- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ ידיעה, אַז דינסטיק, דעם 12טן יולי, האָבן עטלעכע כוליגאַנען, פֿאַרשטעלט מיט מאַסקעס, געמאַכט אַ פּרוּוו אונטערצוצינדן די שיל "דרכּי־שלום". אַזאַ פּרוּוו איז שוין איין מאָל געמאַכט געוואָרן מיט אַ יאָר פֿריִער, און אויך דעמאָלט איז ער דורכגעפֿאַלן. דעמאָלט זײַנען פֿאַרהאַלטן געוואָרן עטלעכע קעמפֿער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט". אַגבֿ, די וואָך, דעם 11טן יולי, זײַנען 13 מיטגלידער פֿון דער נעאָ־פֿאַשיסטישער אָרגאַניזאַציע פֿאַרמישפּט געוואָרן צו פֿאַרשידענע תּפֿיסה־טערמינען. ווער זשע זײַנען זיי, די הײַנטיקע קעמפֿער פֿאַר מאַכן רוסלאַנד פֿרײַ פֿון מינאָריטעטן און אַנדערע פֿעלקער? די דאָזיקע "געזעלשאַפֿט" איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 2004. אירע פֿירער האָבן אָפֿן דערקלערט זייער צוועק צו שאַפֿן אַ רוסישע נאַציאָנאַליסטישע מדינה מיט אַ היטלעריסטישער פֿילאָסאָפֿיע. פֿון דעסטוועגן, איז איר פֿירער מאַקסים באַזילעוו, מיטן צונאָמעניש "אַדאָלף", אַרעסטירט געוואָרן ערשט אין 2008, ווען די "געזעלשאַפֿט" האָט שוין געהאַט אָנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט אירע אויסלענדישע מיטדענקער פֿון ענגלאַנד, קאַנאַדע און פֿראַנקרײַך, און געגרינדעט דאָרט אירע פֿיליעס. אָבער נאָר אין פֿעברואַר 2010 האָט דער אויבערגעריכט פֿון רוסלאַנד אָפֿיציעל פֿאַרווערט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, דעפֿינירנדיק איר טעטיקייט, ווי אַ נישט געזעצלעכע. אינעם פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מרכדי דוניצס אַרטיקל וועגן די אַנומלטיקע קאָנטראָווערסאַלע דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿרומע נאַציאָנאַליסטן אין ישׂראל, אונטערן קעפּל "רבנים קעגן די געזעצן פֿון לאַנד". די טרויעריקע און באַדראָענדיקע מעשׂה, וועלכע דוניץ האָט געשילדערט, האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיטן נע־ונד אין דער הײַנטיקער חב״ד־באַוועגונג. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט הרבֿ דובֿ ליאור, אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פֿירער פֿון די עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, אין פּרעדיקן שׂינאה קעגן די נישט־ייִדן און קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ליאור האָט געשטיצט דעם ספֿר "תּורת־המלך", וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז אַ ייִד האָט, כּלומרשט, רעכט צו דערהרגענען אַלע גויים, וועלכע דערוועגן זיך אַרויסצוטרעטן קעגן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זייערע קינדער. דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, הרבֿ יצחק שאַפּירא, אויך אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אויך אַ פֿירער פֿון די ייִשובֿניקעס, דערקלערט גאַנץ קלאָר, אַז אַלע גויים, אַפֿילו די בעסטע צווישן זיי, זענען אונטערמענטשן, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט די הייליקע ייִדן. דערפֿאַר, הגם מע טאָר נישט אומברענגען אַ גוי סתּם אַזוי, אָן קיין סיבה, דאַרפֿן נישט די ייִדן, לויט שאַפּיראס מיינונונג, צערעמאָניעווען זיך צופֿיל מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער.
Shachar M. Pinsker.
"גייענדיק איין מאָל פֿאַרטראַכט איבער די גאַסן פֿון האָמלע, איז פֿאַר מײַנע אויגן פֿאַרבײַגעפֿלויגן עפּעס אַ משונהדיקע פֿיגור. [...] עפּעס אײַלט זי שטענדיק, ווי זי וואָלט מורא געהאַט צו פֿאַרשפּעטיקן. וווּהין? וואָס? — ווייס איך נישט. וויל איך זי נענטער באַטראַכטן — קאָן איך נישט. דער מענטש לויפֿט דורך זייער שנעל און האַלט שטענדיק דעם קאָפּ אַראָפּגעבויגן." אַזאַ אײַנדרוק האָט הלל צייטלין געהאַט נאָך דער ערשטער באַגעגעניש מיט יוסף־חיים ברענער. סוף־כּל־סוף, האָט צייטלין געפֿונען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אָט דעם מערקווערדיקן יונגערמאַן. אָבער עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז צום ערשטן מאָל האָבן זיי זיך געזען אויף אַ שטאָטישער גאַס, ניט אין אַ שיל, ישיבֿה אָדער אויפֿן מאַרק. אַזאַ מין באַגעגעניש אויף דער גאַס איז אַ סימן פֿון מאָדערנע צײַטן, און ברענערס באַזוכן האָמלע איז געווען דער סאַמע אָנהייב אויף זײַן וועג אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, וואָס האָט אים געפֿירט דורך לעמבערג און לאָנדאָן קיין יפֿו, וווּ ער איז אומגעקומען בגוואַלד בעת אַ פּאָגראָם אין 1921. צייטלינס ערשטער אײַנדרוק גיט איבער דעם עצם פֿונעם גאַנצן ליטעראַרישן דור; ברענער איז געווען דער בולטסטער פֿאָרשטייער זײַנער. דאָס איז געווען דער דור, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט מאָדערנע אידעען און טעמעס אין דער העברעיִשער ליטעראַטור. צייטלין זאָגט ווײַטער וועגן ברענערן׃ "מיט וואָס די פֿיגור צייכנט זיך אויס, האָב איך נישט באַמערקט׃ זי איז צו גיך פֿאַרשוווּנדן". און דאָס איז ווידער אַ גוטער סך־הכּל פֿון דעם, וואָס אָט די מחברים האָבן אויפֿגעטאָן פֿאַר דער העברעיִשער ליטעראַטור, ווײַל זייער תּקופֿה האָט געדויערט ניט מער ווי צען־פֿופֿצן יאָר. מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך געווען אין דעם אוניווערסיטעט פֿון אילינוי, וואָס געפֿינט זיך בערך 140 מײַל פֿון שיקאַגאָ, צווישן צוויי ניט קיין גרויסע שטעטלעך: אורבאַנאַ און שאַמפּיין. דער אוניווערסיטעט האָט אַ גוטן אַקאַדעמישן ייִחוס און אַן אינטערעס צו ייִדיש, וואָס מאַכט אים גלײַך פֿאַר אַ זייער גוטן. סוף יוני איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ צוויי-טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט צונויפֿגעפֿירט בײַ איין טיש אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט סאָוועטישע, ווי אויך נאָך-סאָוועטישע, ליטעראַטורן און קולטורן אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש. עס האָט זיך באַקומען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש, וועלכע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן האַריעט מוראַוו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור, אינטערעסירט זי זיך שוין אַ היפּש ביסל צײַט מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. איר נײַ בוך, וואָס וועט אין קורצן אַרויסגיין אין פֿאַרלאַג פֿון סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט, Music from a Speeding Train: Jewish Literature in Post-Revolutionary Russia, אַנאַליזירט ליטעראַרישע ווערק אויף ביידע שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש. דאָס איז ניט די ערשטע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג, וואָס קלײַבט צונויף אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון רוסיש-ייִדישער קולטור און געשיכטע. עס גרייט זיך איצט אַ באַנד, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דזשאָן קליִער, דעם באַקאַנטן היסטאָריקער פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. דער באַנד איז באַזירט אויף רעפֿעראַטן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין. עס האָט צוויי רעדאַקטאָרן – די שוין דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרין מוראַוו און דעם היסטאָריקער יודזשין אַוורוטין. פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן, דאָס געבוירן־אָרט פֿונעם ייִדישן שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער, איז אָנגעקומען אַ באַפֿרידנדיקע ידיעה: די אָרטיקע ייִדישע אַקטיוויסטן, בראָש מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן", אינאַ דרוז און דעם ייִדיש־ליבהאָבער, אָלעג ווישניעוועצקי, האָבן אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל, לכּבֿוד זייער באַקאַנטן לאַנדסמאַן. אַוודאי, וואָלט די אונטערנעמונג נישט געקאָנט צושטאַנד קומען אויף אַזאַ ברייטן אופֿן, ווען נישט די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון אַזעלכע וויכטיקע אָרגאַניזאַציעס, ווי "פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילה אין אוקראַיִנע" און דער "אַל־אוקראַיִנישער ייִדישער קאָנגרעס", בראָש מיט איגאָר קאָלאָמאָיסקי און וואַדים ראַבינאָוויטש. בעת דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "דער אוצר", האָט דער עולם האַרציק באַגריסט פּאָליאַנקערס זון, אַלכּסנדר, וואָס איז געקומען צו דער פֿײַערונג פֿון קיִעוו מיט זײַנע חבֿרים, די מאָלער וולאַדימיר מעלניטשענקאָ און אירינאַ גאָרשקאָוואַ; צווישן די געסט זײַנען אויך געווען די פֿירער פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן" פּיאָטר און סוועטלאַנאַ ראַשקאָווסקי. דעם אויפֿמערק האָט באַלד צוגעצויגן די ביכער־אויסשטעלונג, געווידמעט פּאָליאַנקערס שאַפֿונג. זײַן פּאָרטרעט און זײַנע קורצע, שאַרפֿזיניקע אַרויסזאָגונגען אויף ייִדיש און אוקראַיִניש. געעפֿנט האָט דעם פֿעסטיוואַל דער פּרעזידענט פֿון דער רעגיאָנאַלער אַסאָציאַציע פּיאָטר ראַשקאָווסקי. אינאַ דרוז האָט איבערגעלייענט אַ ליד פֿונעם דיכטער אַרקאַדי זאַסלאַווסקי, לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי; די אָרטיקע באַטייליקטע האָבן צוגעגרייט אַ ברייטערע פּראָגראַם, מיט רעפֿעראַטן וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון הערשל פּאָליאַנקער. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די מעשׂה פֿון בלק, דער בייזער קיניג פֿון מואבֿ, וועלכער האָט געבעטן דעם מכשף בלעם צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. דער אייבערשטער האָט אָבער אַרײַנגעלייגט אין בלעמס מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. בלק האָט זיך דעמאָלט געגעבן אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, זיי זאָלן זינדיקן מיט די ייִדן און פֿאַרפֿירן זיי, בשעת־מעשׂה, צו דינען עבֿודה־זרה. די ייִדן זענען געשטאַנען אויף אַזאַ הויכער מדרגה, אַז דער גרעסטער מכשף אין דער וועלט האָט נישט געקאָנט זיי ברענגען אַ היזק. דערפֿאַר, האָט בלק געוואָלט זיי קודם אַראָפּברענגען פֿונעם הויכן רוחניות אין דער וועלט פֿון גראָבע גשמיותדיקע תּאוות. דער פּלאַן האָט טאַקע געפּועלט: אַ טייל ייִדן האָבן אָנגעהויבן דינען עבֿודה־זרה. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ גרויסע מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט נאָך דעם, ווי פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן, האָט דערהרגעט אַ ייִדישן מאַן און אַ מואבֿישע פֿרוי, וועלכע זענען געווען פֿאַרנומען אין יענעם מאָמענט מיט אינטימע באַציִונגען בפֿרהסיה. הגם די מעשׂה קלינגט טאַקע גאַנץ ווילד, זענען ביידע דערהרגעטע געווען חשובֿע מענטשן, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים. דער מאַן, וועלכער האָט געהייסן זמרי, איז געווען דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, און די פֿרוי, כּזבי, איז געווען אַ פּריצעסין פֿון מדין און אַ טאָכטער פֿונעם קיניג בלק. אין דער קלעזמער־וועלט, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים אין די סוף 1970ער יאָרן, פֿאַרגעטערט מען צוויי קלאַרנעטיסטן פֿון דער אַלטער היים, דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן. די צוויי שפּילערס שטעלן מיט זיך פֿאָר דאָס בעסטע וואָס אַ מוזיקער קען דערגרייכן, שפּילנדיק אינעם טראַדיציאָנעלן נוסח. בראַנדווײַן האָט געשפּילט מיט אַ ווילדן, האַסטיקן סטיל, וואָס איז שווער נאָכצומאַכן, אַפֿילו פֿאַר די געניטסטע מוזיקער, אויב מע האָט נישט דעם טעמפּעראַמענט דערפֿאַר. טאַראַס האָט געשפּילט מער גלאַטיק, אָבער מיט אַלע קנייטשן פֿון אַן עכטן ייִדישלעכן סטיל. נו, און וואָס וועגן די אַנדערע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן אין אַמעריקע, וועלכע האָבן געשפּילט אויף טויזנטער חתונות, ווען קלעזמער זענען נאָך געווען אין דער מאָדע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה? שמואלקע בעקערמאַן, האַלט מען אויף אַ ביסל אַ נידעריקערער מדרגה ווי טאַראַס און בראַנדווײַן, אָבער אויך פֿאַר אַן עכטן שפּילער. אין אונדזער צײַט האָט געשפּילט זײַן זון סיד בעקערמאַן, אַ פּאָסט־טרעגער בײַ טאָג, און מוזיקער אין די אָוונטן (אַגבֿ, האָט ער געשפּילט אויף מײַן חתונה). פֿאַרן קלאַרנעטיסט פּאָל פּינקוס ז״ל האָט מען אויך געהאַט גרויס דרך־ארץ. וועגן פּינקוס האָט מיר דערציילט אַ טשיקאַווע מעשׂה נחום קויפֿמאַן, דער קלאַנג־ און ווידעאָ־אינזשיניער בײַ אונדז אין "פֿאָרווערטס". מע האָט אים אָנגעשטעלט צו שפּילן אַקאָרדעאָן אויף אַ ציגײַנערישער "לוויה" אין ניו־יאָרק. דער טויטער איז געלעגן אין קאַסטן און די ציגײַנער האָבן באַשטעלט אַ ייִדישע קאַפּעליע, זי זאָל שפּילן פֿריילעכע קלעזמער־שטיקלעך, כּדי "אויפֿצומונטערן" דעם מת — אַ שׂימחה! די ציגײַנער־עדה האָט שטענדיק באַשטעלט פּאָל פּינקוס, ער זאָל שפּילן אויף זײַן קלאַרנעט בײַ די געלעגנהייטן, און אים צוגעשטופּט אַלץ נאָענטער און נאָענטער צום טויטן. עס איז ניט צופֿעליק, אַז וואַדים יענדרייקאָס נײַער דאָקומענטאַר "די פֿרוי מיט פֿינף העלפֿאַנדן" וועגן אַ זיבן-און-אַכציק־יאָריקער איבערזעצערין פֿון רוסיש אויף דײַטש, הייבט זיך אָן מיט אַ בילד פֿון אַ באַן, וואָס פֿאָרט איבער אַ בריק. בעת די קליינע ליכטלעך שימערירן דורך די פֿענצטער פֿון דער באַן, הערט מען דעם קול פֿון דער העלדין פֿונעם פֿילם, סוועטלאַנאַ גײַער׃ "טײַערער פֿרײַנד, זעסטו דען נישט, אַז אַלץ וואָס מען זעט מיט די אויגן, איז בלויז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם אומזעיִקן? טײַערער פֿרײַנד, הערסטו דען נישט, אַז דער לעבנס־אָפּקלאַנג איז נאָר אַ ווידערקול פֿון די אַריבערשטײַגנדיקע האַרמאָניעס? טײַערער פֿרײַנד, פֿילסטו דען נישט, אַז גאָרניט עקזיסטירט ניט אין דער וועלט, אַהוץ דעם, וואָס איין האַרץ רעדט צו אַן אַנדערן, אָן ווערטער?" זי לייענט אַן אויסצוג אין דײַטש, ווערטער וואָס זי האָט איבערגעזעצט פֿון רוסיש; ווערטער וואָס פֿאַרכאַפּן זי, ווײַל זיי האָבן אַ שײַכות צו זאָגן עפּעס אָן ווערטער, און דאָס פֿאַרשאַפֿט איר הנאה. אויב עפּעס ווערט געזאָגט אָן ווערטער, דאַרף מען עס ניט איבערזעצן. סוועטלאַנאַ גײַער ווערט באַטראַכט צו זײַן דער בעסטער איבערזעצער פֿון רוסישער ליטעראַטור אויף דײַטש. אינעם טיטל פֿונעם פֿילם פֿאַררופֿט מען זיך אויף דאָסטאָיעווסקיס גרעסטע ליטעראַרישע ווערק וואָס גײַער האָט איבערגעזעצט. זי אַליין רופֿט יעדן באַנד — אַן "העלפֿאַנד". נישט קיין קליינע מאָס געוואַגטקייט איז נייטיק, כּדי צו שאַפֿן אַ פּיעסע איבער דער ראַק־קראַנקייט (קאַנצער); און אויב שוין יאָ זיך אונטערנעמען צו שטעלן אויף דער בינע אַ פּיעסע אויף אַזאַ משונהדיקער טעמע, איז דאָס גראַדע אַ מיוזיקל מיט געזאַנג און טאַנץ־נומערן, אויסער דעם מינדלעכן טעקסט. און דאָס אַלץ אויף אַ מערקווערדיקער טעאַטראַלער פֿאָרעם מיט שפּאַנונג, חכמה און מענטשלעכקייט. "סוף טובֿ" (אַ גוטער סוף), דאָס איז דער נאָמען פֿון דער שאַפֿונג, וועט זיכער זיך פֿאַרוואַנדלען אין משך פֿון אַ קורצער צײַט אין אַ היסטאָרישן דערפֿאָלג. דאָס קען מען שוין פֿאַרזיכערן איצט, בלויז צוויי טעג נאָך דער פּרעמיערע. ווער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם דאָזיקן אויסטערלישן ספּעקטאַקל? אַ פֿרוי!, ווי דען? נישט קיין אַנדערע ווי די דראַמאַטורגין ענת גוב (אַנאַט גאָב), אַ געבוירענע אין ישׂראל, אין 1953, אַ פֿאַרהייראַטע, די מוטער פֿון דרײַ קינדער און די באָבע פֿון צוויי אייניקלעך. זי האָט באַקומען שוין מער ווי איין מאָל די געלעגנהייט צו באַווײַזן איר טאַלאַנט ווי אַ טעאַטער־שאַפֿערין, אַממיינסטן אין "קאַמערי". איינע פֿון אירע פֿריסטע הצלחות איז געווען — "די בעסטע חבֿרטעס", אונטער דער רעזשי פֿון עדנה מאַזיאַ, וואָס פֿון דעמאָלט אָן שפּאַנען זיי כּמעט שטענדיק צוזאַמען, פֿון איין דערפֿאָלג צום אַנדערן; שפּעטער זײַנען געקומען אַנדערע דערפֿאָלגרײַכע ספּעקטאַקלען, צווישן זיי: "אוי אלוהים", און "אַ וואַרעמע משפּחה". עס דערמאָנט זיך מיר אַ פּורים אין ארץ־ישׂראל, ווען מיר האָבן דאָרט געוווינט. ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער יום־טובֿ פּורים, ווען מײַן בנימעלע איז געגאַנגען אין גן־ילדים, דאָס הייסט, קינדער־גאָרטן. איז די לערערין דעמאָלט געווען אין די פֿערציקער יאָרן, און זי האָט געלערנט לערער די חכמה פֿון פּעדאַגאָגיע. איך האָב געזען, אַז זי מערקט נישט אָפּ דעם יום־טובֿ פּורים אין קלאַס, האָב איך זי געפֿרעגט: "היתּכן! ווי קומט עס, אַז איר פֿײַערט נישט פּורים אין בנימעלעס קינדער־גאָרטן?" האָט מיר די לערערין אויפֿגעקלערט, אַז זי גלייבט נישט בכלל דער גאַנצער מגילת־אסתּר, ווײַל דעם יום־טובֿ האָט מען געפּראַוועט אין גלות. צווייטנס, איז אַחשוורוש גלאַט געווען אַ מלך אַ שיכּור, אַ גוי; און אסתּר המלכּה — איינע פֿון זײַנע קעפּסווײַבער אין קעניגלעכן הויף. "מרדכי הצדיק," האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער, "איז געווען אַ מיאוסער גלות־ייִד, וועלכער האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן לאַנגע נאָז אין פֿרעמדע טעפּלעך. נישט אַנדערש ווי ער האָט געדרייט מיטן גראָבן פֿינגער ווי עס האָט זיך אים געלוינט. המן איז טאַקע געווען אַ רשע. דאַרף מען אים דערפֿאַר נישט דערמאָנען". און איר צונג האָט זיך געדרייט בײַ איר אין מויל ווי אויף שרויפֿן אַהין און צוריק ווי אַן אומרו (pendulum) אויף אַ וואַנטזייגער. געזען מיט וועמען איך האָב דאָ צו טאָן, האָב איך גענומען ס׳וואָרט: נאָך זײַן נײַעם סעריאַלן נצחון, מיט וועלכן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז הײַנטיקע וואָך באַשאָנקען געוואָרן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן די פּרוּוון פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע קעגן עזה — איז אים געוואָרן פֿאָרגעלייגט, ווי זײַן קומענדיקע אָפּעראַציע, מבֿטל צו מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער אינעם קאַלענדאַר — און פּטור אַן עסק. אויס מיט סעפּטעמבער — און אויס מיטן קאָפּ־ווייטיק! דעם דאָזיקן "קאָנסטרוקטיוון פֿאָרשלאַג" האָט ער באַקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ סאַטירישער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף וויפֿל דער געדאַנק ווערט אויסגעדריקט אין די ראַמען פֿון דעם פּובליציסטישן הומאָר, שפּיגלט ער אָבער אָפּ דעם טרויעריקן אמת פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט, לויט וועלכער דער חודש סעפּטעמבער וואָלט געטאָן דעם פּרעמיער נתניהו אַ גרויסע מיצווה, ווען ער וואָלט געלאָזט זיך אויסמעקן פֿון דעם קאַלענדאַר. אָבער אַזוי ווי עס קען שוין נישט ווערן אויסגעמעקט פֿון דער געשיכטע דער פֿאַרשאָלטענער 1טער סעפּטעמבער 1939, וועלכער האָט אונדז געבראַכט די היטלער־מלחמה און דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַזוי קען אויך נישט איגנאָרירט ווערן דער פֿאַקט, אַז אויסער די פּאַסירונגען, וואָס דערוואַרטן דער מדינה אין דעם נאָענטן חודש סעפּטעמבער 2011, וועלכער שטייט שוין אָט-אָט "אַ ליאַדע מינוט" אויף דער שוועל, האָבן מיר הינטער זיך אויך די היסטאָרישע דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 18 יאָר צוריק, ווען עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ. הײַיאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט ווערן זיבעציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער קיִעווער באַבי-יאַר האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פּשוט אַ געגנט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק איז עס אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַן אָרט פֿון איינער פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין דער חורבן-געשיכטע. נאָך דער מלחמה האָט באַבי-יאַר בולט סימבאָליזירט די באַציִונג פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים צו חורבן-מעמאָריאַלן. הגם אַן אַרטיקל פֿון מירע אײַזענשטאַדט — אונטערן טיטל "אַ דענקמאָל אין באַבי-יאַר" — האָט זיך באַוויזן אין דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט" נאָך דעם 7טן יולי 1945, האָט דאָס שחיטה-אָרט ניט געהאַט קיין מעמאָריאַל אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק. און ווען מע האָט שוין יאָ געשטעלט אַ דענקמאָל, האָט עס בכּיוון קיין שײַכות ניט געהאַט צו ייִדן. די סאָוועטישע רעגירונג האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט שאַפֿן קיין באַזונדערן ייִדישן אָנדעק-אָרט, און ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מאָס, וואָס קען אָפּמעסטן דעם חלק פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם חלק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די מורא פֿון "שטאַרקער מאַכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם". מע האָט אויך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די שחיטה האָבן דורכגעפֿירט 1,500 גזלנים, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען 300 דײַטשן און 1,200 אוקראַיִנער. אַזעלכע פּרטים האָבן געקענט שטערן דעם אָפֿיציעלן געפֿיל פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", וואָס האָט געדאַרפֿט הערשן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, און אין סאָוועטן-אוקראַיִנע, בפֿרט. |