וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ רופֿט צו ענדיקן די דעמאָנסטראַציעס און צוריקצוגיין צו דער אַרבעט, דעם 24סטן אָקטאָבער 1956, אין וואַרשע |
הײַיאָר, דעם 22סטן יוני, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער — דער גרעסטער און בלוטיקסטער — פֿאַזע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערבֿ דעם דאָזיקן יוביליי האָט מען אין רוסלאַנד דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג. דער ציל איז געווען אויסצוקלאָרן, ווי אַזוי די רוסן באַציִען זיך הײַנט-צו-טאָג צו אַנדערע נאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה. דער סך-הכּל איז געווען אַזאַ: מער פֿון אַלעמען האָבן די רוסן פֿײַנט ניט די דײַטשן, נאָר דווקא די פּאָליאַקן און, אַ ביסל ווייניקער, די אַמעריקאַנער. וואָס שייך די דײַטשן, פֿאַרנעמען זיי דאָס פֿערטע אָרט. צו זיי איז די באַציִונג אַן ערך אַזאַ ווי צו די ענגלענדער.
מיט וואָס זשע האָבן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט די פּאָליאַקן, מיט וועלכע מע האָט צום לעצטן מאָל געהאַט אַ מלחמה מיט נײַנציק יאָר צוריק, און בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מען אַפֿילו געווען שותּפֿים אין דעם קאַמף קעגן היטלערן? דער ענטפֿער איז אַ קאָמפּליצירטער, בפֿרט נאָך אַז צווישן די פּאָליאַקן האָט רוסלאַנד אויך אַ שלעכטן שם. רוסיש-פּוילישע באַציִונגען האָבן זייער אַ לאַנגע געשיכטע, אין וועלכער עפּיזאָדן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט שפּילן יאָ אַ ראָלע, אָבער עס דאָמינירן פֿון דעסטוועגן קאָנפֿליקטן, ביטערע און בלוטיקע בתוכם.
אַפֿילו אין דער תּקופֿה, ווען קאָמוניסטן האָבן אָנגעפֿירט מיט פּוילן, האָט קיין גרויסע ליבע ניט געברענט צווישן ביידע צדדים. פּוילן איז פֿאַרבליבן אַ שווערער קאָמפּאַניאָן, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט געפֿירט אַן אייגענע פּאָליטיק. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַ שטייגער, אַז אין פּוילן זײַנען ס׳רובֿ פּויערים פֿאַרבליבן אינדיווידועלע פֿאַרמערס, מע האָט זיי ניט "קאָלעקטיוויזירט" אין קאָלכאָזן, און אַז די קאַטוילישע רעליגיע האָט ניט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם פּוילישן לעבן.
אַ וויכטיקער עפּיזאָד אין דער סאָוועטיש-פּוילישער סאַגע האָט זיך אָפּגעשפּילט אין יאָר 1956 און איז באַקאַנט ווי דער "פּוילישער אָקטאָבער". דעמאָלט, מיט 55 יאָר צוריק, האָט זיך דער פּוילישער קאָמוניסטישער אָנפֿירונג אײַנגעגעבן אויסצופּועלן פֿאַר זיך אַ שטיקל אומאָפּהענגיקייט פֿון מאָסקווע. די צענטראַלע פֿיגור אין די געשעענישן פֿון יענער צײַט איז געווען וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, וועמענס נאָמען קלינגט זייער מיאוס אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע — סוף 1960ער יאָרן האָט ער אָרקעסטרירט אַן אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע, וואָס האָט אַרויסגעשטופּט פֿון לאַנד כּמעט אַלע פֿאַרבליבענע ייִדן. אָבער אין די 1950ער יאָרן האָט גאָמולקאַ זיך געשניטן אויף אַ ליבעראַל, בפֿרט נאָך, אַז אין דער פֿינצטערניש פֿון די לעצטע יאָרן פֿון סטאַליניזם האָט מען אים, אַ וועטעראַן פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, פֿאַרשפּאַרט אויף עטלעכע יאָר אין תּפֿיסה. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט ער אויסגעזען ווי אַן עכטער אַנטי-סטאַליניסט.
די געשעענישן פֿון דעם "פּוילישן אָקטאָבער" האָבן זיך, אין דער אמתן, אָנגעהויבן מיט עטלעכע חדשים פֿריִער, נאָך ניקיטאַ כרושטשיאָווס אַנטי-סטאַליניסטישער רעדע בשעת דעם 20סטן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, אין פֿעברואַר 1956. דאָס האָט צוגעגעבן קוראַזש די כּוחות אין פּוילן, וועלכע האָבן ניט געוואָלט, אַז זייער לאַנד זאָל זײַן סתּם אַ מאַריאָנעט פֿון מאָסקווע. די פּוילישע אַרמיי און די געהיימע פּאָליציי איז דאָך דעמאָלט געווען פֿול מיט סאָוועטישע "עצה-געבערס", און אַפֿילו דער פֿאַרטיידיקונג-מיניסטער איז געווען אַ סאָוועטישער מאַרשאַל — קאָנסטאַנטין ראָקאָסאָווסקי, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע און געשטאַמט פֿון פּוילישע אַריסטאָקראַטן, אָבער כּמעט דאָס גאַנצע לעבן האָט ער געוווינט אין רוסלאַנד און גאַנץ שוואַך גערעדט פּויליש.
אַן אָנהענגער פֿון דערקוועטשן אַלע מאַניפֿעסטאַציעס פֿון אומצופֿרידנקייט מיט דער עקאָנאָמישער און פּאָליטישער לאַגע, האָט ראָקאָסאָווסקי געשיקט מיליטער קעגן פּראָטעסטירנדיקע אַרבעטער. ער איז אויך געווען ניט צופֿרידן מיט דער פּערספּעקטיוו פֿון האָבן גאָמולקאַ פֿאַרן פֿירער פֿון די פּוילישע קאָמוניסטן. אין אָקטאָבער 1956, ערבֿ דער פּלענאַרער זיצונג פֿון דעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער פּוילישער פֿאַראייניקטער אַרבעטער-פּאַרטיי (אַזוי האָבן זיך גערופֿן די קאָמוניסטן), האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער אָנגעהויבן זיך אַרויסרוקן נעענטער צו די וויכטיקע פּונקטן אין פּוילן, און אַ גרויסע דעלעגאַציע, בראָש מיט כרושטשיאָוון, איז געקומען און אָנגעהויבן סטראַשען די פּוילישע פֿירער, פֿאָדערנדיק פֿון זיי גאַראַנטיעס פֿון זייער פֿולער לאָיאַליטעט.
דער שמועס איז געווען אַ שווערער און ניט קיין באַזונדערס "דיפּלאָמאַטישער". ווען וויאַטשעסלאַוו מאָלאָטאָוו, וועמענס שפּור אין דער געשיכטע איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין דעם "מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט", האָט געפּרוּווט זיך אַרײַנמישן אין דעם געשפּרעך, האָט אים גאָמולקאַ געזאָגט, אַז קיינער האָט נאָך ניט פֿאַרגעסן מאָלאָטאָווס ווערטער, אין אָקטאָבער 1939, וועגן פּוילן ווי "אַ מיאוס קינד פֿון דעם ווערסאַלער אָפּמאַך". די פּוילישע פֿירער האָבן געפֿאָדערט פֿון דעם סאָוועטישן צד, אַז זיי זאָלן אומקערן דאָס מיליטער צוריק אין די קאַזאַרמעס. אָבער מע האָט אויך פֿאַרזיכערט די סאָוועטישע מנהיגים, אַז פּוילן וועט בלײַבן געטרײַ דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. אויף דעם האָט מען זיך סוף-כּל-סוף צונויפֿגערעדט.
אַ סך איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם "פּוילישן אָקטאָבער", ווען פּוילן איז פֿון אַ סאָוועטישער מאַריאָנעט געוואָרן אַ סאָוועטישער וואַסאַל, אָדער — לויט אַן אַנדער פֿאַרגלײַך — פֿון אַ קאָלאָניע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ דאָמיניאָן. אַזוי צי אַזוי, האָט מען אין מאָסקווע פֿון דעסטוועגן אָנגעהויבן זיך דעמאָלט רעכענען מיט דער מיינונג פֿון וואַרשע.