אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר דערמאָנט די טרויעריקע דאַטעס פֿון ייִדישן אומקום אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מיט 70 יאָר צוריק, אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשישער אינוואַזיע 1941, האָבן זיך אָנגעהויבן מאַסן־הריגות. צווישן די גרעסטע און הײַנט באַקאַנטסטע, קאָן מען אָנרופֿן די טראַגעדיע אין "באַבי־יאַר".
וואָס שייך דער באַציִונג צו דעם הייליקן אָרט מצד דער מאַכט, וואָלט מען געקאָנט די 70 יאָר צעטיילן אויף צוויי תּקופֿות: די סאָוועטישע 50 יאָר, ביז 1991 און די אוקראַיִנישע — די לעצטע 20 יאָר. קיין גרויסע ענדערונגען אין דעם זין איז נישט צו באַמערקן, צוליב איין אַלגעמיינער טענדענץ: עס ווערט פֿאַרשוויגן די ייִדישע מערהייט, ווײַל אין באַבי־יאַר זײַנען "אומגעקומען נישט נאָר ייִדן"...
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דעם 3טן אָקטאָבער פֿאָרגעקומען אין קיִעוו די טרויער־אַקאַדעמיע, געווידמעט דער דאַטע, אין וועלכער עס האָט זיך באַטייליקט אַ בכּבֿודיקע דעלעגאַציע פֿון ישׂראל, בראָש מיטן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן. פֿון דער אוקראַיִנישער זײַט האָט דאָס לאַנד פֿאָרגעשטעלט דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש.
בלומען־קרענץ. רעדעס. אַ רעקוויעם־קאָנצערט אין דער נאַציאָנאַלער אָפּערע; דערנאָך — טרעפֿונגען, פֿאַרהאַנדלונגען אויף פֿאַרשידענע, לעבנס־וויכטיקע טעמעס — פּענסיע פֿאַר די איצטיקע ישׂראל־בירגער און געוועזענע בירגער פֿון אוקראַיִנע; בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן אין אינדוסטריע, עקאָנאָמיע, רעליגיע, מעדיצין וכּדומה. מיט איין וואָרט, ווי עס פֿירט זיך צווישן די רעגירונגען פֿון צוויי פֿרידלעכע לענדער.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צום באַבי־יאַר. אַז אין די ערשטע 50 סאָוועטישע יאָרן איז קיין שום צייכן דאָרט נישט געשטאַנען וועגן דעם ייִדישן אומקום, ווייסן מיר שוין. צי האָט זיך עפּעס געביטן אין דעם זין אין די לעצטע 20 יאָר, שוין אין דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע?
ווי עס שטרײַכט אונטער אין זײַן אַרטיקל "נאָכוואָרט צו דער טראַגעדיע: קאָנפֿליקט צווישן אָנדענק און אויסוואַל", דער שרײַבער אַלכּסנדר בוראַקאָווסקי, אַ געוועזענער תּושבֿ פֿון קיִעוו, וואָס פֿאַרנעמט זיך שוין מיט דער פֿראַגע לאַנגע יאָרן, האָט זיך פֿאַקטיש גאָרנישט ניט געענדערט. נאָך מער: "צו די שרעקלעכע סאָוועטישע מעשׂים איבער דעם אָרט, זײַנען צוגעקומען נײַע, נאָך מער צינישע. אַזוי האָט די קיִעווער שטאָט־מאַכט, אינעם צענטראַל־פּלאַץ פֿון די צעשיסונגען, אויפֿגעבויט אַ מעטראָ־סטאַנציע. ווען די בויער האָבן דאָרט געגראָבן, האָבן זיי אויפֿגעהויבן צוזאַמען מיט דער ערד דאָס געביין פֿון די קרבנות. די שכנותדיקע גאַסן האָט מען אָנגערופֿן לכּבֿוד די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, געטרײַע מיטהעלפֿער בײַם אויסמאָרדן די ייִדן. איבערן גאַנצן שטח פֿון באַבי־יאַר זײַנען צעשטעלט געוואָרן אָנדענק־צלמים..."
ס’איז גוט אויך צו וויסן, אַז קיין איינער פֿון די פֿיר פּרעזידענטן פֿון דער נײַער אוקראַיִנע האָט נישט אַרויסגעלאָזט קיין שום דאָקומענט, וואָס שייך צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם ייִדישן אומקום אין באַבי־יאַר. וואָס יאָ, דער דריטער פּרעזידענט, יושטשענקאָ, האָט אַוועקגעשטעלט דעם חורבן פֿון ייִדן אויף איין ברעט מיט דער הונגער־טראַגעדיע אין אוקראַיִנע, אין די 1930ער יאָרן; דערמיט האָט ער באַוווּסטזיניק אָפּגעטיילט פֿון דעם די ייִדישע באַפֿעלקערונג, גלײַך ווי די אוקראַיִנישע ייִדן אין יענער צײַט האָבן געלעקט האָניק.
בוראַקאָווסקי שרײַבט: "ערבֿ דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון דער טראַגעדיע אין באַבי־יאַר גייט שוין נישט קיין רייד וועגן פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די ייִדן, אַ ממשותדיקע טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין קיִעוו, וואָס דווקא זיי אומצוברענגען איז אויסגעקליבן געוואָרן באַבי־יאַר; מע רעדט שוין אַפֿילו נישט וועגן דעם אויפֿשטעלן אויף דעם שטח אַ דענקמאָל צו די חסידי־אומות־העולם די עטלעכע צענדליק מענטשן, וואָס האָבן געראַטעוועט עטלעכע הונדערט ייִדן פֿון דער שטאָט. עס גייט איצט די רייד פֿון שאַפֿן דאָ אַן אַל־אוקראַיִנישע אַלעע פֿון די חסידי־אומות־העולם, אָנווײַזנדיק די נעמען פֿון אַלע ניט־ייִדן, וועלכע האָבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געראַטעוועט די ייִדן אין אוקראַיִנע. דאָס מיינט, אַז די מאַכט אין אוקראַיִנע וועט פֿאַרוואַנדלען דעם באַגריף און סימבאָל פֿון ייִדישן אומקום אין אַ סימבאָל פֿון אוקראַיִנישער גבֿורה. אַנדערש געזאָגט: די מאַכט דאַרף באַזינגען די חסידי־אומות־העולם, און די אויסגעראָטענע ייִדן — וועט שוין שטיל באַוויינען דאָס ייִדישע פֿאָלק גופֿא.
צוריק גערעדט, וויפֿל זײַנען זיי, די הייליקע אוקראַיִנישע מענטשן געווען איבערן גאַנצן לאַנד? בסך־הכּל — 2,363 מענטשן. די צאָל ייִדן, אומגעבראַכט אין אוקראַיִנע באַטרעפֿט אַרום 1 מיליאָן 600 טויזנט נפֿשות.
זעט אויס, אַז די ישׂראל־דעלעגאַציע האָט דער גאַנצער סיכסוך אַרום באַבי־יאַר נישט אינטערעסירט. די דאָזיקע פּראָבלעם ווייטיקט, קודם־כּל, די ייִדן פֿון די תּפֿוצות. אַזוי אַז דער אָפּגרונט צווישן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אויסער ישׂראל און ישׂראל גופֿא, וועט מיט דער צײַט ווערן נאָך טיפֿער און ברייטער. וואָס זשע דאַרף מען זיך חידושן, אַז די דאַטע פֿון באַבי־יאַר איז אַפֿילו נישט דערמאָנט געוואָרן מיט קיין וואָרט אויף אַ זיצונג אין דער כּנסת!