- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין "סיינט ליוקס"־טעאַטער אויף דער 46סטער גאַס, אין האַרץ פֿון מאַנהעטן, ווערט אויפֿגעפֿירט אַן איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג וואָס האָט צו טאָן מיט דער אַמאָליקער, באַרימטער, קאָלירפֿולער, לעבעדיק־לוסטיקער קאָמיקערין, זינגערין, בורלעסק־ און וואָדעוויל־שוישפּילערין, וועלכע האָט זיך באַרימט געמאַכט אין די פֿריִע צוואַנציקער יאָרן פֿון לעצטן יאָרהונדערט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט נישט געהייסן פֿעני, נאָר פֿאַניאַ, און נישט ברײַס, נאָר באָראַק. ווי פֿעני, דערציילט זי, אַז זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, אַ געלונגענע מאַמע און אַ קאַרטיאָזשניק אַ טאַטן. נישט נאָר דאָס. ער האָט ליב געהאַט ס׳פֿלעשל און אײַנשטעלן אויף די פֿערדלעך, אַזוי אַז אין שטוב האָט געהויזט צוזאַמען מיט זיי — דער דלות. פֿעני. ווי איך געדענק זי פֿון די אַלטע פֿילמען, און איך מיין נישט באַרבאַראַ סטרײַסאַנד, וועלכע האָט אויסגעשפּילט פֿעניס לעבנס־געשיכטע אינעם פֿילם "פֿאַני גוירל," נאָר די אמתע, די סאַמאָראָדנע פֿעני, וועלכע האָט געשפּראָצט מיט לעבן, געזען די וועלט שטייענדיק אויפֿן קאָפּ, זיך אַרײַנגעפּאַסט אין יעדער סיטואַציע, און צוגעאייגנט זיך דרײַ נישט קיין געפּאַסטע שידוכים. איז דער ערשטער מאַן אירער געווען אַ נישט־טויגעניכטס; איז זי פּטור געוואָרן פֿון אים אין אַ פּאָר טעג נאָך דער חתונה. דער צווייטער, ווידער, איז געווען ניקי אָרנשטיין; אַ בלאַטער, אַן אונטערוועלט־מענטש, אַ "געמבלער," אַ גנבֿ און געמאַכט אַ לעבן פֿון שאַנטאַזש. און דערצו, איז ער געווען אַ באַווײַבטער. אָבער נאָך זיבן יאָר האָט ער אָפּגעגט דאָס ווײַב און חתונה געהאַט מיט פֿענין. ניקי איז געווען גאָר אַ שיינער, אַ פֿאַצעט. יעדעס נעגעלע זײַנס איז געווען ווי געשניצט און געשליפֿן, די אַנצוגער וואָס ער האָט געטראָגן זײַנען געווען באַשטעלטע פֿון איטאַליע. די בינדעס פֿון פּאַריז און דאָס געמבלען איז צוגעגאַנגען אין פּאַריז און מאָנאַקאָ. דעם זומער אין קראָקע, אינעם "גאַליציע־מוזיי" קומט מיט דערפֿאָלג פֿאָר די אויסשטעלונג פֿון דער אַמעריקאַנער מאָלערין פֿעי גריידזשאָווער. די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען "געשטאַלטן און ווערטער" און וועט אָנגיין ביז נאָוועמבער. נישט לאַנג צוריק האָט פֿעי גריידזשאָווער זיך אומגעקערט פֿון פּוילן קיין באָסטאָן, וווּ זי וווינט, און איך האָב געכאַפּט מיט איר אַ קורצן שמועס. די מאָלערין האָט דערציילט, אַז זי האָט זיך באַמיט אויף אַן אַוואַנגאַרדיסטישן אופֿן, מיט דער שפּראַך פֿון סימבאָלן און מעטאַפֿאָר, איבערצוגעבן אויף אירע לײַוונטן דעם גײַסט פֿון דער ייִדישער דיכטונג, זײַנענדיק באַגײַסטערט פֿון דער שאַפֿונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל קאָרן און רייזל זשיכלינסקי. פֿעי גריידזשאָווער זאָגט, אַז דער פֿאָקוס פֿון איר שאַפֿונג איז אַ מין צונויפֿשמעלץ פֿון געשיכטע מיט עלעמענטן פֿון אומבאַוווּסטזײַן, וואָס דער זכּרון האָט אײַנגעזאַפּט און ווירקט אויף אונדזער טאָג־טעגלעכקייט. אין אירע ווערק ניצט זי אויס די שפּראַך פֿון געשטאַלטן, כּדי איבערצוגעבן די אַבסטראַקטע פֿאָרמעס דורך אַ ספּעציעלן חומר, קאַליגראַפֿישע מיטלען, וואָס רופֿן אַרויס געוויסע איבערלעבענישן. דערמיט ווערט געשאַפֿן אַ באַזונדערע אַטמאָספֿער פֿון רוים און ליכט, וועלכע רופֿן אַרויס בײַ יעדן מענטשן זײַנע אייגענע דערמאָנונגען. פֿעיס קינדשאַפֿט איז דורכגעגאַנגען אין באָסטאָן אין אַ משפּחה, וווּ ייִדישקייט האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם לעבנס־שטייגער. אירע עלטערן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע פֿון בעלגיע און האָלאַנד. זיי האָט אָפּגעגליקט. זיי האָבן נאָך באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון אייראָפּע מיט דער לעצטער שיף. אַלע זייערע קרובֿים, וואָס זײַנען דאָרט געבליבן, זײַנען אומגעקומען.
Der Nister. Regrowth: דעם ניסתּרס ליטעראַרישע ירושה איז כּולל די ווערק פֿון גאָר פֿאַרשידענע סטילן. זײַן סימבאָליסטישע תּקופֿה איז גוט געפֿאָרשט און מער באַקאַנט דעם ניט־ייִדישן לייענער; דער רעאַליסטישער היסטאָרישער ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" איז איבערגעזעצט אויף עטלעכע שפּראַכן אָבער וואַרט נאָך אויף אַ גרונטיקער קריטישער אָפּשאַצונג. אָבער די סאַמע לעצטע ווערק זײַנע, וואָס געהערן צו דעם זשאַנער פֿון "חורבן־ליטעראַטור", זײַנען עד־היום געווען פֿאַרגעסן. די איבערזעצונג פֿון "ווידערוווּקס", דעם זאַמלבאַנד פֿון דערציילונגען און נאָוועלן פֿון די יאָרן 1942—1946, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1969, וואָלט געקאָנט ווערן זייער אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף ענגליש. די דאָזיקע דערציילונגען פּאַסן ניט אַרײַן אין דער אָנגענומענער השׂגה פֿון חורבן־ליטעראַטור, און אפֿשר דערפֿאַר זײַנען זיי אַזוי לאַנג פֿאַרבליבן אויף די ראַנדן פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע ווערק אַ דירעקטער המשך פֿון דער עוואָלוציע פֿון סימבאָליזם צו מאָדערניזם, וואָס דער ניסתּר האָט דורכגעמאַכט אין די 1930ער יאָרן. פֿון איין זײַט באַשרײַבט ער דאָ די ביז גאָר רעאַלע געשעענישן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיט אַ סך קאָנקרעטע פּרטים. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען די דאָזיקע מעשׂיות טיף סימבאָליש, צומאָל אַפֿילו פֿאַנטאַסטיש. זיי זײַנען אָנגעזאַפּט מיט אַלעגאָרישע רמזים און רעפֿערענצן צו דעם ניסתּרס פֿריִערע ווערק. אַ מאָל האָט מען נישט באַטראַכט וואָס מע טוט אין דער קיך פֿון אַ ייִדישער היים ווי אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אָבער דאָס עסן, דאָס צוגרייטן די מאָלצײַטן און אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן קאָכן, פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזען אָרט צווישן די זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר. די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" אין ווילנע האָט געזאַמלט וויצן, מעשׂהלעך און לידער, אָבער נישט קיין קאָך־רעצעפּטן, און דאָס איז טאַקע אַ גרויסער שאָד. די טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט די מאכלים, האַלטן זיך אָן אין דער משפּחה לאַנג נאָך דעם ווי אַנדערע טראַדיציעס זענען שוין פֿאַרגעסן געוואָרן. דער צווייטער דור אַמעריקאַנער האָבן גיך אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש, אַ צענטראַלער אַספּעקט פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן, אָבער ווי די מאַמע אָדער באָבע האָט געמאַכט פֿלודן, געדענקט מען יאָ. מע קען ברייט אויסטײַטשן דעם פֿאָלקלאָר פֿון קאָכערײַ, אויב מע זאָל אַרײַננעמען אין דער קאַטעגאָריע נישט נאָר די רעצעפּטן פֿון די מאַכלים, נאָר אויך ווי מע פֿירט זיך בײַם קאָכן, וועגן וואָס מע רעדט בײַם קאָכן, און אַפֿילו די קאָך־מכשירים וועלכע מע ניצט; צי דערציילט די מאַמע די זעלבע זכרונות וועגן איר מאַמען בײַם קאָכן ווערעניקעס? אַזאַ געוווינהייט קען מען אויך אָנרופֿן אַ טראַדיציע. די מאָסקווער אויסשטעלונג פֿון די טעאַטראַלישע ווערק פֿונעם קינסטלער באָריס (ברוך) אַראָנסאָן (1898—1980) איז ממשיך די סעריע פֿון אויסשטעלונגען אין תּל־אָבֿיבֿ און פּאַריז. אַראָנסאָן איז געווען מצליח אין זײַן קאַריערע ווײַל ער האָט באַוויזן צו טאָן אַלץ צו דער ריכטיקער צײַט. געבוירן אין דער שטאָט נעזשין אין אוקראַיִנע, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, וווּ זײַן טאַטע האָט באַקומען די שטעלע פֿונעם שטאָט־רבֿ. דאָרט האָט ברוך שטודירט צוערשט חומש און גמרא און דערנאָך מאָלערײַ. אין גיכן איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם קרײַז פֿון באַגאַבטע יונגע ייִדישע קינסטלער, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַרום די צענטראַלע פֿיגורן פֿון אוקראַיִנישן אַוואַנגאַרד, אַלעקסאַנדר מוראַשקאָ און אַלעקסאַנדראַ עקסטער. די צײַט פֿון דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג איז געווען זייער פּראָדוקטיוו פֿאַר אַראָנסאָן און זײַנע חבֿרים. אין דער נײַ־געשאַפֿענער "קולטור־ליגע" האָט ער געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן קינסטלער און ליטעראַטן. דער שפּיצפּונקט פֿון זייער טעטיקייט איז געווען די אויסשטעלונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט אין 1920, מיט אַראָנסאָן, ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אויסשטעלונג־קאָמיטעט. אָבער אין גיכן איז די "קולטור־ליגע" געוואָרן "באָלשעוויזירט", און אַראָנסאָן איז אַוועק קיין מאָסקווע און דערנאָך קיין בערלין. אין 1923 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, און בהדרגה איז ער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע באַרימטע קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער — אַרום דעם 12טן אויגוסט שרײַבט די ייִדישע פּרעסע וועגן די געשעענישן אין 1952 און, בכלל, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, ווען דער גזלנישער קאָמוניסטישער רעזשים האָט חרובֿ געמאַכט די גאַנצע פֿאַרבליבענע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן קולטור־לעבן און אומגעבראַכט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. און דער דאָזיקער ריטואַל איז וויכטיק, ווײַל ווי אַלע ריטואַלן האָט ער דעם ציל פֿון ניט פֿאַרגעסן די מענטשן און ניט מוחל זײַן די גזלנים. מע פֿאַרגעסט עס אויך ניט אין רוסלאַנד. אָנהייב יוני, ווען איך בין געווען אין מאָסקווע, האָב איך געקויפֿט צוויי ביכער, וועלכע זײַנען פֿריִער ניט געווען אין מײַן ביבליאָטעק. ביידע זײַנען אַרויס אין יאָר 2010, כאָטש דער ראָמאַן "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן, אָדער ווי סטאַלין האָט געגרייט אַ ייִדישן פּאָגראָם" (Убийцы в белых халатах, или Как Сталин готовил еврейский погром) פֿון וואַלענטין עראַשאָוו איז גאָר ניט קיין נײַער. דער שרײַבער איז געשטאָרבן נאָך אין 1999, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז תּחילת אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל "די קאָרידאָרן פֿון טויט". "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן" איז אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע אויף דער טעמע פֿון דער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן קיין סיביר, וועלכע עס האָט כּלומרשט געגרייט סטאַלין אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס לייענט זיך גאַנץ גוט, כאָטש עס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער רעאַלקייט. צוריק גערעדט, האָט דער מחבר ניט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו זײַן אַ היסטאָריקער. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכן (לויט זײַן קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע) סצענאַר פֿון די געשעענישן, וועלכע וואָלטן געקענט פֿאָרקומען, אויב דער מלך-המוות וואָלט זיך פֿאַרהײַעט אין מאַרץ 1953 און ניט באַפֿרײַט די וועלט, און די סאָוועטישע ייִדן בתוכם, פֿון סטאַלינען. זײַן געשיכטע האָט אַ סך דראַמאַטישע עפּיזאָדן, אַרײַנגערעכנט דאָס הענגען אויף תּליות פֿון ייִדישע דאָקטוירים, און צו טאָן עס אויפֿן רויטן פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון טויזנטער בירגער. די קונסט־אויסשטעלונג "ליאָנעל פֿײַנינגער: בײַם ראַנד פֿון דער ערד" האָט זיך געעפֿנט אין "וויטני־מוזיי" אין ניו־יאָרק סוף יוני און וועט בלײַבן אויסגעשטעלט ביז מיטן פֿון אָקטאָבער 2011. פֿײַנינגער איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע קינסטלער אין דער "באַוהאַוז"־באַוועגונג, אָבער די דאָזיקע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג, די ערשטע אין לאַנד אין 45 יאָר, וועט אַנטפּלעקן אַ טיפֿערן און ברייטערן קינסטלער. ליאָנעל פֿײַנינגער (1871—1956) שטאַמט פֿון די דײַטשן אין ניו־יאָרק. ס'איז נישט קלאָר, צי ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן צי נישט. זײַן טאַטע איז געווען אַ מוזיקער, און ווען דער 16־יאָריקער ליאָנעל איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איז דער ציל געווען ממשיך צו זײַן זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג; צו זײַן טאַטנס פֿאַרדראָס, האָט ער אין גיכן געביטן דעם פֿאָקוס פֿון זײַן שטודיע אויף קונסט. אַזוי ווי ער האָט פֿאַרברענגט 50 יאָר אין דײַטשלאַנד, ווערט ער אָפֿט פֿאַררעכנט ווי אַ דײַטשער קינסטלער, אָבער די אויסשטעלונג הייבט אַרויס דווקא די צוויי־בירגערישקייט פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. אין 1894 האָט ער אָנגעהויבן צייכענען פּאָליטישע קאַריקאַטורן און סאַטירשע אילוסטראַציעס אין דײַטשע וואָכנבלעטער און האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ קאַריקאַטוריסט. אין אַמעריקע האָט די צײַטונג "שיקאַגע זונטיק טריבון" אים פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אַ וועכנטלעכע בילדערשטרײַף, און זײַנע צוויי קאָמיקס־רובריקן "Wee Willie Winkies World" און "The Kin-der-kids", מיט זייער עקספּערימענטאַלישן כאַראַקטער, האַלט מען ווי פּיאָנערישע ווערק אין דער געשיכטע פֿון קאָמיקס. זײַן חוש פֿון הומאָר, און ליבשאַפֿט צו פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן האָט זיך בולט אַנטפּלעקט אין דעם קונסט־זשאַנער. אין דער אויסשטעלונג פֿאַרשאַפֿן די עטלעכע פֿילפֿאַרביקע זײַטן קאָמיקס פֿון די אַלטע צײַטונגען אַ קינדערישע הנאה בײַם עולם.
זינאָווי זיניק.
זינט דעם אויפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אינעם 19טן יאָרהונדערט באַטראַכט מען ליטעראַטור, ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע סימנים פֿון אַ "קולטורעלער" נאַציע. אָבער ווײַט ניט אַלע ליטעראַטן, וואָס מען האַלט איצט פֿאַר "נאַציאָנאַלע", האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין זייערע היימלענדער. אַ סך פֿון יענע קלאַסישע ווערק, וואָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלן קאַנאָן, זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין "גלות", ווי למשל, אייניקע קלאַסישע רוסישע ראָמאַנען פֿון גאָגאָל, טורגעניעוו, דאָסטאָיעווסקי. בײַ אייניקע איז דער גלות געווען אַ פֿרײַוויליקער; די אַנדערע זײַנען געוואָרן נע־ונדניקעס צוליב פּאָליטישע סיבות. דער רוסיש־ענגלישער שרײַבער זינאָווי זיניק געהערט צו דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע פֿון די 1970ער. נאָכן לעבן איין יאָר אין ישׂראל, האָט ער זיך אין 1976 באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער רוסישער דינסט פֿון "בי־בי־סי" און, מיט דער צײַט, זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ענגליש. זיניקס הויפּט־טעמע איז עמיגראַציע און איר השפּעה אויף ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, און זײַן נײַ בוך איז כּולל זײַנע עסייען פֿאַר דרײַסיק יאָר. "עמיגראַציע איז אַ פּערזענלעכע רעוואָלוציע", שרײַבט זיניק. ער קערט זיך כּסדר אום צוריק צו זײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון אַ "רויטן" אימיגראַנט, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן סאָוועטיש היימלאַנד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געחלומט וועגן דער פֿאַרווערטער פֿרײַער מערבֿ־וועלט, אָבער אין אויסלאַנד בענקט ער נאָך דעם "פֿאַרלוירענעם גן־עדן". דערבײַ ווייסט ער אַוודאי גוט, אַז קיין גן־עדן איז דאָס סאָוועטן־לאַנד קיין מאָל ניט געווען. "אויבֿ איך טראַכט נאָך אַמאָל זיך אומצוקערן קיין מאָסקווע, איז דאָס די מאָסקווע פֿון מײַן יוגנט, וואָס איך האָב זיך ניט געקענט אויסמאָלן, כּל־זמן איך האָב דאָרט געלעבט" — האָט ער אָנגעשריבן נאָך אין 1983, ווען ער האָט ניט געקענט אַפֿילו חלומען וועגן אַ רעאַלן אומקער. איך בין אַ בעל-חובֿ, און שוין אַ לענגערע צײַט פֿיל איך אויף מײַנע פּלייצעס די משׂא פֿון דער שולד. בדרך-כּלל אײַל איך זיך טיילן מיט אַלעמען, און צום אַלעם ערשטן מיט דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, אַז אין מײַנע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ געראָטן בוך. אָבער דאָס מאָל האָב איך זיך פֿאַרהײַעט און טו עס איצט מיט גרויס פֿאַרשפּעטיקונג נאָך דעם איבערלייענען — און טאַקע הנאה האָבן פֿונעם לייענען — די מאָנאָגראַפֿיע פֿון רבקה מאַרגאָליס Jewish Roots, Canadian Soil ("ייִדישע שורשים, קאַנאַדער באָדן"), וואָס איז אַרויס הײַיאָר, אָבער איז באַזירט אויף איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין 2005 אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט. פֿאַר וואָס האָב איך געמאַכט אַ שווײַג אויף עטלעכע חדשים? ווײַל וועגן אַ גוט בוך איז, בכלל, שווערער צו שרײַבן. ניט צו פֿאַרגלײַכן גרינגער איז אָפּצופּטרן אַ רעצענזיע וועגן אַ באַנד, צו וועלכן דו האָסט ערנסטע טענות. אַ טענה נאָך אָ טענה — און די רעצענזיע איז שוין גרייט. און אַז מע האָט ניט קיין טענות צי מע האָט ווייניק טענות? און איך האָב זיי טאַקע זייער ווייניק צו מאַרגאָליסעס בוך. פֿאַרקערט — נאָר גוטע זאַכן (לכל-הפּחות, פֿון מײַן קוקווינקל) קען מען זאָגן און שרײַבן וועגן דעם פֿילזײַטיקן אַנאַליז פֿון דעם אוניקאַלן פֿענאָמען — דעם ייִדישן קולטור-צענטער אין מאָנטרעאָל, וואָס האָט זיך באַוויזן ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער קולטור און עס בלײַבט נאָך אַלץ אַ יש. כאָטש דער איצטיקער פֿאַרנעם איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזאַ ווי אַמאָל, בפֿרט צווישן די וועלט-מלחמות, דאָך באַגעגנט מען נאָך אַלץ יונגע מאָנטרעאָלער, וואָס ווערן ניט פֿאַרלוירן אין ייִדיש; און די טעאַטראַלע ירידים, ממש וועלט-צוזאַמענפֿאָרן, דערמאָנען אונדז וועגן דער וויכטיקייט פֿון ייִדישן מאָנטרעאָל. רבֿקה מאַרגאָליסעס בוך דערקלערט דעם דאָזיקן פֿענאָמען דורך, אין תּוך אַרײַן, דרײַ פֿאַקטאָרן. קודם-כּל, די ייִדישע קולטור-סבֿיבֿה אין דער שטאָט האָט געהאַט דעם מזל צו אַנטוויקלען זיך אין דער מיט פֿון דעם היגן ענגליש-פֿראַנצויזישן, פּראָטעסטאַנטיש-קאַטוילישן סענדוויטש. דאָס איז דאָך געווען אַ משוגענע וועלט — אַ וועלט וווּ, למשל, ייִדישע קינדער האָט מען אין דער ביוראָקראַטישער סיסטעם צוגעגלײַכט צו פּראָטעסטאַנטישע! ווען מע זאַמלט אָן אַ ריזיקן באַרג פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל, בלײַבט די קשיא, ווי אַזוי זאָל מען אַלץ אײַנסדרן, מע זאָל קענען געפֿינען וואָס מע וויל? ווען די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט באַלד נאָך דער גרינדונג פֿונעם ייִוואָ אין 1925, האָבן צענדליקער — דערנאָך הונדערטער — זאַמלערס איבער גאַנץ פּוילן גאָר אין גיכן אָנגעהויבן אַרײַנשיקן אַהין פֿאָלקלאָר. ייִדישע וויצן האָט מען אַרײַנגעשיקט אין די טויזנטער און די אַספּיראַנטקע, נחמה עפּשטיין, איז געווען דער מענטש צווישן דעם ייִוואָ־פּערסאָנאַל וואָס האָט געדאַרפֿט באַשליסן, ווי אַזוי אײַנצוטיילן די גרויסע זאַמלונג וויצן. אין אירע זכרונות פֿון דער ייִוואָ־אַספּיראַנטור אין די 1930ער יאָרן האָט לוסי דאַווידאָוויטש באַמערקט, אַז עפּשטיין האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכן חוש פֿון הומאָר; דעריבער איז נישט קיין וווּנדער, וואָס ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, האָט דווקא זי געבעטן צו באַאַרבעטן די וויצן־מאַטעריאַלן. נחמה עפּשטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין לאָדזש און געוואָרן אַ לערערין אין די ייִדישע קולטור־קרײַזן פֿון ווילנע, ווען זי איז אַהין אַריבערגעפֿאָרן אין 1922. זי האָט אויך געשריבן לידער און רעצענזיעס, און אָפֿט פֿאַרדינט ווי אַן איבערזעצערין פֿון פּויליש אויף ייִדיש. עס קאָן זײַן, אַז איר ערשטער קאָנטאַקט אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר איז געווען איר איבערזעצונג פֿון רעגינאַ ליליענטאַלס אַרטיקל וועגן דעם "עין־הרע" אינעם זשורנאַל "ייִדישע פֿילאָלאָגיע." ווען דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן איז געקומען קיין ווילנע פֿון ניו־יאָרק אין 1930, אָנצופֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן פֿאָלקלאָר, האָט זי אָנטיילגענומען, און פֿון דעמאָלט אָן, האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר. זי איז געוואָרן אַן אַספּיראַנטקע אין ייִוואָ אין 1935 און געבליבן דאָרט אַלע פֿיר יאָר ביז דער מלחמה. זי איז אומגעקומען אין פּאָנאַר אין 1942.
Tolz. Russia’s Own Orient: דאָס בוך פֿון עדואַרד סאַיִד "אָריענטאַליזם" (1978) — אַן אַמעריקאַנער געלערנטער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון פּאַלעסטינע — בלײַבט עד־היום איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿאַר דער אידעאָלאָגישער קריטיק פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אָבער דאָס בוך אַליין האָט אויך באַקומען אַ סך קריטיק. מען האָט דערוויזן, אַז סאַיִדס אויסטײַטשונגען זײַנען אָפֿט מאָל ניט קיין פּינקטלעכע און ניט אויסגעהאַלטן מעטאָדאָלאָגיש. אָבער דאָס האָט ניט געמינערט זײַן חשיבֿות אין די אויגן פֿון דער לינקער מערבֿדיקער אינטעליגענץ. אין זייער לשון באַטײַט דער באַגריף "אָריענטאַליזם" דאָס אינטעלעקטועלע דינסט־מיידל פֿונעם מערבֿדיקן קאָלאָניאַלן אימפּעריאַליזם. ביז לעצטנס האָבן די קריטיקער פֿון סאַיִד ניט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון זײַן קאָנצעפּציע. אָבער ווי עס האָט דערוויזן די ענגלישע היסטאָריקערין וועראַ טאָלץ אין איר שטודיע פֿון דער געשיכטע פֿון אָריענטאַלע שטודיעס אין רוסלאַנד, דאַרף מען זוכן די דאָזיקע וואָרצלען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1960ער יאָרן האָט זיך דאָרט געלערנט דער יונגער דור פֿון אַראַבישער אינטעליגענץ, וואָס האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף סאַיִדס געדאַנקען־גאַנג. די סאָוועטישע שיטה פֿון אַראַביסטיק האָט קריטיקירט די מערבֿדיקע וויסנשאַפֿט פֿונעם מאַרקסיסטישן שטאַנדפּונקט, און די דאָזיקע קריטיק איז מגולגל געוואָרן אין סאַיִדס "אָריענטאַליזם". דער אָנהייב פֿון די אָריענטאַלישע שטודיעס אין רוסלאַנד איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿונעם רוסישן נאַציאָנאַליזם אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 19טן יאָרהודערט. אָבער די רוסישע פֿאָרשער פֿון איסלאַם און בודיזם זײַנען דווקא ניט געווען קיין נאַציאָנאַליסטן. זיי זײַנען געווען ליבעראַלן, וואָס האָבן געגלייבט, אַז די רוסישע אימפּעריע דאַרף אָנערקענען די קולטורעלע, לינגוויסטישע און רעליגיעזע חילוקים פֿון אירע פֿעלקער, כּדי אָפּצוהיטן איר אימפּעריאַלע פּאָליטישע אייניקייט. וואָס טראַכט מען צום אַלעם ערשטן, ווען מען הערט דעם נאָמען "נטורי־קרתּא"? דורכויס אַנטי-ציוניסטיש, פֿאַררעטערס, קאַריקאַטורן פֿון פֿרומע ייִדן, חבֿרים פֿון דעם ימח-שׁמוניק אַכמאַדינעדזשאַד, אָדער פּשוט אַ באַנדע משוגעים, וואָס זאָגן זיך אָפּ שוין לאַנגע יאָרן אַראָפּצוקריכן פֿונעם דאַך? אַלע ענטפֿערס זענען די געוויינטלעכע ריכטיקע ענטפֿערס, אָבער לויט דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס מע האַלט בײַם פֿאַרענדיקן, זענען עפּעס אָט די חסידים אינגאַנצן גאָר אַנדערש. זיי קומען אַרויס אינעם פֿילם ווי אַ מין מענטשן־רעכט גרופּע, וואָס איז באַזאָרגט מיט די רעכטן פֿון די פּאַלעסטינער און צילעוועט מסביר צו זײַן פֿאַר דער וועלט דעם גרויסן חילוק צווישן "עכטער ייִדישקייט" און ציוניזם. דער פֿילם דערמאָנט ניט, למשל, זייערע וואַרעמע באַציִונגען מיט יענעם איראַנישן פֿירער, עפּעס וואָס אַפֿילו אַנטי-ציוניסטישע גרופּעס ווי סאַטמאַר האָבן לגנאַי אָפּגעשאַצט. העטער טענצער, די רעזשיסאָרין פונעם פֿילם טענהט, אַז "דער פֿילם פֿאָקוסירט זיך טאַקע אויף די באַציִונגען פֿון נטורי־קרתּאניקעס מיט פּאַלעסטינע און פּאַלעסטינער, אָבער ער באַהאַנדלט אויכעט זייער אַרבעט ווי אַקטיוויסטן, וואָס פּרוּוון צו שאַפֿן בריקן מיט דער גאַנצער מוסולמענישער און אַראַבישער וועלט. זיי האַלטן זיך אָן אין דער געשיכטע פֿון אַ בשותּפֿותדיק לעבן צווישן ייִדן און מוסולמענער (פֿאַר 1948). בעת זיי שמועסן מיט די אַראַבער און מוסולמענער, דערמאָנען זיי דאָס דאָזיקע בשותּפֿותדיק לעבן, ווען ס׳איז געווען אַ מין שלום און מע האָט געלעבט ווי שכנים; דער ענין פֿון נאַציאָנאַליזם האָט נאָך ניט עקזיסטירט. ווען זיי האָבן געלעבט אונטער סעקולערע אָדער ניט-ייִדישע ממשלות, איז געווען קאָ-עקזיסטענץ." |