ליטעראַטור
דער טאָוול פֿונעם בוך "
ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער"
דער טאָוול פֿונעם בוך " ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער"

צו זײַן אַ פּראָגרעסיווער ייִד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און נישט האָבן קיין אייגענע מיינונג מכּוח דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, איז אוממעגלעך. מע ראַנגלט זיך כּסדר מיט ישׂראל און מיט ציוניזם. אויף די קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער גאַס רעדט מען שטענדיק וועגן דעם. צי דאַרף מען אומבאַדינגט שטיצן ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער פּאָליטיק, וואָס ס’ווערט געפֿירט דאָרטן? וואָס זאָל, למשל, טאָן אַ יונגער קריטיקער, ווען מע לייגט אים פֿאָר אַן אומזיסטע נסיעה אין דער ייִדישער מדינה אין די ראַמען פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט (אָדער "געבורטרעכט" אויף ענגליש)?

ס’רובֿ מענטשן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿרייט אויף דער מציאה און זיכער אויסגעניצט אַזאַ געלעגנהייט. שׂרה גלידען, אַ דרײַסיק־יעריקע אײַנוווינערין פֿון ברוקלין האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך געפֿרייט. אָבער זי האָט באַשלאָסן ניט בלויז פֿאָרן, נאָר אויך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ אויטאָביאָגראַפֿיש בוך וועגן דער איבערלעבונג. דאָס בוך, אונטער דעם טיטל "ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער" (How to understand ISRAEL in 60 days or less) געהערט צו דעם זשאַנער פֿון געמעל-ראָמאַן, וווּ דער גאַנצער סיפּור-המעשׂה ווערט באַגלייט מיט צייכענונגען. בעסער געזאָגט, דער טעקסט אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דעם באַגלייטער פֿאַר די צייכענונגען.

שׂרה גלידער דערציילט עס אַזוי: "מײַן צייכענונג-סטיל איז ניט רעאַליזם. די וואָס האָבן מיך אינספּירירט אויף דעם זענען, צום מערסטנס, די אייראָפּעיִשע (בפֿרט פֿראַנצויזישע) קאַריקאַטוריסטן; למשל, די טין-טין וויצבילדער פֿון דעם בעלגיער זשאָרזש רעמי (און מע באַמערקט גלײַך, אַז איר הויפּט-כאַראַקטער איז אַ מין ווײַבלעכע ווערסיע פֿון טין-טין — ע.מ.). אויב זיך נישט קאָנצענטרירן צו פֿיל אויף די גאָר קליינטשיקע פֿיזישע עלעמענטן, איז פֿאַרן לייענער זיך גרינגער צו אידענטיפֿיצירן מיט די כאַראַקטערן. איך האָב ניט געוואָלט, צום בײַשפּיל, אַז אַ מאַנצביל זאָל מיינען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ראָמאַן פֿאַר פֿרויען צוליב דעם וואָס דער הויפּט-כאַראַקטער איז אַ פֿרוי."

איר סטיל שטאַמט אויך ניט אויף אַזוי פֿיל פֿון די ייִדישע קאַריקאַטוריסטן, ווי האַרווי פּיקאַר, למשל, הגם דער ערשטער געמעל-ראָמאַן וואָס זי האָט אַמאָל געלייענט, איז געווען אַרט שפּיגלמאַנס "מאַוס".

"איך האָב זייערע ביכער געלייענט, אָבער ניט ווײַל זיי זענען געווען ייִדן. ניט ווייניקער וויכטיק איז געווען דזשאָ סאַקאָ, למשל (אַ באַרימטער אַמעריקאַנער קאַריקאַטוריסט, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אין 1996 מיט זײַן גראַפֿישן ראָמאַן "פּאַלעסטינע" — ע.מ.). איך דעפֿיניר זיך ניט קודם-כּל ווי אַ ייִדישע. איך בין אַן אַמעריקאַנער פֿרוי פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם; און עס ווענדט זיך אין דער סיטואַציע וואָסער אַספּעקט נעמט איבער די עיקרדיקע ראָלע."

די מחברטע שׂרה גילדען
די מחברטע שׂרה גילדען

זי האָט אָנגעהויבן צו שאַפֿן וויצבילדער בלויז זעקס חדשים פֿאַר דער נסיעה. בעת אַ טענה-ומענה מיט איר מאַמען וועגן דעם "מצבֿ" (דאָס הייסט, וועגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק), האָט די מאַמע איר פֿאָרגעלייגט צו באַזוכן ישׂראל, און שׂרה האָט באַשלאָסן נישט נאָר צו פֿאָרן, אָבער אָנצושרײַבן וועגן דעם. זי האָט געטראַכט: וואָס מער נאַרישע פּראָפּאַגאַנדע, אַלץ בעסער וועט זײַן פֿאַרן בוך. זי האָט נישט געטראַכט, אַז ס’וועט אַמאָל דערשײַנען; זי האָט פּשוט געצייכנט פֿאַר זיך אַליין און געשריבן אַ ביסל, אָבער ניט ממש אינטערוויויִרט מענטשן אָדער געפֿרעגט די וועגווײַזערס האַרבע און פּראָוואָקאַטיווע קשיות.

"עס האָט צוגעגעבן דעם ראָמאַן אַ מער לויטער געפֿיל", זאָגט זי, "אָן דעם זשורנאַליסטישן צוגאַנג. אָבער אין מײַן צווייטן בוך (וועגן דער איראַק-מלחמה) האָב איך אויסגענוצט דווקא אַזאַ מין צוגאַנג, און דאָס בוך זעט אויס גאָר אַנדערש."

במשך פֿון אירע אַוואַנטורעס אינעם לאַנד (באַזוכט תּל-אָבֿיבֿ, מצדה, ירושלים, אַ פּאָר קיבוצים און דעם נגבֿ) אַנטוויקלט זיך בײַ איר אַ מער ניואַנסירטער, און ווייניקער נעגאַטיווער, צוגאַנג צו ישׂראל בכלל און צום סיכסוך בפֿרט. "איך האָב אַפֿילו באַטראַכט די מעגלעכקייט פֿון עולה זײַן און דאָרט ווערן אַן אַקטיוויסטקע. אָבער מיינע שאַנסן צו באַווירקן אַנדערע זענען אַ סך גרעסער דאָ אין אַמעריקע. איך האָב וואָלונטירט אין דער אָבאַמאַ־קאַמפּאַניע און איך מיין, אַז ער איז אַ גוטער מענטש וואָס איז געכאַפּט געוואָרן דורך פּאָליטיק. זאָל ער כאָטש זיך שוין פֿירן ווי אַ פּרעזידענט און אײַנפֿירן מער שטײַערן פֿאַר די רײַכע מענטשן!"

"זינט דער דאָזיקער רײַזע מיט פֿיר יאָר צוריק, פֿאָלג איך נאָך כּסדר נאָך די נײַעס פֿון ישׂראל. איך לייען די ישׂראלדיקע צײַטונג 'האָרץ’ נישט ווייניקער, ווי די 'ניו-יאָרק טײַמס’. איך וויל מיט דעם שוין אויפֿהערן! עס פֿעלן ניט קיין צרות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און זיי ווערן נאָך שווערער. עס איז אפֿשר לײַכטער צו טראַכטן וועגן ישׂראלס פּראָבלעמען ווי וועגן אונדזערע, דאָ אין אַמעריקע. עס איז זייער שווער צו ענדערן זאַכן אין אַמעריקע. דאָס לאַנד איז אַזוי גרויס. איך בין מקנא געווען די מענטשן אין די געצעלט-פּראָטעסטן אין ישׂראל, ווײַל עס האָט אויסגעזען, אַז זיי זענען טאַקע מסוגל עפּעס צו טאָן. צו גוטס אָדער צו שלעכטס איז עס מעגלעך צו מאָביליזירן די ישׂראלדיקע ייִדן צו אַ צוועק. ס’וואָלט געווען שווערער זיך אויסצומאָלן דאָס אין אַמעריקע. איך שרײַב אַפֿילו עפּעס איצטער וועגן די פּראָטעסטן."

ענטפֿערנדיק אויף מײַן פֿראַגע, צי וואָלט זי וועלן געבן אַן עצה פֿאַר ישׂראל, האָט זי געזאָגט: "פֿון דאַנען אין ניו-יאָרק? ניין! אָבער זאָל אַלץ זײַן מיט מזל!"