געשיכטע
"העכער די פֿאָן פֿון מאַרקס, ענגעלס, לענין און סטאַלין"
"העכער די פֿאָן פֿון מאַרקס, ענגעלס, לענין און סטאַלין"

די פּראָבלעם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז אָנגעגאַנגען במשך דעם גאַנצן יאָרצענדליק פֿונעם נאָך־אָקטאָבער־פּעריאָד. דאָס איז געווען די שליסל־פֿראַגע אין די צווישן־באַציִונגען פֿון דער ייִדישער מינאָריטעט און דער סאָוועטישער מלוכה. דער שליסל צו דער פּראָבלעם ליגט אין דער טענדענץ פֿונעם ייִדישן פּאָליטישן געדאַנק: ציוניזם, וואָס פּריידיקט אויפֿצושטעלן אַ נאַציאָנאַלע היים אין פּאַלעסטינע, און טעריטאָריאַליזם, וואָס דערלאָזט אַ נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיע אויסער פּאַלעסטינע. צווישן די ייִדישע פּאָליטישע פּאַרטייען האָט דער געדאַנק פֿון אַ באַזונדערער נאַציאָנאַלער קולטור־אויטאָנאָמיע צוגעצויגן די בונדיסטן.

באַהאַנדלענדיק מיט זייערע חבֿרים, באָלשעוויקעס, די פֿראַגע, ווי בעסער אײַנצואָרדענען די ייִדן אין רוסלאַנד, האָבן זיי געשטיצט די טעריטאָריאַליסטן. דערבײַ האָט לענין און זײַן מחנה צבֿועקיש צוגעזאָגט די פֿעלקער־מינאָריטעטן אַ געלעגנהייט "אַליין צו באַשטימען זייער גורל". דאָס צבֿיעות האָט זיך אַרויסגעוויזן שפּעטער, ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן די טאָטאַלע "סאָוועטיזאַציע" פֿון דער קולטור. לענין אַליין האָט אין אַ שמועס געזאָגט: "קונסט איז פֿאַר מיר, ווי אַ מין אינטעלעקטועלע בלינדע קישקע; און ווען איר פּראָפּאַגאַנדע־ראָלע וועט זײַן אָפּגעשפּילט, וועלן מיר — טשיק! טשיק! — די קישקע אויסשנײַדן. מער וועלן מיר עס נישט באַדאַרפֿן!"


4. מאַרקס — לענין — סטאַלין

אינעם יסוד פֿון אַ סך טראַגעדיעס פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועלכע זײַנען געשען צוליב סטאַלינס דעספּאָטיזם, ליגן לענינס אידעען, אַרויסגעזאָגט נאָך לאַנג פֿאַר דעם, ווי ס’זײַנען אויפֿגעקומען רעאַלע געלעגנהייטן זיי דורכצופֿירן. איך מיין דאָ דעם אַזוי גערופֿענעם גרויסמאַכטישן שאָוויניזם. לענין אַליין, ווי ס’האָט אים כאַראַקטעריזירט איינער אַ פֿילאָסאָף, איז געווען "אַ גרעסערער גרויסמאַכט־שאָוויניסט, ווי אַלע רוסישע קיסרים צוזאַמען, און אַ גרעסערער אימפּעריאַליסט, ווי דער גרעסטער אימפּעראַטאָר אין דער געשיכטע".

צוזאַמען מיטן גאַנצן פֿאָלק פֿון דער ריזיקער סאָוועטישער אימפּעריע האָבן אויך די ייִדן געליטן פֿונעם שרעקלעכן באָלשעוויסטישן רעזשים. אָבער אויף זייער חלק זײַנען נאָך אויסגעפֿאַלן די דערנידערונגען פֿון אַ נאַציאָנאַלן כאַראַקטער. די טאַלאַנטלאָזיקייט פֿון סטאַלינען, וועגן וועלכער עס שרײַבט אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין, האָט בולט זיך אַנטפּלעקט אין זײַן דאָגמאַטישקייט. דער גרויסער אומגליק פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט בפֿירוש געשטעקט אין דעם, וואָס סטאַלין, באַהערשנדיק די מאַכט, האָט פֿאַנאַטיש נאָכגעפֿאָלגט די אַלע אידעען פֿון זײַנע פֿאָרגייער, נישט האָבנדיק אין זינען די ווירקלעכקייט פֿונעם מאָמענט אין דער וועלט בכלל און אין רוסלאַנד בפֿרט; און אויף דעם האָט ער געבויט זײַן פּאָליטיק.

איז לאָמיר טאַקע אַ קוק טאָן אויף די זאַכן, וועלכע די ייִדן האָבן איבערגעלעבט אין די 1920ער יאָרן, אָפּשטויסנדיק זיך פֿון דער דאָגמאַטישער לערע פֿון מאַרקס און לענין. דווקא קאַרל מאַרקס, און נאָך אים וולאַדימיר לענין, האָבן פֿאַקטיש געבענטשט די אַסימילאַציע פֿון ייִדישן פֿאָלק בגוואַלד. "די עמאַנציפּאַציע פֿון ייִדן איז אין תּוך גערעדט נישט אַנדערש ווי אַן עמאַנציפּאַציע פֿון דער מענטשהייט אָן ייִדן... די געזעלשאַפֿטלעכע עמאַנציפּאַציע פֿון אַ ייִד איז דאָס זעלבע וואָס עמאַנציפּירן די געזעלשאַפֿט פֿון ייִדן בכלל".

נישט בעסער זײַנען די ווערטער פֿון לענינען, אָנגעשריבן נאָך אין יאָר 1903: "די אידעען פֿון ייִדישער נאַציאָנאַליטעט קומען אין סתּירות מיט די אינטערעסן פֿונעם ייִדישן פּראָלעטאַריאַט".

די איינציקע אידעאָלאָגיע, חוץ דער מאַרקסיסטישער, האָבן די באָלשעוויקעס נישט אָנערקענט און אומברחמנותדיק אויסגעוואָרצלט יעדן אַנדערע. דער קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם פֿלעגט זיך פֿירן פּונקט אַזוי קאָמפּראָמיסלאָז, ווי דער קאַמף קעגן די אָנהענגער פֿון קוטלטור־אויטאָנאָמיע, נישט וויכטיק, צי זיי זאָלן זײַן ציוניסטן, צי טעריטאָריאַליסטן.

חפֿצים פֿון די צעשטערטע שילן, צונויפֿגענומען אין אַ ספּעציעלן אַנטי־רעליגיעזן מוזיי, מאָסקווע 1920ער יאָרן
חפֿצים פֿון די צעשטערטע שילן, צונויפֿגענומען אין אַ ספּעציעלן אַנטי־רעליגיעזן מוזיי, מאָסקווע 1920ער יאָרן

דאָס ליקווידירן דעם "בונד", אָדער די ציוניסטישע און אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע באַוועגונגען איז גרינטלעך באַרעכטיקט געווען מיט דער באַשטעטיקונג פֿון לענינען, אַז "אַלע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען זײַנען רעאַקציאָנער, ווײַל די מענטשלעכע געשיכטע איז אַ געשיכטע פֿון קלאַסן־קאַמף; וואָס שייך נאַציעס — איז עס אַן אויסטראַכטעניש פֿון דער בורזשואַזיע".

דאָס ליקווידירן די ייִדישע קולטור, אָנגעהויבן אין די 1930ער יאָרן און פֿאַרענדיקט אין די סוף 1940ער, שטימט מיט לענינס טעזיס, אַז "אַ קאַמף קעגן יעדן מין נאַציאָנאַלן יאָך — יאָ! אַ קאַמף פֿאַר יעדער נאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג, פֿאַר ׳נאַציאָנאַלער קולטור׳ בכלל — אַוודאי, ניין!"


5. רעליגיע — סם פֿאַר די מאַסן

פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין אָקטאָבער 1917, האָבן די באָלשעוויקעס אָנגעהויבן רעאַליזירן זייער אוטאָפּישע אידעע — אויפֿצושטעלן אַ קלאַסנלאָזע געזעלשאַפֿט מיט אַ טאָטאַליטאַרער אידעאָלאָגיע. צו יענער צײַט האָט דעם אידעאָלאָגישן "שטח" פֿאַרנומען רעליגיע, און כּדי אַרײַנצודרינגען אַ נײַע אידעאָלאָגיע, האָט מען געמוזט אָפּרייניקן דאָס אָרט פֿון דער אַלטער אידעאָלאָגיע. אָפּרייניקן האָט מען געמוזט נישט נאָר די רעליגיעזע אידעאָלאָגיע, אָבער אויך די אַרמיי פֿון רעליגיעזע באַדינער. צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם האָבן די באָלשעוויקעס זיך אונטערגענומען פּונקט אַזוי הייס־קאָמפּראָמיסלאָז און אַכזריותדיק, ווי זיי האָבן עס געטאָן מיט אַנדערע פּראָבלעמען.

דער קאַמף קעגן דער ייִדישער קולטורעלער אויטאָנאָמיע האָט אין זיך אויך אײַנגעשלאָסן די סינאַגאָגע. איין קלייניקייט — די ייִדישע אמונה איז פֿאַקטיש געווען די איינציקע רעליגיע, בײַ וועלכער עס האָבן זיך געהאַלטן נאָר ייִדן. דערפֿון האָבן די באָלשעוויקעס געמאַכט זייער אויספֿיר: ייִדישקייט פּראָקלאַמירט נאָר די "נאַציאָנאַלע פּריאָריטעטן", נישט די "קלאַסן־פּריאָריטעטן"; טראָגט די ייִדישע אמונה אַ קאָנטער־רעוואָלוציאָנערן כאַראַקטער. צוריק גערעדט, איז די באָלשעוויקעס אויסגעקומען צו "רייניקן דעם שטח" פֿאָרזיכטיק, מע זאָל זיי, חלילה, נישט באַשולדיקן אין אַנטיסעמיטיזם, וואָס זיי אַליין האָבן קעגן אים דערקלערט אַ קאַמף. וואָס זשע מיינט איר, די גרעסטע קעמפֿער קעגן ייִדישקייט זײַנען געוואָרן די ייִדישע באָלשעוויקעס.

קודם־כּל, זײַנען געשלאָסן געוואָרן די חדרים און ישיבֿות. ס’איז געשאַפֿן געוואָרן אַ געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג, אַז "רעליגיע איז סם פֿאַרן פֿאָלק!" נאָכגעפֿאָלגט האָט מען די גלויביקע ייִדן. דאָס אָפּשאַפֿן שבת, ווי אַן אָפּרו־טאָג האָט געצוווּנגען די ייִדן צו אַרבעטן אין דעם טאָג און צו באַזוכן די לערן־אַנשטאַלטן. דאָס שליסן די שילן, ליקווידירן די פּריוואַטע בעקערײַען און רודפֿן די שוחטים, דאָס פֿאַרמאַכן די מיקוואָות האָבן נישט דערמעגלעכט די ייִדן ניט בלויז צו דאַוונען און אָנגיין מיט די נאַציאָנאַלע יום־טובֿים און שׂימחות, נאָר בכלל צו פֿאַרבלײַבן אַ ייִד. פֿאַר פֿרומע ייִדן איז עס געווען אַ מסוכּנער קלאַפּ און טראַגעדיע.

אָפּגעשאַפֿן איין מין דיסקרימינאַציע פֿון ייִדן, האָט די סאָוועטישע מאַכט אײַנגעפֿירט אַ סך אַנדערע, און ראשית־כּל, געטאָן אַלץ, כּדי צו פֿאַרניכטן די ייִדישע קהילה, ווי אַ יסוד וואָס פֿאַראייניקט מענטשן.

די סעקולאַריזאַציע פֿון ס’רובֿ ייִדן, האָט געבראַכט דערצו, וואָס די שטאָטישע אינטעליגענץ האָט פֿאַרלוירן אירע נאַציאָנאַלע וואָרצלען און אין די שאַפֿונגען זײַנען כּמעט פֿאַרשוווּנדן די נאַציאָנאַלע טעמעס, וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען געקניפּט און געבונדן מיט די רעליגיעזע מינהגים. ס’האָט זיך אָנגעהויבן דער אונטערגאַנג פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור, וואָס האָט צו די סוף 1940ער געבראַכט צו איר פֿולן אומברענג.

די געשיכטע פֿון ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַד פֿון די 1920ער יאָרן האָט קלאָר אָפּגעשפּיגלט די טענדענץ פֿון פֿאַרלירן ספּעציפֿישע נאַציאָנאַלע שטריכן, קודם־כּל, אין די לענדער, וווּ די ייִדן האָבן געקאָנט באַקומען אַלע בירגערלעכע רעכט.