רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ס׳איז אַן אַלטע טראַדיציע צו עסן קרעפּלעך סוכּות — בפֿרט אינעם זיבעטן טאָג, הושענא־רבה. אויב איר עסט נישט קיין פֿלייש, קענט איר די קרעפּלעך אָנפֿילן מיט געקאָכטע קאַשע אָדער קאַרטאָפֿל־פּירע. ווי עס זאָל נישט זײַן, פֿאַרגעסט נישט צוצוגעבן געפּרעגלטע ציבעלע!

3/4־1 טעפּלעך מעל

2 אייער

1/2 לעפֿעלע זאַלץ

3 לעפֿל בוימל

1 טעפּל צעמאָלן רינדערן פֿלייש

1 קליינע ציבעלע, צעריבן

1 זופּטאָפּ מיט געזאַלצן וואַסער אָדער הינדל־יויך


מישט צונויף דאָס מעל, די אייער, זאַלץ און בוימל אין אַ גרויסער שיסל, ביז ס'ווערט דערפֿון אַ טייג. דעקט צו דאָס טייג מיט אַ פֿײַכטן האַנטעך 1 שעה לאַנג.

וואַלגערט דאָס טייג אויס אויף אַ מעל־באַדעקטן ברעט, ביז עס ווערט דין. ניצנדיק אַ קיכל־שנײַדער אָדער גלאָז, שנײַדט אויס קײַלעכדיקע פֿאָרמען פֿון 3 אינטשעס (7.6 צענטימעטער).

מישט צונויף דאָס צעמאָלענע פֿלייש און ציבעלע אין אַ קליינער שיסל. לייגט 1 לעפֿל פֿונעם פֿלייש־געמיש אין יעדן קײַלעכל, און קוועטשט צונויף די זײַטן, ביז זיי קלעפּן זיך פֿעסט צו.

זידט אויף דעם טאָפּ וואַסער אָדער יויך. ווען עס הייבט אָן זידן, גיט אַרײַן די געפֿילטע טייג־קײַלעכלעך און לאָזט זיי קאָכן 20 מינוט, אָדער ביז די קרעפּלעך שווימען צום אייבערפֿלאַך.