|
דאַן היקס (לינקס) אין דער ראָלע פֿון האַרי טרומאַן, מיט ריק גראָסמאַן אין דער ראָלע פֿון עדי דזשייקאָבסאָן און לידיע גלאַדסטאָן אין דער ראָלע פֿון בלומאַ דזשייקאָבסאָן, אין דער פּיעסע "האַרי און עדי" |
Photo: Carol Rosegg |
איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג וואָס מען שטעלט איצט אין "סיינט לוקס"־טעאַטער. עס געפֿינט זיך אויף דער 46סטער גאַס, נומ׳ 308 אין מאַנהעטן. דאָרט שפּילט מען אַ פּיעסע וועגן דער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרעזידענט הערי ס. טרומאַן און זײַן נאָענטן חבֿר — עדי דזשייקאָבסאָן. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט לכּבֿוד דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל.
מענטשן וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿופֿציקער יאָרן האָבן געקענט אונדזער אַמאָליקן פּרעזידענט טרומאַן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אין די הויכע קלאַסן איז ער דווקא נישט געגאַנגען, געווען אַ פּראָסט און פּשוטער בשׂר־ודם, אַ פּשוטער מענטש אָן פֿאָראורטיילן. ער האָט זיך אויסגעטויגט אין באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו געוואָרן אַ פֿאַרמער אין זײַן געבורט־שטעטל קענזעס־סיטי, מיזורי. ער האָט פּרובירט פֿאַרשיידענע מלאָכות, ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין עדין, דזשייקאָבסאָנען, הייסט עס (ריק גראָסמאַן). עדי איז אַ ייִד, אַ פֿאָלקסמענטש, אַ פּראָסט און פּשוטער פֿאָלקסמענטש וואָס אַזעלכע עדיס קען מען נאָך הײַנט געפֿינען צווישן דעם עלטערן דור.
האָבן הערי (ריק היקס) און עדי געעפֿנט אַ קלייט — אַ כּל־בו פֿון אַלערליי זאַכן — צווישן זיי קליידונג, כּלים פֿאַר דער ווירטשאַפֿט און אַנדערע שמאָנצעס. ביידע אויסגעקומען גלענצנדיק. הערי איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַן אַנטיסעמיט, כאָטש ער איז געווען אַ מענטש פֿון דער נאַטור וואָס האָט ליב געהאַט צו שעלטן.
עדי ווידער, האָט געהאַט אַ ייִדישן קאָפּ אויף די פּלייצעס, געוווּסט ווי צו האַנדלען מיט די קונים, געווען נאָכגיביק און דער עיקר, ערלעך. הערי און עדי זײַנען גאָר שטאַרק אויסגעקומען צווישן זיך און גענומען פֿאַרדינען. זיי האָבן זיך אַפֿילו אַרויפֿגעאַרבעט. הערי האָט דערווײַל חתונה געהאַט מיט זײַן באַשערטער בעס, געהאַט אַ טאָכטער מאַרגאַרעט און עדי האָט גענומען בלומען (לידיאַ גלעדסטאָון) און געהאַט מיט איר צוויי טעכטער. שלום־בית האָט באַשײַנט ביידע משפּחות.
דערווײַל בושעוועט די מלחמה אין אייראָפּע, און ייִדן צאָלן אַ טײַערן פּרײַז פֿאַרן אייראָפּעיִשן ייִדנהאַס און בלוט־גײַציקייט. מ׳ברענט ייִדן, מ׳שעכט, מ׳קוילעט כּמעט אויס אַ גאַנץ פֿאָלק און די וועלט האָט אײַנגענומען די שטומעניש. רוזוועלט, דער פּרעזידענט צו יענער צײַט, קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די ייִדן, אַפֿילו נישט מיטן הײַפֿעלע וואָס איז צוגעקומען צו די אַמעריקאַנער ברעגעס אויף דער שיף "סיינט לויִס." דעמאָלט האָט רוזוועלט אַרויסגעוויזן זײַן אומוויליקייט אַרײַנצולאָזן די אַנטלאָפֿענע פֿון היטלעריסטישן גיהנום.
דער "סטייט דעפּאַרטאַמענט" אין וואַשינגטאָן, גאָלע שׂונאי־ישׂראל. די סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט, זײַנען אַלע געווען אָנגעגריפֿן מיטן זעלבן חלאַת — ייִדנהאַס. די אַמעריקאַנער ייִדן ציטערן און פֿלאַטערן זיך אײַנצושטעלן פֿאַר זייער אייגענעם פֿאָלק וואָס מען פֿירט צום שײַטער. איז פֿון וואַנען זאָל קומען די ישועה.
עדי האַלט אַ דרשה פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלטן עולם בני־בריתניקעס, שילדערט פֿאַר זיי די גרויזאַמע לאַגע אין אייראָפּע און בעט שטיצע. און כאָטש מיט געלט קען מען זיך נישט אויסקויפֿן פֿון דער ביטערער לאַגע, איז כאָטש אײַנשטעלן זיך פֿאַר זיי.
ער איז אַן אָפֿטער גאַסט בײַם פּרעזידענט טרומאַן, זײַן געטרײַען חבֿר און פֿאָדערט רחמים. יענער זיצט מיט געבונדענע הענט. וואָס טוט מען? ער שטעלט זיך אײַן און ווייסט נישט ווי צוצוקומען צו טרומאַנס געוויסן. דער פּרעזידענט אַכצט און קרעכצט, אָבער זאָגט גאָרנישט צו.
ביז עס קומט צו דער אָפּשטימונג אין דער "יו־ען." עדי פֿאַראַרבעט זײַנע מאָנונגען סײַ מיט גוטן און סײַ מיט בייזן. ער בעט, ער בושעוועט, ער שעלט דעם פּרעזידענט גלײַך אים אין פּנים אַרײַן, נעמלעך אַז אַמעריקע מוז שטימען פֿאַר אַ ייִדישער מדינה, נאָך אַזאַ חורבן, כאָטש אַן אָרט וווּ דעם קאָפּ אַוועקצולייגן, וווּ קומען צו זיך, וויפֿל איז דער שיעור צו לײַדן.
דער פּרעזידענט זאָגט גאָרנישט צו. ער ווייסט גאַנץ גוט מיט וועמען ער האַנדלט דאָ. זײַן קאַבינעט, זײַנע מיטמענטשן, קיינער וויל נישט הערן דערפֿון. פּאַלעסטינע איז אַ טייל פֿון דער ענגלישער אימפּעריע, און איר ווייסט דאָך ווי די ענגלענדער האָבן ליב די ייִדן. גיי רײַס זיך אײַן מיט די ענגלענדער. די אַראַבער שטורעמען, זיי ווילן דאָס נישט דערלאָזן. עדי לויפֿט אַרום ווי אַ פֿאַרסמטע מויז און ווייסט נישט וווּ זיך אַן אָרט צו געפֿינען.
דערווײַל דערנענטערט זיך מײַ, דער 24סטער, און דאָס יאָר איז 1948. די "יו־ען" שטימט און די וועלט הערט זיך צו צו דער בוכהאַלטעריע. וויפֿל שטימען פֿאַר און וויפֿל קעגן אונדז, און וווּ האַלט מען מיט אַמעריקע? טרומאַן געפֿינט זיך אין אַ געפֿערלעכער פֿאַרלעגנהייט. ער האָט טאַקע אַרויסגעוויזן זײַן גרויסן כּוח בײַם נעמען אויף זיך די אַחריות נאָך דעם ווי די יאַפּאַנער האָבן אויפֿגעריסן "פּוירל האַרבאָר." דער פּרעזידענט טרומאַן האָט דעמאָלט געמאַכט אַ באַשלוס, וואָס אַזוינס האָט נאָך קיינער פֿאַר אים נישט דערוועגט, אָפּצוּווישן היראָשימאַ און נאַגאַסאַקי, מיט הונדערטער טויזנטער יאַפּאַנישע קרבנות וועלכע זײַנען אומגעקומען פֿון די צוויי אַטאָם־באָמבעס.
ביז יאַפּאַן האָט קאַפּיטולירט, הערי טרומאַן האָט דערבײַ אַרויסגעוויזן אַז ער איז אַ שטאַטסמאַן מיט אַן אייגענעם ווילן און פֿאַרשטאַנד.
און איצט דאַרף ער זיך אונטערגאַרטלען און באַשליסן צו גיין קעגן דעם אַראַבישן בויקאָט נישט צו דערלאָזן צו אַ ייִדישלאַנד וואָס געפֿינט זיך לעבן זייער שוועל. אָבער טרומאַן האָט אַלעמען איבערראַשט, און געהייסן שטימען פֿאַר דער ייִדישער מדינה. עדי האָט געוויינט פֿאַר פֿרייד, ייִדן האָבן געטאַנצט אין די גאַסן, די פֿרייד איז געווען אין־לשער. די ייִדן האָבן סוף־כּל־סוף דערלעבט צו אַ ייִדישער מדינה.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן. דער פֿולער עולם אין זאַל האָט אַזש געוויינט סײַ פֿאַר פֿרייד און סײַ פֿאַר האַרצווייטיק, ווײַל הײַנט, מער ווי זעכציק יאָר נאָכן דאָראָבען זיך צו אַן אייגן לאַנד, זיצן מיר ווידער אַ מאָל אויף הייסע קוילן און ציטערן אַז דאָס מדינהלע אונדזערס זאָל, חלילה, באַהיטן און באַשירעמט ווערן.
די מדינות וואָס גייען די טעג שטימען פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה טראָגן זיך נאָך אַלץ אַרום מיטן סם־המוותדיקן ייִדנהאַס. נישט נאָר האָבן זיי זיך נישט באַפֿרײַט דערפֿון אין די צענדליקער יאָרן זינט דעם חורבן, נאָר פֿאַרכּפֿלט זייער שׂינאה צו ייִדן.
און כאָטש די פּאַלעסטינער פֿילן זיך געקריוודעט די אַלע יאָרן, קומט זיי אַן אייגענע מדינה אויפֿן סמך אַז זיי מוזן אָנערקענען ישׂראל ווי אַ ייִדישלאַנד; און פֿאַרגעסט נישט, אַז מיר האָבן זיי אָפּגעגעבן שאַרם־על־שייך, ימית, עזה, וואָס איז געקומען ווי אַ רעזולטאַט פֿון זייער כּסדרדיקן אָנפֿאַלן אויף דער ייִדישער מדינה. מיינט איר דאָך, אַז זייערע אַפּעטיטן וועלן זיך באַרויִקן? אַ נעכטיקע וועטשערע. האָבן מיר פֿון זיי בלויז צרות און לייד, יסורים און קרבנות. זיי ווערן באַזאָרגט פֿון די אַרומיקע אַראַבישע לענדער, דער עיקר, איראַן, מיט ראַקעטן, געווער און טויט־מאַטעריאַל. איז אַנשטאָט זיי זאָלן בויען פֿאַר זיך אַ מענטשלעכע היים, מיט אַן "אינפֿראַסטרוקטור," מיט אַן אייגענער עקאָנאָמיע, מיט אַ פֿרידלעכן בליק אויף דער צוקונפֿט, האָבן מיר דעם שׂונא בײַ דער טיר וואָס באַרויִקט זיך נישט, טויט אַנשטאָט ברויט.
וואָס איך זע פֿאַר זיך, איז אַז די "יו־ען" וועט טאַקע שטימען פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה. אַמעריקע וועט זיך אָפּהאַלטן ווײַל אָבאַמאַ האָט זיך אַרײַנגעבאָדן מיט וועלן דערנענטערן זיך צו די אַראַבישע פֿעלקער, אויסשטרעקנדיק צו זיי אַ פֿרידלעכע האַנט. ער האָט אָפּגעהאַלטן אַזאַ ענטוזיאַסטישע רעדע אין עגיפּטן, וווּ ער האָט ממש פֿאַרטשאַדעט נישט נאָר אונדז, נאָר די וועלט מיט זײַן ערודיציע און גלייבן אין שלום און שלווה צווישן מענטשן. אַלע זײַנען געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז מ׳וועט אויפֿנעמען זײַן פֿרידנסטויב און שליסן יד־אַחת מיט דער מערבֿדיקער וועלט, אַפֿילו, מיט ישׂראל. האָבן זיי אים אָפּגעטאָן אויף טערקיש און געוויזן אַ פֿײַג.
איצט געפֿינט זיך אָבאַמאַ אין אַ פּאַסטקע. אַמעריקע וועט נישט שטימען און נישט אײַנשטימען צו אַ פּאַלעסטינער מדינה, און בײַ די אַראַבער וועט ער דערקלערט ווערן ווי אַ פֿאַררעטער.
טרומאַן האָט זיך נישט גערעכנט מיט דעם אַראַבישן נאַפֿט. ער האָט געטאָן וואָס זײַן געוויסן האָט אים דיקטירט. בוש און טשייני האָבן זיך געלאַסטשעט צוצוקומען צו די ראַפֿינעריעס מיטן שוואַרצן גאָלד. דעריבער זיצן מיר נאָך עד־היום אין איראַק. מיר האָבן אַ פֿײַג פֿון דעם נאַפֿט און פֿאַרלוירן יונגע אַמעריקאַנער לעבנס. אָבאַמאַ ווייסט נישט אויף וועלכער וועלט ער איז. זײַן געוויסן שפּילט אַ קאַדריל, וויל נעבעך טאַנצן אויף אַלע חתונות מיט איין מאָל.
אינטערעסאַנט, אַז דעם עולם צושויער אין טעאַטער איז די פּיעסע אַרײַן אין די ביינער. דער עלטערער דור ייִדן איז נאָך אַלץ צוגעבונדן צו מדינת־ישׂראל און ציטערן איבער איר עקזיסטענץ.
די פּיעסע האָט געשריבן מאַרק וועסטאָן און רעזשיסירט געוואָרן פֿון באַב ספּיאָטאָ. מען דאַרף נישט זײַן קיין אויסגעקאָכטער ציוניסט צו פֿילן דעם פּולס פֿון אונדזער פֿאָלק וואָס נישט איין מאָל ווערט עס שוואַכער.
מאַרק וועסטאָן, וועלכער שפּילט די ראָלע פֿון עדי דזשייקאָבסאָן, איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר וועלכער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע דווקא אין ייִדישן טעאַטער מיט אַזעלכע שטערן ווי מאַלי פּיקאַן און מנשה סקולניק, אירווינג דזשייקאָבסאָן און אירווינג גראָסמאַן און דיאַנאַ גאָלדבערג. ער איז אויפֿגעטראָטן אויף בראָדוויי און אָף־בראָדוויי און אַ שלל מיט טעאַַטער־פֿאָרשטעלונגען. עס נעמען אָנטייל בלויז דרײַ אַקטיאָרן. דניאל היקס, וועלכער שפּילט זײַן ראָלע ווי הערי ס. טרומאַן איז אַן אויסגעהאַלטענער אַקטיאָר. ער פֿאַרמאָגט אויך אַ שלל מיט טעאַטער אונטער זיך, און דאָס זעלבע צו הערן פֿון לידיאַ גלעדסטאָון, וועלכע שפּילט די ראָלע פֿון בלומאַ דזשייקאָבסאָן, עדיס פֿרוי, גיט אַ סובטילע פֿאַרשטענדעניש פֿאַר איר ראָלע. רעזשיסירט האָט די פּיעסע באַב ספּיאָטאָ מיט אַ פֿאַכמענערישער האַנט. די פּיעסע איז הײַנטיק.