- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף פֿרילינג האָב איך זיך פֿאַררעגיסטרירט אויפֿן Facebook, וואָס — ווי איך ווייס איצט — האָט אויך אַ ייִדישן נאָמען: פּנים-בוך. אַמאָליקע צײַטן וואָלט עמעצער גלײַך באַשלאָסן, אַז גאָר ניט צופֿעליק האָב איך עס געטאָן דווקא סוף פֿרילינג, ווען אַ סך קרענק פֿלעגט מען פֿאַרבינדן מיט אַוויטאַמינאָז. הײַנט איז עס, אָבער, ניט אַקטועל — מיר וווינען ניט אין סאָמאַלי און באַקומען גענוג, צי אַפֿילו איבערגענוג, וויטאַמינען אין משך פֿונעם גאַנצן יאָר. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’וואַקסט די צאָל לײַט, וועלכע זײַנע געוואָרן מײַנע פּנים-ביכיקע פֿרײַנד. צומאָל זײַנען דאָס מענטשן, מיט וועלכע איך האָב לאַנגע יאָרן קיין קאָנטאַקטן ניט געהאַט, און עטלעכע זײַנען מיר נאָך אַלץ ניט באַקאַנט — לכל-הפּחות, אַזוי דאַכט זיך מיר. איך אַליין נוץ עס זייער זעלטן, וואָס איז אפֿשר אַ נאַרישקייט. אָבער מיר געפֿעלט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פּנים-ביכיקער קהילה. מיך חידושט, אַגבֿ, פֿאַר וואָס אונדזער צײַטונג איגנאָרירט נאָך אַלץ דעם דאָזיקן וויכטיקן קאַנאַל פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע. טאַקע דורך דעם פּנים-בוך האָב איך באַקומען די בשׂורה-טובֿה פֿון דעם פּעטערבורגער רוסישן זשורנאַל "נאַראָד קניגי וו מירע קניג" ("עם-הספֿר אין דער ביכער-וועלט"), מיט אַן אונטערקעפּל, וואָס דערקלערט דעם זשאַנער פֿון דער אויסגאַבע: איבערזיכט פֿון ייִדישע ביכער. דער דאָזיקער זשורנאַל גייט אַרויס שוין אין משך פֿון 16 יאָר, זינט אויגוסט 1995. יעדע צוויי חדשים באַקומט דער לייענער אַ העפֿט, פֿול מיט אינטעלעקטועלער סחורה. אין ענגלאַנד, וווּ איך געפֿין זיך איצט, האָב איך לעצטנס באַקומען דעם נומער 91, וואָס איז אַרויס אין אַפּריל חודש. אָבער איצט וועל איך קענען לייענען דעם זשורנאַל אין אינטערנעץ! וועגן דעם האָט מען מיר טאַקע אינפֿאָרמירט דורך דעם פּנים-בוך, אַז דער עלעקטראָנישער נוסח איז צוטריטלעך געוואָרן לויטן אַדרעס www.narodknigi.ru. הגם די פֿולע טעקסטן זײַנען אויף רוסיש, קען מען אויך לייענען ענגלישע קיצורים.
Imre Kertész. Fiasco.
דער ראָמאַן "פֿיאַסקאָ", וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג, פֿילט אויס דעם בלויז אין דער אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע פֿון אימרע קערטעס, דעם איינציקן אונגאַרישן שרײַבער, וואָס האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע. ער איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק דעם ערשטן טייל פֿון דער טרילאָגיע, דעם ראָמאַן "גורללאָזיקייט" — דעם "סאַמע אומגעוויינטלעכן חורבן־ראָמאַן", ווי עס האָט באַמערקט איינער, אַ קריטיקער. אין 1944, אינעם עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר, איז קערטעס, מיט טויזנטער אַנדערע אונגאַרישע ייִדן, דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ און דערנאָך קיין בוכענוואַלד. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער זיך אומגעקערט קיין בודאַפּעשט און פֿאַרדינט זײַן חיונה פֿון איבערזעצונגען און קאָמעדיעס. זײַן ערשטער ראָמאַן איז אַרויס אין אונגאַרן נאָך אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה און האָט ניט אַרויסגערופֿן קיין סך אינטערעס. "פֿיאַסקאָ" שילדערט, אין אַן אייגנאַרטיקן איראָנישן משל־סטיל, דעם מחברס נעבעכדיקן מצבֿ אינעם קאָמוניסטישן אונגאַרן. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ לאַנגער הקדמה, דעם מחברס שמועס מיט זיך אַליין וועגן דעם צוועק און דער צוועקלאָזיקייט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג. קערטעס ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון די קלאַסיקער פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם, אַזעלכע ווי קאַפֿקאַ, בעקעט, קאַמיו. ער פֿאַרמאָגט אַ ביטערן איראָנישן חוש און אַ נטיה צו אַבסורדישקייט. דאָס שרײַבן איז פֿאַר אים "אַ מאָדנער און אומפֿאַרשטענדלעכער באַגער צו געבן אַ פֿאָרעם און אַן אויסדרוק צו אונדזערע לעבנס", אָדער אַ "פֿאַרפֿירערישן נסיון", וואָס מען איז ניט בכּוח אויסצושטיין.
Shachar M. Pinsker.
"גייענדיק איין מאָל פֿאַרטראַכט איבער די גאַסן פֿון האָמלע, איז פֿאַר מײַנע אויגן פֿאַרבײַגעפֿלויגן עפּעס אַ משונהדיקע פֿיגור. [...] עפּעס אײַלט זי שטענדיק, ווי זי וואָלט מורא געהאַט צו פֿאַרשפּעטיקן. וווּהין? וואָס? — ווייס איך נישט. וויל איך זי נענטער באַטראַכטן — קאָן איך נישט. דער מענטש לויפֿט דורך זייער שנעל און האַלט שטענדיק דעם קאָפּ אַראָפּגעבויגן." אַזאַ אײַנדרוק האָט הלל צייטלין געהאַט נאָך דער ערשטער באַגעגעניש מיט יוסף־חיים ברענער. סוף־כּל־סוף, האָט צייטלין געפֿונען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אָט דעם מערקווערדיקן יונגערמאַן. אָבער עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז צום ערשטן מאָל האָבן זיי זיך געזען אויף אַ שטאָטישער גאַס, ניט אין אַ שיל, ישיבֿה אָדער אויפֿן מאַרק. אַזאַ מין באַגעגעניש אויף דער גאַס איז אַ סימן פֿון מאָדערנע צײַטן, און ברענערס באַזוכן האָמלע איז געווען דער סאַמע אָנהייב אויף זײַן וועג אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, וואָס האָט אים געפֿירט דורך לעמבערג און לאָנדאָן קיין יפֿו, וווּ ער איז אומגעקומען בגוואַלד בעת אַ פּאָגראָם אין 1921. צייטלינס ערשטער אײַנדרוק גיט איבער דעם עצם פֿונעם גאַנצן ליטעראַרישן דור; ברענער איז געווען דער בולטסטער פֿאָרשטייער זײַנער. דאָס איז געווען דער דור, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט מאָדערנע אידעען און טעמעס אין דער העברעיִשער ליטעראַטור. צייטלין זאָגט ווײַטער וועגן ברענערן׃ "מיט וואָס די פֿיגור צייכנט זיך אויס, האָב איך נישט באַמערקט׃ זי איז צו גיך פֿאַרשוווּנדן". און דאָס איז ווידער אַ גוטער סך־הכּל פֿון דעם, וואָס אָט די מחברים האָבן אויפֿגעטאָן פֿאַר דער העברעיִשער ליטעראַטור, ווײַל זייער תּקופֿה האָט געדויערט ניט מער ווי צען־פֿופֿצן יאָר. מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך געווען אין דעם אוניווערסיטעט פֿון אילינוי, וואָס געפֿינט זיך בערך 140 מײַל פֿון שיקאַגאָ, צווישן צוויי ניט קיין גרויסע שטעטלעך: אורבאַנאַ און שאַמפּיין. דער אוניווערסיטעט האָט אַ גוטן אַקאַדעמישן ייִחוס און אַן אינטערעס צו ייִדיש, וואָס מאַכט אים גלײַך פֿאַר אַ זייער גוטן. סוף יוני איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ צוויי-טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט צונויפֿגעפֿירט בײַ איין טיש אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט סאָוועטישע, ווי אויך נאָך-סאָוועטישע, ליטעראַטורן און קולטורן אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש. עס האָט זיך באַקומען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש, וועלכע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן האַריעט מוראַוו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור, אינטערעסירט זי זיך שוין אַ היפּש ביסל צײַט מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. איר נײַ בוך, וואָס וועט אין קורצן אַרויסגיין אין פֿאַרלאַג פֿון סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט, Music from a Speeding Train: Jewish Literature in Post-Revolutionary Russia, אַנאַליזירט ליטעראַרישע ווערק אויף ביידע שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש. דאָס איז ניט די ערשטע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג, וואָס קלײַבט צונויף אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון רוסיש-ייִדישער קולטור און געשיכטע. עס גרייט זיך איצט אַ באַנד, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דזשאָן קליִער, דעם באַקאַנטן היסטאָריקער פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. דער באַנד איז באַזירט אויף רעפֿעראַטן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין. עס האָט צוויי רעדאַקטאָרן – די שוין דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרין מוראַוו און דעם היסטאָריקער יודזשין אַוורוטין. פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן, דאָס געבוירן־אָרט פֿונעם ייִדישן שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער, איז אָנגעקומען אַ באַפֿרידנדיקע ידיעה: די אָרטיקע ייִדישע אַקטיוויסטן, בראָש מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן", אינאַ דרוז און דעם ייִדיש־ליבהאָבער, אָלעג ווישניעוועצקי, האָבן אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל, לכּבֿוד זייער באַקאַנטן לאַנדסמאַן. אַוודאי, וואָלט די אונטערנעמונג נישט געקאָנט צושטאַנד קומען אויף אַזאַ ברייטן אופֿן, ווען נישט די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון אַזעלכע וויכטיקע אָרגאַניזאַציעס, ווי "פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילה אין אוקראַיִנע" און דער "אַל־אוקראַיִנישער ייִדישער קאָנגרעס", בראָש מיט איגאָר קאָלאָמאָיסקי און וואַדים ראַבינאָוויטש. בעת דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "דער אוצר", האָט דער עולם האַרציק באַגריסט פּאָליאַנקערס זון, אַלכּסנדר, וואָס איז געקומען צו דער פֿײַערונג פֿון קיִעוו מיט זײַנע חבֿרים, די מאָלער וולאַדימיר מעלניטשענקאָ און אירינאַ גאָרשקאָוואַ; צווישן די געסט זײַנען אויך געווען די פֿירער פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן" פּיאָטר און סוועטלאַנאַ ראַשקאָווסקי. דעם אויפֿמערק האָט באַלד צוגעצויגן די ביכער־אויסשטעלונג, געווידמעט פּאָליאַנקערס שאַפֿונג. זײַן פּאָרטרעט און זײַנע קורצע, שאַרפֿזיניקע אַרויסזאָגונגען אויף ייִדיש און אוקראַיִניש. געעפֿנט האָט דעם פֿעסטיוואַל דער פּרעזידענט פֿון דער רעגיאָנאַלער אַסאָציאַציע פּיאָטר ראַשקאָווסקי. אינאַ דרוז האָט איבערגעלייענט אַ ליד פֿונעם דיכטער אַרקאַדי זאַסלאַווסקי, לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי; די אָרטיקע באַטייליקטע האָבן צוגעגרייט אַ ברייטערע פּראָגראַם, מיט רעפֿעראַטן וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון הערשל פּאָליאַנקער. עס איז ניט צופֿעליק, אַז וואַדים יענדרייקאָס נײַער דאָקומענטאַר "די פֿרוי מיט פֿינף העלפֿאַנדן" וועגן אַ זיבן-און-אַכציק־יאָריקער איבערזעצערין פֿון רוסיש אויף דײַטש, הייבט זיך אָן מיט אַ בילד פֿון אַ באַן, וואָס פֿאָרט איבער אַ בריק. בעת די קליינע ליכטלעך שימערירן דורך די פֿענצטער פֿון דער באַן, הערט מען דעם קול פֿון דער העלדין פֿונעם פֿילם, סוועטלאַנאַ גײַער׃ "טײַערער פֿרײַנד, זעסטו דען נישט, אַז אַלץ וואָס מען זעט מיט די אויגן, איז בלויז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם אומזעיִקן? טײַערער פֿרײַנד, הערסטו דען נישט, אַז דער לעבנס־אָפּקלאַנג איז נאָר אַ ווידערקול פֿון די אַריבערשטײַגנדיקע האַרמאָניעס? טײַערער פֿרײַנד, פֿילסטו דען נישט, אַז גאָרניט עקזיסטירט ניט אין דער וועלט, אַהוץ דעם, וואָס איין האַרץ רעדט צו אַן אַנדערן, אָן ווערטער?" זי לייענט אַן אויסצוג אין דײַטש, ווערטער וואָס זי האָט איבערגעזעצט פֿון רוסיש; ווערטער וואָס פֿאַרכאַפּן זי, ווײַל זיי האָבן אַ שײַכות צו זאָגן עפּעס אָן ווערטער, און דאָס פֿאַרשאַפֿט איר הנאה. אויב עפּעס ווערט געזאָגט אָן ווערטער, דאַרף מען עס ניט איבערזעצן. סוועטלאַנאַ גײַער ווערט באַטראַכט צו זײַן דער בעסטער איבערזעצער פֿון רוסישער ליטעראַטור אויף דײַטש. אינעם טיטל פֿונעם פֿילם פֿאַררופֿט מען זיך אויף דאָסטאָיעווסקיס גרעסטע ליטעראַרישע ווערק וואָס גײַער האָט איבערגעזעצט. זי אַליין רופֿט יעדן באַנד — אַן "העלפֿאַנד". נישט קיין קליינע מאָס געוואַגטקייט איז נייטיק, כּדי צו שאַפֿן אַ פּיעסע איבער דער ראַק־קראַנקייט (קאַנצער); און אויב שוין יאָ זיך אונטערנעמען צו שטעלן אויף דער בינע אַ פּיעסע אויף אַזאַ משונהדיקער טעמע, איז דאָס גראַדע אַ מיוזיקל מיט געזאַנג און טאַנץ־נומערן, אויסער דעם מינדלעכן טעקסט. און דאָס אַלץ אויף אַ מערקווערדיקער טעאַטראַלער פֿאָרעם מיט שפּאַנונג, חכמה און מענטשלעכקייט. "סוף טובֿ" (אַ גוטער סוף), דאָס איז דער נאָמען פֿון דער שאַפֿונג, וועט זיכער זיך פֿאַרוואַנדלען אין משך פֿון אַ קורצער צײַט אין אַ היסטאָרישן דערפֿאָלג. דאָס קען מען שוין פֿאַרזיכערן איצט, בלויז צוויי טעג נאָך דער פּרעמיערע. ווער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם דאָזיקן אויסטערלישן ספּעקטאַקל? אַ פֿרוי!, ווי דען? נישט קיין אַנדערע ווי די דראַמאַטורגין ענת גוב (אַנאַט גאָב), אַ געבוירענע אין ישׂראל, אין 1953, אַ פֿאַרהייראַטע, די מוטער פֿון דרײַ קינדער און די באָבע פֿון צוויי אייניקלעך. זי האָט באַקומען שוין מער ווי איין מאָל די געלעגנהייט צו באַווײַזן איר טאַלאַנט ווי אַ טעאַטער־שאַפֿערין, אַממיינסטן אין "קאַמערי". איינע פֿון אירע פֿריסטע הצלחות איז געווען — "די בעסטע חבֿרטעס", אונטער דער רעזשי פֿון עדנה מאַזיאַ, וואָס פֿון דעמאָלט אָן שפּאַנען זיי כּמעט שטענדיק צוזאַמען, פֿון איין דערפֿאָלג צום אַנדערן; שפּעטער זײַנען געקומען אַנדערע דערפֿאָלגרײַכע ספּעקטאַקלען, צווישן זיי: "אוי אלוהים", און "אַ וואַרעמע משפּחה".
A Captive of the Dawn: The Life and Work of Peretz Markish (1895-1952).
פּרץ מאַרקיש איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן שם באַזירט זיך ניט בלויז אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, נאָר אויך אויף זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן אימאַזש פֿון אַ דיכטער — אַ בונטאַר. מאַרקיש איז געווען זייער פּראָדוקטיוו, אָבער ניט אַלע ווערק זײַנע זײַנען אַרײַן אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אין תּוך גענומען, גייט כּסדר די רייד וועגן אַ באַגרענעצטער צאָל לידער פֿון זײַן יוגנט־פּעריאָד, און עטלעכע לידער פֿון די סאַמע לעצטע יאָרן זײַנע. זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס פֿאַרמאָגן הײַנט ניט מער ווי אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע ווערט. אַזאַ אָפּשאַצונג ווערט באַשטעטיקט אין דעם נײַעם זאַמלבוך, פֿאַקטיש די ערשטע אַרומנעמיקע פֿאָרשערישע באַהאַנדלונג פֿון מאַרקישעס שאַפֿונג אויף וואָסער ניט איז שפּראַך. אַוודאי, שעפּט דאָס דאָזיקע בוך ווײַט ניט אויס די גאַנצע ירושה פֿונעם דיכטער. מחוץ דעם גערעם זײַנען פֿאַרבליבן אַזעלכע גרויסע ווערק זײַנע, ווי דער ראָמאַן "דור־אײַן דור־אויס", די פּאָעמעס "מלחמה" און "דער פֿערציק־יעריקער מאַן". חנה קראָנפֿעלד כאַראַקטעריזירט די לעצטע פּאָעמע, גאַנץ ריכטיק, ווי "אַ שליסל צו מאַרקישעס גאַנצער שאַפֿונג". דאָס איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ ווערק, וואָס אַ סאָוועטישער ייִדישער מחבר האָט געשריבן "אין דעם טיש אַרײַן", ניט ריכטנדיק זיך עס אַמאָל צו פּובליקירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. עס איז שווער צו דעפֿינירן דעם טערמין "פֿאָלקלאָר", אָבער פֿאַרשיידענע דעפֿיניציעס האַלטן, אַז די סטרוקטור פֿון דעם "פֿאָלקלאָר", דאַרף מער ווייניקער זיך נישט ענדערן במשך פֿון אַ צײַט, כּדי צו ווערן אָנגענומען ווי טראַדיציאָנעל. ווען דער וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן האָט פֿאַרשריבן דעם שמועס צווישן אַן אונטערוועלטניק און זײַן "פֿרײַער", בײַ וועמען ער האָט אויסגעפּרעסט געלט, האָט ער דערקענט אין דעם משׂא־מתּן אַ סטרוקטור, וואָס איז געווען כּדאַי צו פֿאַרשרײַבן. אין דעם זינען, איז לעהמאַן געווען פּיאָנעריש וואָס שייך דער דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר. אין אַ באַנד "ייִוואָ־בלעטער" (נײַע סעריע, באַנד 4) האָב איך באַשריבן די איינציקע זאַמלונג פֿון ייִדישע קלאָגענישן אויף דער וועלט. די ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע אין ווילנע, אין פֿרילינג, 1928, האָט געבעטן די ייִוואָ־זאַמלערס אין פּוילן און אַנדערע לענדער, צו באַשרײַבן און פֿאַרשרײַבן 1) דעם מינהג פֿון "קלאָגערינס" (אויך באַקאַנט ווי "קלאָגמוטערס"); 2) די קלאָגענישן וואָס מע הערט אויף אַ לוויה; 3) ספּעציעלע נוסחאָות פֿון הספּדים. וועגן דער טראַדיציע פֿון קלאָגערינס, קלאָגמוטערס און באַוויינערינס, שרײַבט פּרטימדיק אַבֿרהם רעכטמאַן, פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין זײַן באַנד "ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר". אַנ־סקיס זאַמלאַרבעט האָט מען דורכגעפֿירט מיט אַ דור פֿריִער פֿונעם ייִוואָ, און אין דער קורצער צײַט, מיט דער קאַטאַסראָפֿאַלער ערשטער וועלט־מלחמה אין מיטן, איז כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די אַלטע קלאָגמוטער־טראַדיציע. אויב איך פֿיר ריכטיק דעם חשבון, איז עס מײַן פֿערטער (און זיכער דער לעצטער) אַרטיקל "וועגן מאָסקווע", און ווי פֿריִער, וועט דאָ גיין די רייד ניט אַזוי וועגן מאָסקווע גופֿא, ווי וועגן מײַנע "אויסגראָבונגען" אין מאָסקווער אַרכיוון. צווישן די מאַטעריאַלן, וועלכע איך האָב באַצײַטנס באַשטעלט אין די אַרכיוון, איז געווען אויך די סטענאָגראַמע פֿון אַ זיצונג פֿונעם שלום-עליכם-קאָמיטעט אין נאָוועמבער 1938. כ׳האָב עס געוואָלט לייענען, ווײַל צו דער צײַט ווען דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס" וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן, וועט דער אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" אָנהייבן אַרבעטן איבערן באַנד Translating Sholem Aleichem: History, Politics and Art ("איבערזעצנדיק שלום-עליכם: געשיכטע, פּאָליטיק און קונסט"). ווי אַ שותּף אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט, האָב איך געוואָלט פֿאַרפּינקטלעכן עטלעכע זאַכן פֿאַר מײַן קאַפּיטל, וואָס הייסט "סאָוועטישער שלום-עליכם". די סטענאָגראַמע האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ דאָקומענט, וואָס איז אָנגעלאָדן מיט מער אינפֿאָרמאַציע איידער איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. דער דאָזיקער באַריכט פֿון אַ זיצונג פֿאַרדינט, מע זאָל אים פֿאַרעפֿנטלעכן און קאָמענטירן. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. און איצט, וועל איך זיך אָפּשטעלן נאָר אויף אַ פּאָר פּרטים. מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"? עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש):
Antony Polonsky.
דער צווייטער באַנד פֿון פּראָפֿעסאָר פּאָלאָנסקיס "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" באַהאַנדלט דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן די יאָרן 1881 און 1914. אין משך פֿון אָט די 33 יאָר האָט די ייִדישע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע דורכגעמאַכט ריזיקע שינוים, וואָס האָבן באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדנטום אויף די קומענדיקע הונדערט יאָר. דווקא דעמאָלט זײַנען אויסגעפֿורעמט געוואָרן אַלע וויכטיקע אידעאָלאָגישע שיטות און קולטורעלע שטרעמונגען, וואָס בלײַבן, טיילווײַז, אַקטועל הײַנט. די מאָדערניזאַציע איז געקומען אויף דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער גאַס גאַנץ שפּעט, און איר אָנקומען איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿון דער אַנטיסעמיטישער רעאַקציע. אַזוי אַרום האָבן זיך די ייִדישע מאַסן געפֿונען צווישן האַמער און קאָוואַדלע. פֿון איין זײַט האָבן זיי געדאַרפֿט זיך צופּאַסן, עקאָנאָמיש, קולטורעל און געזעלשאַפֿטלעך צו דער נײַער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער צוּוווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם צווישן אַלע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע גורם געווען נײַע מניעות פֿאַר ייִדן אויף דעם דאָזיקן וועג. |