֿאָרווערטס". דעם 25סטן יוני 1936 האָט די צײַטונג פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿולן טעקסט פֿון דעם פּראָיעקט פֿון דער קאָנסטיטוציע, און מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 17טן יוני, האָט די צײַטונג פֿאַרבעטן אירע לייענער צו שרײַבן וועגן זייער באַציִונג צו דער סאָוועטישער קאָנסטיטוציאָנעלער רעפֿאָרם. ס’איז צוגעזאָגט געוואָרן, אַז די בריוו וועט מען ניט צענזורירן. דער איינציקער תּנאַי, וואָס איז געשטעלט געוואָרן, האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ טעכנישער פֿראַגע — אַז מע זאָל זיך ניט שטאַרק צעשרײַבן, דאָס הייסט, אַז די בריוו זאָלן זײַן ניט לענגער פֿון 1,200 ווערטער. אַן ערך ביז מיט-סעפּטעמבער 1936 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַכט צענדליק בריוו. בלויז דרײַ פֿון זיי האָבן אַרײַנגעשיקט פֿרויען. לויט אַלע סימנים נאָך, זײַנען דאָס געווען "אמתע" בריוו, און ניט קיין פּראָדוקטן פֿון זשורנאַליסטישער שאַפֿערישקייט, וואָס האָט זיך תּמיד געפֿילט אין דעם "בינטל בריוו". כאַראַקטעריש, אַז בעת די האַרצרײַסנדיקע געשיכטעס פֿון דעם "בינטל בריוו" פֿלעגט מען אונטערשרײַבן מיט נעמען פֿון דער הפֿטורה, האָבן די אָפּרופֿן אויף דער קאָנסטיטוציע געהאַט, בדרך-כּלל, פּינקטלעכע נעמען, אַדרעסן און צו מאָל אַפֿילו פּרטים פֿון דער אַפֿיליאַציע אין "אַרבעטער-רינג".
די פּראָבלעם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז אָנגעגאַנגען במשך דעם גאַנצן יאָרצענדליק פֿונעם נאָך־אָקטאָבער־פּעריאָד. דאָס איז געווען די שליסל־פֿראַגע אין די צווישן־באַציִונגען פֿון דער ייִדישער מינאָריטעט און דער סאָוועטישער מלוכה. דער שליסל צו דער פּראָבלעם ליגט אין דער טענדענץ פֿונעם ייִדישן פּאָליטישן געדאַנק: ציוניזם, וואָס פּריידיקט אויפֿצושטעלן אַ נאַציאָנאַלע היים אין פּאַלעסטינע, און טעריטאָריאַליזם, וואָס דערלאָזט אַ נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיע אויסער פּאַלעסטינע. צווישן די ייִדישע פּאָליטישע פּאַרטייען האָט דער געדאַנק פֿון אַ באַזונדערער נאַציאָנאַלער קולטור־אויטאָנאָמיע צוגעצויגן די בונדיסטן. באַהאַנדלענדיק מיט זייערע חבֿרים, באָלשעוויקעס, די פֿראַגע, ווי בעסער אײַנצואָרדענען די ייִדן אין רוסלאַנד, האָבן זיי געשטיצט די טעריטאָריאַליסטן. דערבײַ האָט לענין און זײַן מחנה צבֿועקיש צוגעזאָגט די פֿעלקער־מינאָריטעטן אַ געלעגנהייט "אַליין צו באַשטימען זייער גורל". דאָס צבֿיעות האָט זיך אַרויסגעוויזן שפּעטער, ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן די טאָטאַלע "סאָוועטיזאַציע" פֿון דער קולטור. לענין אַליין האָט אין אַ שמועס געזאָגט: "קונסט איז פֿאַר מיר, ווי אַ מין אינטעלעקטועלע בלינדע קישקע; און ווען איר פּראָפּאַגאַנדע־ראָלע וועט זײַן אָפּגעשפּילט, וועלן מיר — טשיק! טשיק! — די קישקע אויסשנײַדן. מער וועלן מיר עס נישט באַדאַרפֿן!" ס׳איז אַן אַלטע טראַדיציע צו עסן קרעפּלעך סוכּות — בפֿרט אינעם זיבעטן טאָג, הושענא־רבה. אויב איר עסט נישט קיין פֿלייש, קענט איר די קרעפּלעך אָנפֿילן מיט געקאָכטע קאַשע אָדער קאַרטאָפֿל־פּירע. ווי עס זאָל נישט זײַן, פֿאַרגעסט נישט צוצוגעבן געפּרעגלטע ציבעלע!
3/4־1 טעפּלעך מעל 2 אייער 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 3 לעפֿל בוימל 1 טעפּל צעמאָלן רינדערן פֿלייש 1 קליינע ציבעלע, צעריבן 1 זופּטאָפּ מיט געזאַלצן וואַסער אָדער הינדל־יויך |