יעקבֿ באַסין איז אַ באַקאַנטער ייִדישער היסטאָריקער און פּובליציסט. לויט דעם פֿאַך אַ דאָקטאָר, האָט ער אַ סך יאָרן זיך אָפּגעגעבן מיט מעדיצינישער פּראַקטיק. זינט 1998 איז ער אַקטיוו אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער טעטיקייט אין ווײַסרוסלאַנד; פֿירט אָן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער רעכט־קאָרפּאָראַציע Union of Councils for Jews in Former Soviet Union (פֿאַראייניקטער קאָמיטעט צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). פּובליקירט זײַנע אַרטיקלען און עסייען אין פֿאַרשידענע אויסגאַבעס איבער דער וועלט. זינט יולי 2010 וווינט ער אין ישׂראל.
די מאָדערנע ליטעראַטור שרײַבט אָפֿט וועגן דער ראָלע פֿון ייִדן אינעם צוגרייטן די אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿון 1917, אין רוסלאַנד, און זייער באַטייליקונג אינעם ווײַטערדיקן מלוכישן, פּאַרטיייִשן, מיליטערישן און קולטורעלן אויפֿבוי פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס בילד, וואָס ווערט אָבער געשילדערט, איז נישט בלויז נישט קיין פֿולס — צוליב פֿאַרשידענע סיבות, אײַנגעשלאָסן דעם באַגרענעצטן צוטריט צו די אַרכיוו־מאַטעריאַלן — נאָר אויך ווײַט פֿון אויפֿנעמען עס גאַנצערהייט. דעריבער איז ביז הײַנט, נאָך 80 יאָר, נישטאָ קיין ערנסטע אָפּשאַצערישע קאָנצעפּציע פֿון יענע ווײַטע געשעענישן.
1. צוויי גרינטלעכע פֿראַגעס
ס’האָט זיך שוין אַזוי אײַנגעוואָרצלט אין דער ליטעראַטור פֿון 20סטן און אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט, אַז דאָס ייִדישע לעבן אינעם ערשטן יאָרצענדליק נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, ווערט געשילדערט מיט עלעגישע טענער; דערבײַ שטעלט מען דעם טראָפּ אויף אַ מין נאַציאָנאַלן אויפֿבלי פֿון דער קולטור, אַנטוויקלונג פֿון בילדונג און וויסנשאַפֿט. אַזאַ אָפּשאַצונג איז בלויז אַן אויבערפֿלעכלעכער אויפֿנעם פֿון דער ווירקלעכקייט. דער אמת ליגט טיפֿער און איז פֿול מיט סתּירות און טראַגיזם.
דער פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ייִדישן לעבנס־שטייגער און די צעשטערונג פֿון די יסודותדיקע זײַלן פֿון דער נאַציאָנאַלער מענטאַליטעט — ייִדישקייט און ציוניזם, אומקום פֿון שטעטל און קולטור, ווי אויך די ערשטע טריט פֿון דער יונגער מלוכה אויפֿן וועג פֿון אַ טאָטאַלער אַסימילאַציע בגוואַלד — דאָס אַלץ האָט אין דער אמתן געשאַפֿן די טראַגעדיע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
איצט קומען מיר צו די צוויי גרינטלעכע פֿראַגעס. ערשטנס: וואָס האָט באַטײַט פֿאַר די ייִדן דער זיג פֿון די באָלשעוויקעס?
און צווייטנס: ווי יושרדיק איז די טענה, אַז די אָקטאָבער־איבערקערעניש איז אַ ייִדישע פֿאַרשווערונג, און די סאָוועטישע מאַכט אין די יאָרן 1920—1930 איז געלעגן אין די ייִדישע הענט?
ס’האָט געדאַרפֿט נעמען אַ היפּשע צײַט, איידער עס זײַנען אָפּגעשאַצט געוואָרן יענע גרויליקע יאָרן. געטאָן האָט עס, פּינקטלעכער פֿון אַנדערע, דער ענגלישער היסטאָריקער פּאָל דזשאָנסאָן: "פֿאַר די ייִדן האָט לענינס פּוטש אַ קער געטאָן די צײַט אויף צוריק, און לסוף, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער קאָמוניסטישער רעזשים האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ גרויסן אומגליק".
|
אַ גאָרגיך פֿאַר אָרעמע־לײַט אין פּינסק, 1930ער יאָרן |
|
וואָס שייך דעם ענטפֿער אויף דער צווייטער פֿראַגע, מוזן מיר, קודם־כּל, באַטראַכטן געוויסע סטאַטיסטישע פּרטים.
ווי שטאַרק און פֿאַרשפּרייט עס זאָל נישט זײַן דער מיטאָס, אַז באָלשעוויזם, ווי אַ פּאָליטישע באַוועגונג, איז געווען זייער פּאָפּולער צווישן די רוסישע ייִדן, איז עס נישט מער ווי אַ מיטאָס. אויפֿן סמך פֿון די דאָקומענטן פֿונעם יאָר 1922, זײַנען צום יאָר 1917 געווען בלויז 985 ייִדן־מיטגלידער פֿון דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי (4.2% פֿון דער אַלגעמיינער צאָל מיטגלידער); נאָך 1175 ייִדן זײַנען אָנגענומען געוואָרן אין דער פּאַרטיי במשך פֿונעם יאָר.
צום פֿאַרגלײַכן, זײַנען אין "בונד" געווען צום יאָר 1917 35 טויזנט מיטגלידער; און אין די ציוניסטישע פּאַרטייען — אַרום 300 טויזנט מיטגלידער. נאָר אָט די ציפֿערן מאַכן צו נישט דעם בילבול וועגן אַ "ייִדישער פֿאַרשווערונג" קעגן דעם רוסישן פֿאָלק.
נאָך איין דאָקומענט: די "דערקלערונג וועגן דער באַציִונג פֿון דעם רוסישן ייִדנטום צו די ׳רויטע׳ און ׳ווײַסע׳", געמאַכט אינעם פּאַריזער זשורנאַל "ייִדישע טריבונע", 1919. "ס’איז גאָר נישט ריכטיק די טענה, אַז דאָס רוסישע ייִדנטום אין רוסלאַנד באַציט זיך, כּלומרשט, פּאָזיטיוו צום באָלשעוויזם... גענוג אָנצוּווײַזן, אַז קיין איין [ייִדישע] סאָציאַליסטישע פּאַרטיי איז נישט צוגעשטאַנען צום באָלשעוויזם. אַלע פֿירן זיי מיט אים אַ קאַמף".
2. די ייִדישע "אוזורפּאַציע פֿון דער מאַכט"
איצט לאָמיר באַטראַכטן אַ ביסל פּרטימדיקער די טענדענץ צו באַשולדיקן די ייִדן אין דעם "פֿאַרכאַפּן די מאַכט" שוין נאָך דער אָקטאָבער־איבערקערעניש. קודם־כּל, מוז מען מאַכן אייניקע קאָמענטאַרן, וועלכע וועלן דערקלערן פֿון וואַנען עס וואַקסן די פֿיס פֿאַר אַזעלכע "טעאָריעס".
|
ייִדישע קאָלאָניסטן אין ווײַסרוסלאַנד, סוף 1920ער יאָרן |
|
די ייִדן, אַ דאַנק זייער הויכער דערציִונג־מדרגה, האָבן טאַקע דערגרייכט צו הויכע פּאָזיציעס אינעם בויען די יונגע סאָוועטישע מלוכישקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זייער באַטייליקונג אין דער פֿאָלקס־ווירטשאַפֿט איז געווען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע. אַזוי ווי איך שטאַם אַליין פֿון מינסק, און דאָרט האָט בפֿירוש געלעבט אַ גרעסערער טייל פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג נאָך דער רעוואָלוציע, וועל איך עס באַווײַזן אויפֿן בײַשפּיל פֿון סאָוועטישן ווײַסרוסלאַנר.
אין 1927 האָט די צאָל הויך־ראַנגיקע ייִדישע מיטאַרבעטער פֿון דער רעפּובליק זיך געוואַקלט צווישן 10.1% אין דער ערד־ווירטשאַפֿט ביז 49.3% אין דער אַלגעמיינער ווירטשאַפֿט־פֿאַרוואַלטונג. פּינקטלעכער זײַנען 24.8% ייִדן געווען באַשעפֿטיקט אין די אַדמיניסטראַטיווע סטרוקטורן; 28,1% — אין קאָאָפּעראַטיוון און 42.1 — אין דער געריכט־סיסטעם. צווישן די הויכגעשטעלטע אָנפֿירער אין פֿאַרשידענע "נאַרקאָמאַטן" (מיניסטעריומס) פֿון ווײַסרוסלאַנד איז יעדער פֿערטער (26.4%) געווען אַ ייִד; אין דעם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון קאָמיוג (קאָמוניסטישע יוגנט) — יעדער פֿינפֿטער (20.9%).
אויב צו פֿאַרגלײַכן די צאָל ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרנומען הויכע אַמטן אין דער מלוכה, מיט זייער חלק אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג אין ווײַסרוסלאַנד (8.2%), קאָן זיך שאַפֿן אַ בילד, וווּ די ייִדן פֿאַרנעמען טאַקע זייער אַ הויכן פּראָצענט שטעלעס אין דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער סאָוועטישער רעפּובליק. עס איז אָבער ווײַט נישט אַזוי. די זאַך איז, אַז אויף די הויכע אַמטן פֿלעגט מען אַרויסרוקן פֿאַקטיש נאָר די שטאָט־אײַנוווינער, וועלכע האָבן געהאַט נישט בלויז אַ העכערע בילדונג, נאָר געווען אויך מער סאָציאַל מאָטיווירט, איידער די באַפֿעלקערונג אין די דערפֿער. דערפֿאַר דאַרף מען די צאָל "אַרויסגערוקטע ייִדישע קאַדרען" פֿאַרגלײַכן ניט מיט דער אַלגעמיינער צאָל אײַנוווינער אין ווײַסרוסלאַנד, נאָר מיט דער צאָל שטאָטישע אײַנוווינער. דעמאָלט שאַפֿט זיך שוין גאָר אַן אַנדער בילד.
די פּראָפּאָרץ צווישן דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג אין ווײַסרוסלאַנד אין די 1920ער יאָרן איז געווען אַזאַ: ווײַסרוסן — 40%, ייִדן — 40% און רוסן — 15%. ווי אַ רעזולטאַט, איז גרינג צו מאַכן אַ חשבון, אַז די צאָל ייִדן אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט שטײַגט איבער דעם פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין שטאָט בלויז אין באַזונדערע פֿאַלן. ס’איז וויכטיק אויך אונטערצושטרײַכן, אַז לויט דער פּאַרטיי־ציילונג, געמאַכט אין 1927, זײַנען צווישן די 40.2% שטאָטישע ייִדן נאָר 26.6% געווען קאָמוניסטן, און 18.6% — קאַנדידאַטן אַרײַנצוטרעטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
דאָס בילד פֿון אַרויסשטויסן די ייִדן פֿון די פֿירנדיקע מאַכט־פּאָזיציעס זעט מען בולט פֿון דער צאָל דעלעגאַטן, געשיקט צו די קאָמוניסטישע צוזאַמענפֿאָרן. דהײַנו: אינעם 8טן צוזאַמענפֿאָר (1919) האָבן זיך באַטייליקט 16% ייִדן; אינעם 10טן (1921) — 14%; אינעם 13טן (1924) — 11%; אינעם 15טן (1927) — 7.4%.
קיין "ייִדישע מאַכט" אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אין פּרינציפּ נישט געקאָנט עקזיסטירן. שוין אין דעצעמבער 1922, אויף אַ זיצונג פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמיסיע בײַ דעם "קאָמאינטערן" (קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל) האָט זינאָוויעוו דערקלערט: "ווען אין אוקראַיִנע האָט אונדזער מאַכט זיך פֿעסט געשטעלט אויף די פֿיס, האָט לענין געזאָגט, אַז ׳אין אוקראַיִנע האָבן מיר צו פֿיל ייִדן. צו דער פֿירערשאַפֿט דאַרפֿן זײַן צוגעצויגן עכטע אוקראַיִנישע אַרבעטער און פּויערים׳".
מיט פֿיר יאָר שפּעטער, אין 1926, ווען אויף אַ זיצונג פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט איז באַהאַנדלט געוואָרן די פֿראַגע וועגן אַנטיסעמיטיזם און דעם קאַמף קעגן אים, האָט איינער פֿון די פֿירער פֿון דער ייִדן־סעקציע, אַבֿרהם מערעזשין, געזאָגט: "נאָכן 12טן צוזאַמענפֿאָר פֿירן מיר אַן אינטענסיווע אַרבעט פֿון נישט צוצולאָזן די ייִדן צו פֿאַרנעמען הויכע אַמטן. די אַרבעט ווערט געפֿירט איבערן גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — פֿון אויבן ביז אַראָפּ!"
אַפֿילו נאָר פֿון די געבראַכטע עטלעכע פֿאַקטן קאָן מען שוין זען, ווי גרויס עס איז געווען די סכּנה פֿון "פֿאַרכאַפּן די מאַכט" מצד די ייִדן.
3. סאָוועטישע מאַכט און די "ייִדישע פֿראַגע"
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין רוסלאַנד איז געווען צווישן די גרעסטע מינאָריטעטן־גרופּעס, ס’רובֿ געבילדעט און גוט אָרגאַניזירט. די לעצטע צוויי מעלות האָבן באַזונדערס באַפֿרידיקט די באָלשיוויקעס, וואָס האָבן אַרײַנגעצויגן די "ייִדישע קאַדרען" אינעם אויפֿבויען דאָס נײַע לאַנד. די רעזולטאַטן האָבן זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן: דווקא די ייִדן האָבן אין די ערשטע חדשים נאָך דער אָקטאָבער־איבערקערעניש פֿאַרביטן די צאַרישע טשינאָווניקעס, וועלכע האָבן בויקאָטירט די נײַע מאַכט.
אויפֿן בײַשפּיל פֿון ייִדן האָבן די באָלשעוויקעס געקאָנט אַרויסווײַזן ווי די סאָוועטישע מאַכט קעמפֿט קעגן דעם סאָציאַלן אומיושר; אַזוי איז אַ פֿאָלק, וואָס מ’האָט עס שטענדיק גערודפֿט און אונטערגעדריקט, געוואָרן פֿרײַ און לייזט אַליין זײַן גורל — אויף אַלע פֿעלדער — פֿון בילדונג, קולטור, מלוכישער ווירטשאַפֿט. חוץ דעם, האָט דער קאַמף קעגן פּאָגראָמען, דערמעגלעכט צו ליקווידירן באַנדיטיזם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון בירגער־קריג און "רויטן טעראָר".
עס בלײַבט אָבער שטעקן די וויכטיקסטע פֿראַגע: צי האָט די סאָוועטישע מאַכט געלייזט די אָנגעווייטיקסטע פֿראַגע — די "ייִדישע פֿראַגע"?
דער ענטפֿער קומט באַלד — "לא מיט אַן אַלף"! נאָך מער — בײַ אַלע אירע דערגרייכונגען און דערפֿאָלגן, האָט די סאָוועטישע מאַכט "דערהויבן" זי ביז דער מדרגה פֿון ראַסיזם. דער דורותדיקער רעליגיעזער אַנטיסעמיטיזם איז פֿאַרביטן געוואָרן אויף אַ ראַסן־אַנטיסעמיטיזם באַוווּסטזיניק, מיט אַלע פּיטשעווקעס, ווי עס פּאַסט פֿאַר דער מאַכט און דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע.
די סאָוועטישע מאַכט, וואָס האָט אין תּוך מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אויסשליסלעך־אַכזריותדיקן דיקטאַטאָרישן רעזשים, האָט זיך אין דער זעלבער צײַט אַרויסגעשטעלט ווי אַ פֿאַרטיידיקערין פֿון די "אונטערגעדריקטע קלאַסן" און אַ קעמפֿערין פֿאַר סאָציאַלן יושר. אויפֿגעשטאַנען ווי אַ סיסטעם, וועלכע פֿאַראורטיילט אַנטיסעמיטיזם און באַשטעטיקט די אייגנאַרטיקייט פֿון ייִדישן פֿאָלק, האָט די סאָוועטישע מאַכט זיך מיט דער צײַט טראַנספֿאָרמירט אין אַ סיסטעם, וועלכע האָט כּמעט טאָטאַל פֿאַרניכטעט די ייִדישע נאַציאָנאַלע קולטור אויפֿן גאַנצן שטח פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. הײַנט זעט עס אויס ווי אַ פּאַראַדאָקסאַלע דערשײַנונג אין דער מאָדערנער געשיכטע.
די געשיכטע פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד באַשטעטיקט קלאָר, אַז די קאָמוניסטן האָבן געפֿונען נאָר איין באַשלוס צו לייזן די נאַציאָנאַלע פֿראַגע — טאָטאַלע אַסימילאַציע פֿון יעדער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט; צעשמעלצן זי אין דער גרעסערער מאַסע פֿון דער אַלטגעזעסענער באַפֿעלקערונג, און קודם־כּל — רוסישער. די ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע זײַנען געווען צווישן די איינציקע פֿעלקער (חוץ ציגײַנער), וואָס האָבן נישט געהאַט קיין אייגענע מלוכישע טעריטאָריע; דערפֿאַר האָבן די ייִדן, לויט דער קאָמוניסטישער קאָנצעפּציע, צווישן די ערשטע געמוזט בלײַבן אָן אַ נאַציאָנאַלער אידענטיטעט. לענין האָט אין זײַן ווערק "וועגן נאַציאָנאַליטעט און נאַציאָנאַל־קאָלאָניאַלער פֿראַגע" געשריבן: "אויסצוטיילן נאַציאָנאַליטעט אין די ראַמען פֿון איין מלוכה איז שלעכט... מיר, מאַרקסיסטן, שטרעבן זיי צו דערנענטערן און צונויפֿגיסן... קעגן אַסימילאַציע קאָנען שרײַען נאָר די ייִדישע רעאַקציאָנערע עלעמענטן, וועלכע באַמיִען זיך אויסצודרייען די ראָד פֿון געשיכטע אויף צוריק".
אָבער די אַסימילאַציע פֿון ייִדן נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז נישט אָנגעגאַנגען מיט אַזעלכע גיכע טריט, ווי עס האָבן געוואָלט די פּאַרטיייִשע פֿונקציאָנערן. צו שטאַרק איז געווען דער טראַדיציאָנעלער לעבנס־שטייגער און די ראָלע פֿון רעליגיע; צו גרויס איז געווען די דערפֿאַרונג פֿון פֿאַרהיטן די נאַציאָנאַלע אידענטיטעט, אָנגעזאַמלט אין גאַנג פֿון דער גלות־געשיכטע.
די פּראָבלעם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז אָנגעגאַנגען במשך דעם גאַנצן יאָרצענדליק פֿונעם נאָך־אָקטאָבער־פּעריאָד. דאָס איז געווען די שליסל־פֿראַגע אין די צווישן־באַציִונגען פֿון דער ייִדישער מינאָריטעט און דער סאָוועטישער מלוכה. מער גענוי וועגן דער דאָזיקער פּראָבלעם וועלן מיר רעדן אין אונדזער קומענדיקן אַרטיקל.
(סוך קומט)