- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פּראָבלעם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז אָנגעגאַנגען במשך דעם גאַנצן יאָרצענדליק פֿונעם נאָך־אָקטאָבער־פּעריאָד. דאָס איז געווען די שליסל־פֿראַגע אין די צווישן־באַציִונגען פֿון דער ייִדישער מינאָריטעט און דער סאָוועטישער מלוכה. דער שליסל צו דער פּראָבלעם ליגט אין דער טענדענץ פֿונעם ייִדישן פּאָליטישן געדאַנק: ציוניזם, וואָס פּריידיקט אויפֿצושטעלן אַ נאַציאָנאַלע היים אין פּאַלעסטינע, און טעריטאָריאַליזם, וואָס דערלאָזט אַ נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיע אויסער פּאַלעסטינע. צווישן די ייִדישע פּאָליטישע פּאַרטייען האָט דער געדאַנק פֿון אַ באַזונדערער נאַציאָנאַלער קולטור־אויטאָנאָמיע צוגעצויגן די בונדיסטן. באַהאַנדלענדיק מיט זייערע חבֿרים, באָלשעוויקעס, די פֿראַגע, ווי בעסער אײַנצואָרדענען די ייִדן אין רוסלאַנד, האָבן זיי געשטיצט די טעריטאָריאַליסטן. דערבײַ האָט לענין און זײַן מחנה צבֿועקיש צוגעזאָגט די פֿעלקער־מינאָריטעטן אַ געלעגנהייט "אַליין צו באַשטימען זייער גורל". דאָס צבֿיעות האָט זיך אַרויסגעוויזן שפּעטער, ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן די טאָטאַלע "סאָוועטיזאַציע" פֿון דער קולטור. לענין אַליין האָט אין אַ שמועס געזאָגט: "קונסט איז פֿאַר מיר, ווי אַ מין אינטעלעקטועלע בלינדע קישקע; און ווען איר פּראָפּאַגאַנדע־ראָלע וועט זײַן אָפּגעשפּילט, וועלן מיר — טשיק! טשיק! — די קישקע אויסשנײַדן. מער וועלן מיר עס נישט באַדאַרפֿן!" יעקבֿ באַסין איז אַ באַקאַנטער ייִדישער היסטאָריקער און פּובליציסט. לויט דעם פֿאַך אַ דאָקטאָר, האָט ער אַ סך יאָרן זיך אָפּגעגעבן מיט מעדיצינישער פּראַקטיק. זינט 1998 איז ער אַקטיוו אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער טעטיקייט אין ווײַסרוסלאַנד; פֿירט אָן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער רעכט־קאָרפּאָראַציע Union of Councils for Jews in Former Soviet Union (פֿאַראייניקטער קאָמיטעט צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). פּובליקירט זײַנע אַרטיקלען און עסייען אין פֿאַרשידענע אויסגאַבעס איבער דער וועלט. זינט יולי 2010 וווינט ער אין ישׂראל. די מאָדערנע ליטעראַטור שרײַבט אָפֿט וועגן דער ראָלע פֿון ייִדן אינעם צוגרייטן די אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿון 1917, אין רוסלאַנד, און זייער באַטייליקונג אינעם ווײַטערדיקן מלוכישן, פּאַרטיייִשן, מיליטערישן און קולטורעלן אויפֿבוי פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס בילד, וואָס ווערט אָבער געשילדערט, איז נישט בלויז נישט קיין פֿולס — צוליב פֿאַרשידענע סיבות, אײַנגעשלאָסן דעם באַגרענעצטן צוטריט צו די אַרכיוו־מאַטעריאַלן — נאָר אויך ווײַט פֿון אויפֿנעמען עס גאַנצערהייט. דעריבער איז ביז הײַנט, נאָך 80 יאָר, נישטאָ קיין ערנסטע אָפּשאַצערישע קאָנצעפּציע פֿון יענע ווײַטע געשעענישן. |