ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

עס זעט אויס, אַז די צײַט איז געקומען צו שאַפֿן מוזיקאַלישע ווערק פֿאַר אונדזערע ייִדישע פֿרויען־פּאָעטן. סײַ די ברוקלינער פֿידלערין דבֿורה שטראַוס, סײַ דער רוסיש־ייִדישער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ זענען אין גאַנג פֿון פּראָיעקטן צו שאַפֿן מוזיק צו די ווערטער פֿון דער פּאָעטעסע קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי. בײַ דער זומער־פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דער מוזיקער אַלען בערן געשפּילט זײַנע נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער פֿון רחל קאָרן, רחל פֿישמאַן, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און שׂרה רייזען. די האָלענדישע זינגערין לוסעט וואַן־דען בערג האָט זיי לעצטנס רעקאָרדירט אויף איר קאָמפּאַקטל "יתומים."

אינעם קאָמפּאַקטל "נאַכטיקע מוזיק" ״Nakhtike Muzik״ קען מען הערן אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די טעקסטן פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי, געשאַפֿן פֿונעם דײַטשן קאָמפּאָזיטאָר דאַמיאַן מאַריאַ ראַב. די לידער ווערן פֿאָרגעשטעלט פֿון דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן מיט דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ", פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד.

זשיכלינסקי איז שוין לאַנג אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע נאָכן חורבן, און ס׳איז אַוודאי אַ שאָד, וואָס מער מענטשן זענען נישט באַקאַנט מיט איר פּאָעזיע. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין ניו־יאָרק, ביז זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע לעבן איר זון, איז זי זעלטן געקומען אויף ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען און האָט זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט. ווען איך האָב זיך איין מאָל געטראָפֿן מיטן פּאָעט גבֿריאל פּרײַל אין די 1980ער יאָרן, האָט ער מיר געזאָגט, אַז ער האָט ערשט געזען רייזל זשיכלינסקי אויף אַן אויטאָבוס, און ווען ער האָט זי געפֿרעגט וווּ זי וווינט, האָט זי אים געענטפֿערט, אַז זי וווינט אויף דער באַן־סטאַנציע, "פּען־סטיישאָן", מיט די אַנדערע היימלאָזע! דעם זעלבן אָוונט בין איך מיט שבֿע צוקער, הײַנט די דירעקטאָרין פֿון דער "ייִדיש־ליגע", געגאַנגען זי זוכן אין די טונקעלע קאָרידאָרן פֿון דער ריזיקער סטאַנציע, אָבער נישט געפֿונען. עס גייען אַרום נאָך אַנדערע אַזעלכע טשיקאַווע מעשׂיות וועגן איר לעבן. אָבער איר קונסט איז תּמיד געבליבן אויף אַ הויכער מדרגה.

רייזל זשיכלינסקי איז געבוירן געוואָרן אין גאָמבין, פּוילן, אין 1910 און איז געשטאָרבן אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, אין 2001, וווּ איר זון איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר. איין יאָר האָט זי געאַרבעט ווי די פֿאַרוואַלטערין פֿון אַ יתומים־הויז אין וולאָצלאַוועק, און האָט דערנאָך געלעבט אין וואַרשע. לידער האָט זי אָנגעהויבן דרוקן צו 17 יאָר, און צו איר ערשטער זאַמלונג "לידער" וואָס איז אַרויס אין 1936, האָט איציק מאַנגער אָנגעשריבן דאָס אַרײַנפֿיר־וואָרט. זי האָט נאָך איין זאַמלונג אַרויסגעלאָזט פֿאַר דער מלחמה אין 1939.

סטעלאַ יורגענסאָן האָט אַנטדעקט די פּאָעזיע פֿון זשיכלינסקי אין דער ביבליאָטעק פֿון דער "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט" אין האַמבורג. זי און איר קאַפּעליע "מאַ פּיראָשקע", וועלכע באַשטייט פֿון ראָלף באָקער (אַקאָרדיאָן און קלאַרינעט), אַנדרעאַס העכט (גיטאַר), און קײַ אָרטמאַן (פּײַקלער), זענען נתפּעל געוואָרן פֿון אירע קורצע, אָבער וואָגיקע לידער.

די מעלאָדיעס און אַראַנזשירונגען זענען פֿאָלקיש, מיטן טראָפּ אויף דער גיטאַר, ווי דער הויפּט־אינסטרומענט, כאָטש דער דיכטערינס לידער זענען נישט פֿאָלקסטימלעך, נאָר מאָדערניסטיש. דאָס ליד "מען טאַנצט דאָ", האָט ממש געבעטן, מע זאָל צו איר שאַפֿן מוזיק.

מען טאַנצט דאָ אין האָטעל

פֿרויען טאַנצן מיט פֿרויען

אַלטע פֿרויען טאַנצן מיט אַלטע פֿרויען

יונגע מיט יונגע פֿרויען

די פּאָר מענער צווישן די געסט דאָ

טאַנצן מיט זייערע אייגענע ווײַבער

הינטער די פֿענצטער רוישט דער ים

איין כוואַליע וויל אַריבעריאָגן די אַנדערע.

מיט אַן אויסגעשטרעקטער צונג

אָפּצורײַסן אַ גרעסער שטיק זאַמד

פֿון ים ברעג אומזיסט די מי

אַלע, אַלע פֿאַלן זיי צוריק אין ים

פֿאַרלוירענע שפּיל.

זשיכלינסקי איז אויך געווען אַ גרויס־שטאָטישע שרײַבערין, און האָט באַשריבן די אָפּגעפֿרעמדקייט פֿונעם מאָדערנעם מענטש אין דער נײַער צײַט, ווי אינעם ליד — "קאַפֿע אין פּאַריז", אין וועלכן זי באַטראַכט איר באַציִונג צו די קאַפֿע־טרינקער בײַם "פּלאַץ פֿון דער רעפּובליק" (אַגבֿ, נישט ווײַט פֿונעם נײַעם לאָקאַל פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק).

אין אַ קליינער קאַפֿע אין פּאַריז

בײַם פּלאַץ פֿון דער רעפּובליק

טרינקען אַ טעפּל קאַווע

און אַרויסקוקן צום פֿאַרנעפּלטן מאָנומענט

אויפֿן נאַסן ברוק

קוקן אויף די פֿאַרבײַגייערס

ווײַטער טרינקען די קאַווע

און אפֿשר וועל איך פֿאַרבײַגיין

מיטן בינטל קאָרעקטורן אין די הענט

פֿאַרטראַכט, פֿאַרקלעמט.

יורגענסאָן האָט אַן אויסדריקלעך קול, און זי מײַדט אויס (כּמעט) אַלע שפּראַכיקע טעותן, וואָס דײַטשע זינגערינס האָבן בײַם זינגען ייִדישע לידער. דער אויסקלײַב פֿון זשיכלינסקיס פּאָעזיע האָט מען געמאַכט מיט שׂכל. אין מײַנע אויערן הער איך די השפּעה פֿון חוה אַלבערשטיין. ווי זי און די גרופּע "די קלעזמאַטיקס" האָבן געטאָן אינעם קאָמפּאַקטל "דער ברונעם", חזרט מען אָפֿט איבער צוויי מאָל אין גאַנצן די לידער; אַ באַשלוס וואָס איך פֿאַרשטיי צוליב דער קורצקייט פֿון די טעקסטן, אָבער, פֿון דעסטוועגן, דאַכט זיך מיר איז עס נישט נייטיק, און אַ סימן־דלות.

די צוועלף לידער אין "נאַכטיקע מוזיק" וועלן, איך האָף, צוציִען אַ גרעסערן עולם צו די ווערק פֿון רייזל זשיכלינסקי און צו דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן. אַוודאי, פֿרייט אונדז אַלע מאָל ווען מע הערט נײַע ייִדישע מוזיק און מוזיקאַלישע געדאַנקען, און נישט די זעלבע "סחורה".