ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Shachar M. Pinsker.
Literary Passports:
The Making of Modernist Hebrew Fiction in Europe.
Stanford University Press, 2011


"גייענדיק איין מאָל פֿאַרטראַכט איבער די גאַסן פֿון האָמלע, איז פֿאַר מײַנע אויגן פֿאַרבײַגעפֿלויגן עפּעס אַ משונהדיקע פֿיגור. [...] עפּעס אײַלט זי שטענדיק, ווי זי וואָלט מורא געהאַט צו פֿאַרשפּעטיקן. וווּהין? וואָס? — ווייס איך נישט. וויל איך זי נענטער באַטראַכטן — קאָן איך נישט. דער מענטש לויפֿט דורך זייער שנעל און האַלט שטענדיק דעם קאָפּ אַראָפּגעבויגן."

אַזאַ אײַנדרוק האָט הלל צייטלין געהאַט נאָך דער ערשטער באַגעגעניש מיט יוסף־חיים ברענער. סוף־כּל־סוף, האָט צייטלין געפֿונען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אָט דעם מערקווערדיקן יונגערמאַן. אָבער עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז צום ערשטן מאָל האָבן זיי זיך געזען אויף אַ שטאָטישער גאַס, ניט אין אַ שיל, ישיבֿה אָדער אויפֿן מאַרק.

אַזאַ מין באַגעגעניש אויף דער גאַס איז אַ סימן פֿון מאָדערנע צײַטן, און ברענערס באַזוכן האָמלע איז געווען דער סאַמע אָנהייב אויף זײַן וועג אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, וואָס האָט אים געפֿירט דורך לעמבערג און לאָנדאָן קיין יפֿו, וווּ ער איז אומגעקומען בגוואַלד בעת אַ פּאָגראָם אין 1921. צייטלינס ערשטער אײַנדרוק גיט איבער דעם עצם פֿונעם גאַנצן ליטעראַרישן דור; ברענער איז געווען דער בולטסטער פֿאָרשטייער זײַנער. דאָס איז געווען דער דור, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט מאָדערנע אידעען און טעמעס אין דער העברעיִשער ליטעראַטור. צייטלין זאָגט ווײַטער וועגן ברענערן׃ "מיט וואָס די פֿיגור צייכנט זיך אויס, האָב איך נישט באַמערקט׃ זי איז צו גיך פֿאַרשוווּנדן". און דאָס איז ווידער אַ גוטער סך־הכּל פֿון דעם, וואָס אָט די מחברים האָבן אויפֿגעטאָן פֿאַר דער העברעיִשער ליטעראַטור, ווײַל זייער תּקופֿה האָט געדויערט ניט מער ווי צען־פֿופֿצן יאָר.

שוין אין די 1920ער יאָרן איז דער אייראָפּעיִשער מאָדערניזם אַוועק פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור־בינע. די אָפֿיציעלע געשיכטע פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור קאָנצענטרירט זיך אויף דער אַנטוויקלונג אינעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל און האַלט אייראָפּע פֿאַר אַן "אַכסניא אויף איין נאַכט". אָבער ווי עס דערווײַזט אין זײַן בוך פּראָפֿעסאָר שחר פּינסקער, פֿאַרנעמט דווקא די אייראָפּעיִשע תּקופֿה זייער אַ חשובֿ אָרט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.

טעמאַטיש באַשטייט דאָס בוך פֿון דרײַ טיילן, וואָס באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון מאָדערניסטישער שעפֿערישקייט אויף העברעיִש. דער ערשטער טייל באַשרײַבט די לאַנדשאַפֿטן פֿון די אייראָפּעיִשע שטעט, ווי עס האָבן זיי דערזען די יונגע אינטעליגענטע ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייערע היימען אין תּחום־המושבֿ און זיך אַוועקגעלאָזט אין דער גרויסער וועלט אַרײַן. דער מאָטיוו פֿון אַ ליידיקן אַליין–גייער אין אַ גרויסער שטאָט איז אַוודאי ניט קיין חידוש אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, אָבער ער איז געווען ווי צוגעמאָסטן פֿאַרן מצבֿ פֿון אַ יונגן העברעיִשן מחבר־אינטעליגענט פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

דער צווייטער טייל אַנאַליזירט די טעמע פֿון עראָטישקייט און ליבע. כּמעט אַלע העברעיִשע ליטעראַטן זײַנען געווען געוועזענע ישיבֿה־בחורים, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט די טראַדיציאָנעלע וועלט און זיך געראַנגלט מיט כּלערליי אינערלעכע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען.

אין דער אַלטער היים האָט מען געלייזט די דאָזיקע פּראָבלעמען דורך שידוך. אָבער דאָ, אין דער פֿרײַער, נײַער וועלט פֿון דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטור, איז אַלץ געווען אַ סך מער קאָמפּליצירט. ברענער, גנעסין, שאָפֿמאַן און אַנדערע שרײַבער האָבן געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן באַגריף פֿון ליבע, וואָס האָט צונויפֿגעשמאָלצן די רוסישע נעאָ־פּלאַטאָנישע קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿיע פֿון וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו מיטן דעקאַדענטישן עראָטיזם פֿון אָסקאַר ווײַלד און סטאַניסלאַוו פּשיבישעווסקי.

ליטעראַרישע שאַפֿונג און עראָטישע ליבע זײַנען געווען ענג איבערגעפֿלאָכטן אינעם לעבן פֿון ליטעראַרישע העלדן, און, ווי פּינסקער באַמערקט, אויך אינעם לעבן פֿון די מחברים. פֿון דער דאָזיקער שפּאַנונג זײַנען אויסגעוואַקסן די בעסטע ווערק פֿון ברענער, גנעסין און דעם יונגן עגנון.

דער דריטער טייל גיט זיך אָפּ מיטן ענין ייִדישקייט אין די ווערק פֿון העברעיִשע מאָדערניסטן. געוויינטלעך, האַלט מען, אַז זייער פּראָטעסט קעגן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער האָט זיך אויסגעדריקט, קודם־כּל, אינעם אָפּזאָגן זיך פֿון רעליגיעזער שפּראַך און מעטאַפֿאָריק, להיפּוך צו זייערע פֿאָרגייער, ביאַליק און מענדעלע. אָבער פּינסקער דערווײַזט, אַז אַזאַ מין איבערבראָך איז געווען אַן ענין פֿון סטיל, ניט פֿון אינהאַלט.

די עיקרדיקע פֿילאָסאָפֿישע פּראָבלעמען פֿון גוט און בייז, נשמה און גוף, לעבן און טויט, האָבן פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אין דער פֿאַר־מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור. איר שפּראַך איז געווען פֿרײַ פֿון דער תּנ״כישער מליצה, כאָטש צומאָל האָט מען זיך יאָ באַנוצט מיט דער שפּראַך פֿון רבנישע און קבליסטישע מקורים, וואָס זיי האָבן זייער גוט געקענט זינט זייערע יונגע ישיבֿה־יאָרן.

די רוסישע השפּעה, בפֿרט מצד דעם רוסיש־ייִדישן דענקער לעוו שעסטאָוו, האָט דאָ אויך געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע; דאָ דאַרף מען אָבער זײַן אָפּגעהיט, ווײַל שעסטאָוו אַליין איז דווקא ניט געווען קיין רעליגיעזער דענקער. ער האָט געשריבן אַ סך וועגן רעליגיע, אָבער זײַן צוגאַנג איז געווען אין תּוך גענומען אַ סקעפּטישער. עס איז מסתּמא ריכטיקער צו רעדן וועגן דעם פֿילאָסאָפֿישן עקזיסטענציאַליזם איידער וועגן אַ נײַעם רעליגיעזן וועלטבאַנעם אין די ווערק פֿון העברעיִשע מאָדערניסטן.

"ליטעראַרישע פּאַספּאָרטן" עפֿנט אַ נײַעם האָריזאָנט פֿאַר דער פֿאָרשונג ניט בלויז פֿון העברעיִשער, נאָר אויך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אייניקע פֿון די מחברים האָבן געשריבן אויף ביידע שפּראַכן, און דערצו נאָך זײַנען פֿאַראַן אינטערעסאַנטע דירעקטע איבערקלאַנגען צווישן דעם ייִדישן און העברעיִשן מאָדערניזם, ווי למשל, די געשטאַלטן פֿון אַ העברעיִשן שרײַבער (באַזירט אויף אורי ניסן גנעסין) אין די ווערק פֿון בערגעלסאָן און ציליע דראָפּקין. די צוויי ליטעראַטורן זײַנען געווען גאַנץ פֿאַרשידן אין זייער סטיליסטיק און פּאָעטיק, אָבער זיי האָבן באַשריבן איין וועלט.