די דעמאָנסטראַנטן נעמען מאָנטיק פֿונאַנדער זייערע געצעלטן אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ |
Credit: Getty Images |
דער אָנגעזאָגטער דראָענדיקער סעפּטעמבער מיט זײַנע שוואַרצע נבֿואות האָט זיך הײַנטיקע וואָך — צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור — פֿאַרענדיקט און... "עס איז גאָרנישט געשען", כאָטש פֿאָרגעקומען איז אין דעם חודש זייער אַ סך.
דער זיכערהייטלעכער "צונאַמי", וועלכן דער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט "צוגעזאָגט" אויף די ימים־נוראָים, איז אַדורך בשלום, כאָטש דער שלום האָט זיך ווידער דערווײַטערט אויף אַ היפּשן מהלך. די פּאָליציי אין ישׂראל האָט מאָביליזירט איר גאַנצן פּאָטענציאַל (אַרום צוואַנציק טויזנט פּאָליציסטן) צו זײַן גרייט אויף יעדער עווענטואַליטעט, און אויף יעדן מעגלעכן פּרוּוו פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַלעסטינער צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן אַרײַנטריט אין דעם נײַעם יאָר תּשע"ב. די ייִדן, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, האָבן פֿרידלעך און אָן דאגות געפּראַוועט דעם יום־טובֿ — ווער אין די שילן, ווער אויף די סעודות אין זייערע היימען, און ווער אין די פול־געפּאַקטע האָטעלן אויף דער נאַטור, פּיקניקס אין די גערטנער און וועלדלעך; און אַרום 200 טויזנט — אין פּענסיאָנאַטן, אויף די אויספֿלוגן אין אויסלאַנד.
אויב עס האָט ווער פֿאַרשטערט די רו און די אידיליע פֿון די "פֿאָרכטיקע טעג", זײַנען דאָס געווען גראָד די ייִדישע גאָטפֿאָרכטיקע פֿאַנאַטיקער, וואָס האָבן פּרובירט אָנצינדן אַ נאַציאָנאַלע שׂרפֿה, פֿאַרברענענדיק אַ מעטשעט אין דעם בעדויִנישן דאָרף זאַגאַריִאַ, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט צפֿת אין גליל. די מוסולמענישע הייליקע שריפֿטן און דער קאַרפּעט אויפֿן דיל זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט, די ווענט אינעווייניק פֿאַרטשאַדעט און פֿון דרויסן באַשמירט מיט ראַסיסטישע לאָזונגען, מיט דער חתימה "תַּג מחיר", וואָס מיינט דער פּרײַז־עטיקעט פֿון דער נקמה. די כוליגאַנען האָבן עס באַשטימט פֿאַר יעדן פֿײַנטלעכן אַקט, נישט בלויז מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, נאָר אויך מצד די מאַכט־אָרגאַנען פֿון דער מדינה. צו די לעצטע פֿײַנטלעכע אַקטן אין דער לענגסטער תּקופֿה פֿון פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו געהערן דער מאָרד פֿון דער משפּחה פֿאָגעל דעם 11טן מערץ 2011 אין דעם ייִשובֿ איתמר נעבן שכם, און דאָס אָפּרוימען, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם העכסטן געריכט, דרײַ אויפֿגעבויטע הײַזער אין דעם אומגעזעצלעכן פֿאָרפּאָסטן מגרון.
דאָס אונטערצינדן דעם מעטשעט הײַנטיקע וואָך אין טובא־זאַגאַריִאַ איז געווען דער פֿינפֿטער נקמה־אַקט פֿון די "יונגעלײַט פֿון די בערגלעך", ווי זיי רופֿן זיך, אין די ראַמען פֿון דעם "תַּג מחיר" קעגן די מוסולמענישע תּפֿילה־הײַזער אין דער לעצטער צײַט. ער איז אָבער דער ערשטער פֿון דעם סאָרט אין די גרענעצן פֿון דער "גרינער ליניע", און דערפֿאַר איז די רעאַקציע אין דעם פֿאַל געווען אַ באַלדיקע און אויפֿן העכסטן ראַנג, מיטן באַזוך פֿון דעם מדינה־פּרעזידענט און פֿון די הויפּט־רבנים אויפֿן אָרט און מיט דער פֿאַרפֿליכטונג פֿון דער פּאָליציי אָפּצוגעפֿינען און באַשטראָפֿן די געוויסנלאָזע כוליגאַנען. דאָס איז נישט געשען מיט די אונטערצינדער פֿון די אַנדערע פֿיר מעטשעטן, וואָס זײַנען געווען אויף די אָקופּירטע "שטחים". דאָרט איז די פּאָליציי אוממעכטיק קעגן די ייִדישע פֿאַרברעכער, און אַזוי אויך דער אַלמעכטיקער און דער אַלצווייסנדיקער שב״כ, דער "אַלגעמיינער (אָבער געהיימער) זיכערהייט־דינסט", וועלכער געפֿינט אָפּ יעדן פּאַלעסטינישן פֿאַרברעכער קעגן ייִדן, אָבער כּמעט קיין איין ייִדישן פֿאַרברעכער קעגן פּאַלעסטינער; אויך נישט די פֿאַנאַטישע רבנים און די ראָשי־הישיבֿות, וואָס העצן אָפֿן און דערציִען די תּלמידים זייערע, אַז אַראַבישע קינדער מעג מען הרגענען, און אַז אַראַבישע סטודענטן (אין צפֿת, למשל), טאָר מען נישט פֿאַרדינגען קיין וווינונג, אאַ״וו... זיי אַלע בלײַבן נישט בלויז טאָלערירט, נאָר באַקומען שׂכר פֿון דער שטאָט און פֿון דער רעגירונג.
דאָס אַלץ געהערט שוין נישט צו דעם אָנגעזאָגטן "שוואַרצן סעפּטעמבער", וועלכער איז אַריבער, ווי געזאָגט, מיט נאָך אַ פֿאַרפּאַסטן שלום און מיט "אָפּגעלייגטע חובֿות" פֿון פּאָליטישן כאַראַקטער. מיט די אויבן דערמאָנטע פּאַסירונגען האָט זיך אָבער אָנגעהויבן דער חודש אָקטאָבער, וועלכער האָט, אויסער דעם שוין געזאָגטן, געבראַכט דעם האַלבן נצחון פֿון דער אַזוי גערופֿענער "קאָטעדזש־רעוואָלוציע", מיטן פֿאַנאַנדערנעמען די געצעלטן פֿון סאָלידאַריטעט און פּראָטעסט, וואָס מדינת־ישׂראל האָט נאָך אַזוינס ביז איצט נישט איבערגעלעבט אין אירע 63 יאָר.
מיטן פֿאַנאַנדערנעמען און אײַנפּאַקן די געצעלטן אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר און אין די פֿילצאָליקע אַנדערע פּראָטעסט־קאָנצענטראַציעס אין לאַנד, האָט זיך די פֿרידלעכע רעוואָלוציע נאָך נישט פֿאַרענדיקט. אַ טייל פֿון די הונדערטער געצעלטן האָבן זיך אויפֿגעלייזט פֿרײַוויליק, און די יונגע אָנפֿירונג פֿון דעם "ישׂראלדיקן פֿרילינג אויף דער שוועל פֿון האַרבסט" איז אַריבער צו אַ ליידיקער פּריוואַטער געבײַדע, וואָס וואַרט אויף די ביוראָקראַטישע אַראַנזשירונגען פֿאַר דעם געפּלאַנטן אויף דעם אָרט לוקסוס־טורעם אויף דער זעלבער ראָטשילד־גאַס. אָבער אַ טייל פֿון די געצעלטן זײַנען געוואָרן פֿאַנאַנדערגענומען דורך דער פּאָליציי, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם געריכט, און זייערע באַוווינער זענען געבליבן ווידער היימלאָז, אַזוי ווי פֿריִער. די קאָטעדזש־רעוואָלוציע האָט נישט געלייזט זייער פּראָבלעם, און עס האָט זי אויך נישט געלייזט דער באַריכט פֿון דער "טראַכטנבערג־קאָמיסיע", וואָס די רעגירונג פֿון נתניהו האָט באַשטימט אונטערן דרוק פֿון דעם געצעלטן־פּראָטעסט. נתניהו האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אים צו רעאַליזירן, אָבער נאָך אַ גאַנצן טאָג פֿון זיגזאַגעווען האָט ער, טאַקע הײַנטיקע וואָך, נישט מצליח געווען צו דערגרייכן אַ מערהייט אין זײַן קאָאַליציע און איז געוואָרן דורך איר געצוווּנגען אָפּצולייגן די אָפּשטימונג אויף שפּעטער.
דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס (אין מיטן), באַגלייט פֿון די ישׂראלדיקע הויפּט־רבנים (לינקס) און אָרטיקע שייכן מאַכן אַן אינספּעקציע פֿונעם מעטשעט, וואָס איז אונטערגעצונדן געוואָרן מאָנטיק אינעם בעדויִנער דאָרף טובאַ זאַגאַריִאַ, אין גליל |
Credit: Getty Images |
אַזוי ווי אין זײַן פּאָליטישער דילעמע צווישן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער און בלײַבן בײַ דער מאַכט, האָט ער אויסגעוויילט די ברירה פֿון אויפֿהאַלטן די מאַכט, אויפֿן חשבון פֿון דער ערשטער ברירה. אויך דאָ שטייט ער איצט פֿאַר דער טרילעמע צווישן דעם סאָציאַלן צדק, זײַנע טאַטשעריסטיש־קאַפּיטאַליסטישע פּרינציפּן פֿון טאָטאַלער פּריוואַטיזאַציע, און דאָס אויפֿהאַלטן זײַן מאַכט. פֿאַר אָט דער סאַמע הייליקסטער ברירה איז ער אַלעמאָל גרייט מקריבֿ צו זײַן די אַנדערע ברירות, אָבער נאָר דורך צוזאָגן, מאַנעוורירנדיק אָן אויפֿהער צו געווינען און אויפֿצוהאַלטן דעם קרעדיט. ער גלייבט, אַז די צײַט אַרבעט פֿאַרן סטאַטוס־קוואָ און — פֿאַר אים.
דעם באַריכט פֿון פּראָפֿעסאָר מאַנועל טראַכטנבערג, איינער פֿון די וויכטיקסטע עקאָנאָמישע מומחים אין לאַנד, האָט ער אָנגענומען פֿון פֿאָרויס, נאָכגעבנדיק דעם פּראָפֿעסאָרס פֿאָדערונג, אַז נתניהו זאָל גרייט זײַן צו ענדערן זײַן פּרינציפּיעלן צוגאַנג צו די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען און גרייט זײַן צו צוימען די ברוטאַלע געזעצן פֿונעם פֿרײַען מאַרק. פּראָפֿעסאָר טראַכטנבערג, פֿון זײַן זײַט, איז אײַנגעגאַנגען אויף נתניהוס באַדינג, אַז זײַנע מסקנות זאָלן נישט "אויפֿרײַסן" דעם מלוכישן בודזשעט, וועלכן די כּנסת האָט באַשטעטיקט אויף צוויי יאָר.
נישט געקוקט אויף אָט דער באַגרענעצונג, האָט די קאָמיסיע מצליח געווען אויסצואַרבעטן אין משך פֿון איין חודש אַ פּראָיעקט פֿון אַ ברייטן אַספּעקט סאָציאַלע רעפֿאָרמען אין אַ פֿאַרנעם פֿון 60 מיליאַרד שקלים, וואָס אַ העלפֿט פֿון דעם זאָל אַרײַנקומען פֿון פֿאַרגרעסערן די שטײַערן בײַ די גרויסע גבֿירים און פֿאַרלײַכטערן די שטײַער־לאַסט בײַ דעם מיטלשטאַנד. די קאָמיסיע האָט אָבער אָפּגעלייגט די קאַרדינאַלע פּראָבלעמען פֿון די נידעריקע סאָציאָ־עקאָנאָמישע שיכטן און פֿון די פּעריפֿעריעס אויף אַ שפּעטערדיקן "זמן", און אויך צעלייגט די רעאַליזירונג אויף פֿינף יאָר, וואָס גיט נתניהון גענוג צײַט זיך צו פֿאַרלאָזן אויפֿן מזל. פּונקט אַזוי האָבן אַלע רעגירונגען פֿון ישׂראל געהאַנדלט פֿריִער לגבי די לעבן־געבליבענע נאָכן חורבן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי איז אין צווישן אויסגעשטאָרבן און די שטיצע האָט געירשנט די מדינה... אין די פֿינף יאָר וועלן שוין אונטערקומען נתניהון גענוג תּירוצים, כּדי די הבֿטחות זײַנע נישט מקיים צו זײַן.
אָבער די פּראָטעסטירנדיקע מאַסן זײַנען נישט גרייט זיך צו פֿאַרלאָזן אויף דער רעגירונג און צו געבן נתניהון אַזאַ קרעדיט, און זיי האָבן דעם באַריכט פֿון דער "טראַכטנבערג־קאָמיסיע" אָפּגעוואָרפֿן. אַזוי אַרום האָט זיך געשאַפֿן אַ געמיינזאַמער פֿראָנט צווישן די יונגע אָנפֿירער פֿון די פּראָטעסטירנדיקע פֿאָלקס־מאַסן אין דרויסן, און די אַלטע ראַפֿינירטע פֿירער פֿון די רעכטע פּאַרטייען אינעווייניק, אין דער רעגירונג, בײַ וועמען עס ליגט דער פּאָליטישער כּוח.
אָבער דעם כּוח פֿון די פֿאָלקס־מאַסן איז אויך נישט צו דערשאַצן. דעם זעלבן טאָג, ווען די דרײַ שותּפֿים אין נתניהוס קאָאַליציע (ש"ס, ישׂראל־ביתנו און אהוד ברקס "עצמאות"), דרײַ מיניסטאָרן פֿון נתניהוס אייגענער פּאַרטיי, אין "ליכּוד", און יעדער איינער, אויס זײַנע סעקטאָריאַלע און פּערזענלעכע מאָטיוון, האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו האָרכן דעם "באָס" פֿון דער קאָאַליציע, איז געשען דער גרויסער נס: דער גרעסטער קאָנצערן פֿון דער מילך־אינדוסטריע, די "תּנובֿה", האָט זיך אונטערגעגעבן דעם בויקאָט און דעם דרוק פֿון די קאָנסומענטן און פֿאַרביליגט מיט 15% די פּרײַזן פֿון דעם קאָטעדזש און פֿון אַלע מילך־פּראָדוקטן. נאָך מער: די הויפּט־דירעקטאָרין, וועלכע איז געווען אונטערגעוואָרפֿן דעם דיקטאַט פֿון די פּריוואַטע אייגנטימער פֿון דעם קאָנצערן, האָט דעמיסיאָנירט פֿון איר אַמט.
ס’איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען, אַז "תּנובֿה" איז געווען דער לעצטער קאָאָפּעראַטיווער קאָנצערן פֿון דער הסתּדרותּ, וועלכער איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער ווילדער פּריוואַטיזאַציע, וואָס עס האָט אײַנגעפֿירט די "ליכּוד"־רעגירונג. און דער דעוויז פֿון די פּריוואַטע באַלעבאַטים פֿון דעם קאָנצערן איז געווען: "פֿאַרדינען וואָס מער". נאָך דער קאַפּיטולאַציע פֿון "תּנובֿה", האָבן אויך די אַנדערע גרויסע פּריוואַטע קאָנצערנען, "שטראַוס" און "טאַראַ", פֿאַרקלענערט די פּרײַזן פֿון זייערע מילך־פּראָדוקטן מיט 12 און מער פּראָצענט.
צו פֿאַרשטיין דעם פֿאַרנעם פֿון דעם יקרות, איז וויכטיק אָנצוּווײַזן, אַז דער לוין־דורכשניט אין ישׂראל באַטרעפֿט בערך אַ העלפֿט פֿון דעם דורכשניטלעכן לוין אין אייראָפּע, אין דער צײַט ווען אין לאַנד זײַנען די פּראָדוקטן פֿון ערשטן געברויך טאָפּלט טײַערער, ווי אין די מערסטע אייראָפּעיִשע לענדער.
דאָס איז דער ערשטער (דער האַלבער) נצחון פֿון דער "מילך־רעוואָלוציע", וועלכע איז פֿון דעם "קאָטעדזש־רעוואָלט" און פֿון דעם געצעלטן־פּראָטעסט אויסגעוואַקסן צו אַ פֿאָלקס־מרידה אונטערן לאָזונג: "דאָס פֿאָלק פֿאַרלאַנגט סאָציאַלן צדק".
תּל־אָבֿיבֿ, אָקטאָבער 5, 2011