קינאָ
פֿון מירע מניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סוועטלאַנאַ גײַער
סוועטלאַנאַ גײַער
Courtesy of Cinema Guild

עס איז ניט צופֿעליק, אַז וואַדים יענדרייקאָס נײַער דאָקומענטאַר "די פֿרוי מיט פֿינף העלפֿאַנדן" וועגן אַ זיבן-און-אַכציק־יאָריקער איבערזעצערין פֿון רוסיש אויף דײַטש, הייבט זיך אָן מיט אַ בילד פֿון אַ באַן, וואָס פֿאָרט איבער אַ בריק. בעת די קליינע ליכטלעך שימערירן דורך די פֿענצטער פֿון דער באַן, הערט מען דעם קול פֿון דער העלדין פֿונעם פֿילם, סוועטלאַנאַ גײַער׃ "טײַערער פֿרײַנד, זעסטו דען נישט, אַז אַלץ וואָס מען זעט מיט די אויגן, איז בלויז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם אומזעיִקן? טײַערער פֿרײַנד, הערסטו דען נישט, אַז דער לעבנס־אָפּקלאַנג איז נאָר אַ ווידערקול פֿון די אַריבערשטײַגנדיקע האַרמאָניעס? טײַערער פֿרײַנד, פֿילסטו דען נישט, אַז גאָרניט עקזיסטירט ניט אין דער וועלט, אַהוץ דעם, וואָס איין האַרץ רעדט צו אַן אַנדערן, אָן ווערטער?"

זי לייענט אַן אויסצוג אין דײַטש, ווערטער וואָס זי האָט איבערגעזעצט פֿון רוסיש; ווערטער וואָס פֿאַרכאַפּן זי, ווײַל זיי האָבן אַ שײַכות צו זאָגן עפּעס אָן ווערטער, און דאָס פֿאַרשאַפֿט איר הנאה. אויב עפּעס ווערט געזאָגט אָן ווערטער, דאַרף מען עס ניט איבערזעצן.

סוועטלאַנאַ גײַער ווערט באַטראַכט צו זײַן דער בעסטער איבערזעצער פֿון רוסישער ליטעראַטור אויף דײַטש. אינעם טיטל פֿונעם פֿילם פֿאַררופֿט מען זיך אויף דאָסטאָיעווסקיס גרעסטע ליטעראַרישע ווערק וואָס גײַער האָט איבערגעזעצט. זי אַליין רופֿט יעדן באַנד — אַן "העלפֿאַנד".

דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, וואַדים יענדרייקאָ, באַקענט זיך מיט סוועטלאַנאַ בײַ איר אין דער היים אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד. ער זאָגט, אַז בשעתן מאַכן דעם פֿילם, האָט ער זיך אַליין דערפֿילט אַן אימיגראַנט — "אַ מענטש, וואָס האָט געדאַרפֿט געפֿינען זײַן אייגענעם וועג צווישן די מילשטיינער פֿון זײַן צײַט". ער דערקלערט, אַז פֿאַר אים איז עס ניט געווען קיין טעמע וואָס ער האָט געדאַרפֿט גיין זוכן איבער דער וועלט; זי איז צו אים געקומען אַליין. ס׳איז אַ טעמע וואָס באַהאַלט די פֿראַגע פֿון זײַן אייגענער אידענטיטעט, ווײַל ער אַליין איז אויך אַ "וואַנדערער צווישן פֿעלקער".

די פֿראַגע "ווער איך בין?" — איז די צענטראַלע פֿראַגע, וועלכע הענגט איבער די קעפּ פֿון אַלע פּערסאָנאַזשן אין דאָסטעיווסקיס ווערק, ווי אַ בייזער גורל. זיי פֿאַלן אַרײַן אָדער אין אַן אינערלעכן תּהום, אָדער זיי ווערן רוצחים. אין דעם פֿאַל איז גײַערס לעבן פֿאַראומערט געוואָרן דורך דער אייראָפּעיִשער ברוטאַלער געשיכטע. זי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אין 1923. בײַ אירע 15 יאָר האָט מען אַרעסטירט איר פֿאָטער, בשעת די סטאַלין־רדיפֿות. באַפֿרײַט האָט מען אים מיט 18 חדשים שפּעטער. אַ פֿאַרפּײַניקטער נאָך די פֿאַרהערן און אַ קראַנקער, איז ער אין אַ יאָר אַרום געשטאָרבן. אין 1941 זײַנען די דײַטשן אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. שוין אין די ערשטע חדשים איז אין באַבי־יאַר אומגעקומנען איר בעסטע חבֿרטע.

מיר געפֿינען דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון סוועטלאַנאַס יוגנט אויך ווײַטער. די קינאָ־קאַמערע באַגלייט זי אין דער רײַזע קיין מיזרח־אייראָפּע, ווען זי באַזוכט איר היימשטאָט; די ערשטע רײַזע אַהין זינט דער מלחמה. היסטאָרישע בילדער מישן זיך איבער מיט סצענעס פֿון לעבן, וואָס גײַער דערמאָנט זיך, פֿאָרנדיק אין דער באַן.

דער מוטערס מתּנה, סוועטלאַנאַס "נדן", ווי זי רופֿט עס, איז געווען צו שיקן זי זיך לערנען שפּראַכן. דערמיט האָט די מאַמע באַוואָרנט די טאָכטער מיט אַ זיכערער פּרנסה. בעת דער אָקופּאַציע פֿון קיִעוו שטעלט זי אָפּ אויף דער גאַס אַ דײַטשישער אָפֿיציר און פֿרעגט זי, צי זי קען ניט עמעצן וואָס וואָלט געקאָנט בײַ אים ראַמען אין שטוב. איר מוטער, ווען זי האָט געהערט וועגן דעם, איז מסכּים געווען צו טאָן די אַרבעט. אַ דאַנק דער גורלדיקער טרעפֿונג מיטן אָפֿיציר, ווערט אויך גײַער אַן איבערזעצערין בײַ דעם דײַטשישן אָפֿיציר. ער האָט איר דעמאָלט צוגעזאָגט, אַז אויב זי וועט זיך אַרויסווײַזן פֿעיִק צו דער אַרבעט, וועט ער זי שיקן אויף אַ סטיפּענדיע שטודירן אין דײַטשלאַנד.

ווען די רוסן האָבן זיך געריסן צוריק אין קיִעוו, האָבן די צוויי פֿרויען פֿאַרשטאַנען, אַז צו בלײַבן אין דער שטאָט איז פֿאַר זיי געווען אַ סכּנה. זײַנען זיי געשיקט געוואָרן אין אַן אַרבעטס-לאַגער פֿאַר מיזרח-אייראָפּעיִשע געפֿאַנגענע אין דאָרטמונד. אין דײַטשלאַנד האָט אַן אַנדער באַאַמטער פֿון מיניסטעריום פֿאַר די פֿאַרנומענע געביטן זיך באַמיט צו העלפֿן דער יונגער, שיינער איבערזעצערין. ער האָט איר און איר מוטער אויסגעפֿאַרטיקט פּאַספּאָרטן, און געשיקט זי שטודירן אין דײַטשלאַנד, אין פֿרײַבורגער אוניווערסיטעט.

אין דעם פֿילם, דריקט סוועטלאַנאַ גײַער אויס איר דאַנקבאַרקייט צו די יחידים פֿונעם "דריטן רײַך" וואָס האָבן איר געהאָלפֿן בעת דער מלחמה. אַגבֿ, דער מיניסטער פֿון די פֿאַרנומענע טעריטאָריעס איז דערנאָך פֿאַרשיקט געוואָרן אויפֿן מיזרח־פֿראָנט.

"איך גלייב, אַז יעדע רוחניותדיקע איבערלעבונג פֿירט אונדז צו אַ בעסערער באַציִונג איינער צום אַנדערן, און ראַטעוועט פֿון טויט. איך גלייב, אַז די שפּראַך איז אין דעם אַ ממשותדיקע רפֿואה." נאָך דער מלחמה האָט סוועטלאַנאַ גײַער זיך באַזעצט אין פֿרײַבורג. זי איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָרין בײַם אוניווערסיטעט, חתונה-געהאַט, געבוירן קינדער און איז איצט די עלטער־מוטער פֿון אַ גרויסער משפּחה.

דער פֿילם, "די פֿרוי מיט די פֿינף העלפֿאַנדן", גיט אונדז אַ פֿאַרשידנאַרטיקן בליק אויפֿן לעבן פֿון אַ זייער איידעלער פֿרוי. מיר זעען אַ משל, ווי אַזוי אָנצוגיין ווײַטער אין לעבן נאָך אַ שרעקלעכער טראַגעדיע ניט פֿאַרלירנדיק קיין רגע פֿון דעם לעבנס שיינקייט.

"אַז די גאַנצקייט זאָל זײַן אַ פֿולע, מוז יעדער פֿאָדעם זײַן גאַנץ און גלײַך."

וואַדים יענדרייקאָן האָט זיך אין זײַן פֿילם אײַנגעגעבן "איבערצוגיסן" איין קולטור אין אַן אַנדערער. "אַוודאי, בײַם איבערזעצן, ווערט עפּעס פֿאַרלוירן, — זאָגט סוועטלאַנאַ גײַער, — אַ טייל פֿונעם 'באַגאַזש’ לאָזט מען איבער." אָבער דווקא אין דעם "איבערגעלאָזטן באַגאַזש" האָבן מיר געפֿינען אינעם פֿילם די גרעסטע עמאָציעס פֿון איר לעבן.