געשיכטע
אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם ערשטן מײַ. טעאַטראַליזירטע פֿאָרשטעלונג "ברודערשאַפֿט", ניו־יאָרק, 1936
אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם ערשטן מײַ. טעאַטראַליזירטע פֿאָרשטעלונג "ברודערשאַפֿט", ניו־יאָרק, 1936
Forward Association

מיט אַ צײַט צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט שרײַבן אַ קאַפּיטל פֿאַר אַ בוך, און עס וועט אויך, אפֿשר, אַרויסגיין ווי אַ באַזונדערער זשורנאַל-אַרטיקל. די רייד גייט וועגן דעם ווי אַזוי דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט 75 יאָר צוריק, אין 1936, אויפֿגענומען די נײַע סאָוועטישע קאָנסטיטוציע, וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי "סטאַלינס קאָנסטיטוציע". מיר שײַנט, אַז קיין איין אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג האָט ניט אויסגעטיילט דער דאָזיקער טעמע אַזוי פֿיל אָרט, ווי דער "פֿאָרווערטס". דעם 25סטן יוני 1936 האָט די צײַטונג פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿולן טעקסט פֿון דעם פּראָיעקט פֿון דער קאָנסטיטוציע, און מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 17טן יוני, האָט די צײַטונג פֿאַרבעטן אירע לייענער צו שרײַבן וועגן זייער באַציִונג צו דער סאָוועטישער קאָנסטיטוציאָנעלער רעפֿאָרם. ס’איז צוגעזאָגט געוואָרן, אַז די בריוו וועט מען ניט צענזורירן. דער איינציקער תּנאַי, וואָס איז געשטעלט געוואָרן, האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ טעכנישער פֿראַגע — אַז מע זאָל זיך ניט שטאַרק צעשרײַבן, דאָס הייסט, אַז די בריוו זאָלן זײַן ניט לענגער פֿון 1,200 ווערטער.

אַן ערך ביז מיט-סעפּטעמבער 1936 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַכט צענדליק בריוו. בלויז דרײַ פֿון זיי האָבן אַרײַנגעשיקט פֿרויען. לויט אַלע סימנים נאָך, זײַנען דאָס געווען "אמתע" בריוו, און ניט קיין פּראָדוקטן פֿון זשורנאַליסטישער שאַפֿערישקייט, וואָס האָט זיך תּמיד געפֿילט אין דעם "בינטל בריוו". כאַראַקטעריש, אַז בעת די האַרצרײַסנדיקע געשיכטעס פֿון דעם "בינטל בריוו" פֿלעגט מען אונטערשרײַבן מיט נעמען פֿון דער הפֿטורה, האָבן די אָפּרופֿן אויף דער קאָנסטיטוציע געהאַט, בדרך-כּלל, פּינקטלעכע נעמען, אַדרעסן און צו מאָל אַפֿילו פּרטים פֿון דער אַפֿיליאַציע אין "אַרבעטער-רינג".

איך באַשעפֿטיק זיך ניט מיט סאָציאָלאָגיע, דאָס איז ניט מײַן "אַמפּלואַ". אָבער די בריוו שטעלן מיט זיך פֿאָר, בלי-ספֿק, אַ סחורה פֿאַר מענטשן, וואָס ווילן פֿאַרשטיין דעם סאָציאָלאָגישן פּרצוף פֿון "פֿאָרווערטס"-לייענער צי, נאָך ברייטער — דעם ייִדישן אימיגראַנטישן עולם. די אונטערשריפֿטן ווײַזן זייער אַ ברייטע געאָגראַפֿיע, פֿון קאַליפֿאָרניע ביז מאַסאַטשוסעטס. זיי אַנטפּלעקן אויך אַ ברייטע גאַמע פֿון השקפֿות, אַרײַנגערעכנט ריין-קאָמוניסטישע. יאָ, די בריוו ווײַזן, אַז גאָר ניט אַלע קאָמוניסטן האָבן זיך געמיאוסט צו נעמען אין די הענט דעם אויסגעשפּראָכן אַנטי-קאָמוניסטישן "פֿאָרווערטס". אַ פּאָר לייענער האָבן אָפֿן אָנגעוויזן, אַז זיי האָבן פֿײַנט די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון אַב. קאַהאַן און זײַן צײַטונג, אָבער זיי קענען זיך ניט אָפּזאָגן פֿון דעם פֿאַרגעניגן, וואָס זיי באַקומען בײַם לייענען ניט-אידעאָלאָגישע מאַטעריאַלן, אָנגעשריבן דורך הויך-פּראָפּעסיאָנעלע מחברים פֿון "פֿאָרווערטס".

אָבער די קאָמוניסטן זײַנען געווען ניט די איינציקע לייענער, וועלכע האָבן אונטערגעהאַלטן די נײַע סאָוועטישע קאָנסטיטוציע. בסך-הכּל, האָט יעדער צווייטער בריוו געשטיצט דעם רעזשים, וועלכער האָט איבערגעלאָזט אַן אָרט נאָר פֿאַר איין פּאַרטיי, דער קאָמוניסטישער. אויב די בריוו האָבן מער אָדער ווייניקער רעפּרעזענטאַטיוו אָפּגעשפּיגלט דעם מצבֿ אין דער סבֿיבֿה פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער אימיגראַציע, האָט בערך אַ העלפֿט פֿון איר ניט געהאַלטן פֿון דעמאָקראַטיע. נאָך מער: אַ סך מענטשן האָבן פּשוט געציטערט פֿאַר דעמאָקראַטיע, האַלטנדיק, אַז אָן אַ האַרטער האַנט (פֿון סטאַלינען) וואָלט רוסלאַנד אויפֿגעהערט צו זײַן אַ "סאָציאַליסטיש לאַנד".

מיט אַנדערע ווערטער — דער עולם האָט זיך צעטיילט אויף צוויי גרופּעס: דער הויפּטשטראָם פֿון "פֿאָרווערטס" האָט געטענהט, אַז סאָציאַליזם האָט אַ ווערט נאָר אויב ער דערקוועטשט ניט דעמאָקראַטיע, לאָזט איבער אַ מעגלעכקייט פֿאַר פּאָליטישער קאָנקורענץ. אָבער אַ היפּש ביסל לייענער האָבן ניט געמאַכט קיין וועזן פֿון דעמאָקראַטיע, בפֿרט נאָך דעם ווי זי, די דעמאָקראַטיע, האָט אין דײַטשלאַנד געהאַט געבראַכט צו דער מאַכט היטלערס נאַציסטישע כּנופֿיא.

איך ווייס ניט, צי די רעדאַקטאָרן פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן זיך געחידושט, ווען זיי האָבן באַקומען אַזוי פֿיל פּראָ-סאָוועטישע, אַנטי-דעמאָקראַטישע בריוו. מיר דאַכט זיך, אַז זיי זײַנען געווען גרייט צו אַזאַ קער, ווײַל זיי האָבן געהאַט אויך אַנדערע מעגלעכקייטן צו פֿילן דעם דפֿק בײַ זייער לייענערשאַפֿט. בכלל, וווּ שטייט עס געשריבן, אַז אַ מענטש, וואָס איז אידעאָלאָגיש אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַן אויטאָריטאַרער מלוכה, מוז גלײַך ווערן אַ הייסטער אָנהענגער פֿון דעמאָקראַטיע, ווען ער, צי זי, פֿאַרלאָזט די "אַלטע היים" און באַזעצט זיך אין אַזאַ מדינה ווי, אַ שטייגער, די פֿאַראייניקטע שטאַטן?

אַזעלכע טראַנספֿאָרמאַציעס קומען ניט פֿאָר איבערנאַכט. יעדנפֿאַלס כאַפּן זיי ניט אַרום דעם גאַנצן אימיגראַנטישן עולם. מיר זעען עס, למשל, הײַנט-צו-טאָג, אין דער סבֿיבֿה פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער אימיגראַציע, וווּ אַ סך מענטשן הערן ניט אויף צו לויבן, אָפֿט שטילערהייט, אַן "אײַזערנע האַנט" און באַציִען זיך זייער סקעפּטיש צו דעמאָקראַטישע אינסטיטוטן. די אַנומלטיקע קאָנגרעס-וואַלן אין ניו-יאָרק (דער "פֿאָרווערטס" האָט וועגן זיי געשריבן) האָבן עס נאָך אַ מאָל זייער בולט באַוויזן.

אַ סבֿרא, אַז אַזאַ אידעאָלאָגישער גילגול — פֿון אויטאָקראַטישע צו דעמאָקראַטישע השקפֿות — איז ניט געווען געזעצמעסיק אויך אין די ערשטע יאָרצענדליק פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט, כאָטש אין יענע יאָרן זײַנען די באַדינגונגען פֿאַר "איבערשמידן" די "גרינע" ייִדן געווען אַ סך גינציקערע. דעמאָלט האָבן זיי דאָך געקענט זיך אַרײַנגיסן אין כּלערליי סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס, אַזעלכע ווי די יוניאָנען און דער "אַרבעטער-רינג", וועלכע שפּילן הײַנט זייער אַ מאַרגינאַלע ראָלע אויף דער פֿריש-אימיגראַנטישער ייִדישער גאַס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס צווישן די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וועלכע האָבן געחלומט וועגן דעמאָקראַטיע נאָך אין דער "אַלטער היים", בעת די הײַנטיקע אימיגראַנטן זײַנען אידעאָלאָגיש זייער מטושטש.

אויף די בריוו וועגן דער קאָנסטיטוציע האָב איך זיך אָנגעשטויסן כּמעט צופֿעליק און זיך אַ סך געלערנט בײַם לייענען זיי, ווי אויך די שײַכותדיקע אַרטיקלען פֿון די רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן. איך האָב אויך אין זיי דערהערט אַן עכאָ פֿון הײַנטיקע געשעענישן.