|
|
|
מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך געווען אין דעם אוניווערסיטעט פֿון אילינוי, וואָס געפֿינט זיך בערך 140 מײַל פֿון שיקאַגאָ, צווישן צוויי ניט קיין גרויסע שטעטלעך: אורבאַנאַ און שאַמפּיין. דער אוניווערסיטעט האָט אַ גוטן אַקאַדעמישן ייִחוס און אַן אינטערעס צו ייִדיש, וואָס מאַכט אים גלײַך פֿאַר אַ זייער גוטן. סוף יוני איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ צוויי-טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט צונויפֿגעפֿירט בײַ איין טיש אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט סאָוועטישע, ווי אויך נאָך-סאָוועטישע, ליטעראַטורן און קולטורן אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש. עס האָט זיך באַקומען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש, וועלכע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן האַריעט מוראַוו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור, אינטערעסירט זי זיך שוין אַ היפּש ביסל צײַט מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. איר נײַ בוך, וואָס וועט אין קורצן אַרויסגיין אין פֿאַרלאַג פֿון סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט, Music from a Speeding Train: Jewish Literature in Post-Revolutionary Russia, אַנאַליזירט ליטעראַרישע ווערק אויף ביידע שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש.
דאָס איז ניט די ערשטע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג, וואָס קלײַבט צונויף אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון רוסיש-ייִדישער קולטור און געשיכטע. עס גרייט זיך איצט אַ באַנד, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דזשאָן קליִער, דעם באַקאַנטן היסטאָריקער פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. דער באַנד איז באַזירט אויף רעפֿעראַטן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין. עס האָט צוויי רעדאַקטאָרן – די שוין דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרין מוראַוו און דעם היסטאָריקער יודזשין אַוורוטין.
מיט יודזשינען האָב איך זיך באַקענט מיט פֿינף יאָר צוריק, אויך אין דעם טאָפּלטן שטעטל אורבאַנאַ-שאַמפּיין און אויך בשעת אַ צונויפֿקומעניש — דעמאָלט איז דאָרטן געווען אַ סעמינאַר. יודזשין האָט יענעם זומער נאָר וואָס באַקומען אַן אַרבעט אין דעם אוניווערסיטעט און קיין דירה האָט ער נאָך ניט געהאַט. אַזוי זײַנען מיר אויף עטלעכע טעג געוואָרן שכנים אין אַ סטודענטישער צוזאַמענוווינונג. האָט ער מיר דעמאָלט דערציילט וועגן דער טעמע, איבער וועלכער ער האָט געאַרבעט, דהײַנו: די באַציִונג פֿון דער צאַרישער אַדמיניסטראַציע צו ייִדן ווי אַ ראַסן-גרופּע. איצט, זײַענדיק אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין, האָב איך אין דעם היגן ביכער-געשעפֿט געקויפֿט יודזשינס בוך "ייִדן און די אימפּערישע מלוכה: אידענטיפֿיקאַציע-פּאָליטיק אין צאַרישן רוסלאַנד".
דאָס איז געווען אַ גוטער אײַנפֿאַל — צו קויפֿן דאָס בוך. די אַכט שעה פֿון פֿליִען פֿון שיקאַגאָ ביז לאָנדאָן האָבן זיך צעוואַקסן אין צען שעה, ווײַל מע האָט זיך לאַנג געפּאָרעט מיט איינעם פֿון די מאָטאָרן. עפּעס האָט ער זיך אויפֿגעפֿירט ניט אַזוי ווי מע דאַרף. דערצו נאָך איך איך געפֿלויגן מיט "אַמעריקאַן עירלײַנס", און דאָס הייסט אַז קיין נײַע פֿילמען האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט געוויזן. (וועגן דער אַכילה, וואָס זיי גיבן אין עראָפּלאַן, וועל איך בעסער מאַכן אַ שווײַג, אַניט וועט מען מיך באַשולדיקן אין אַנטי-אַמעריקאַניזם.) הקיצור, מע דאַרף זײַן פֿריש, געזונט און משוגע צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אָן אַ גוט בוך אין דײַנע הענט.
דער סוף איז אַז — טאַקע אַ דאַנק דעם "אַמעריקאַן עירלײַנס" — האָב איך גרויס הנאה געהאַט פֿון לייענען אַוורוטינס פֿאָרשונג, וואָס איז באַזירט אויף אַרכיוו-מאַטעריאַלן, ווי אויך געדרוקטע ביכער און אַרטיקלען. איך עצה עס צו לייענען יעדן איינעם, וואָס וויל פֿאַרשטיין בעסער (און ריכטיקער) די באַדינגונגען, וועלכע די רוסישע מלוכה האָט געשאַפֿן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. ס’איז וויכטיק, אַז דער מחבר קוקט אויף די געשעענישן ניט דורך דער אַלטער פּריזמע פֿון אַנטי-ייִדישע גזירות. די אימפּעריע איז דאָך געווען גאָר ניט קיין גן-עדן פֿאַר אַנדערע פֿעלקער אויך, די רוסן בתוכם. אַנדערש וואָלט מען אין יענע מקומות קיין רעוואָלוציעס ניט געמאַכט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ייִדן זײַנען לכל-הפּחות ניט געווען פֿאַרשקלאַפֿט ווי מיליאָנען קריסטלעכע פּויערים ביז 1861.
דער לייענער פֿון אַוורוטינס בוך וועט זיך באַקענען מיט דער הויפּט-טענדענץ — און הויפּט-משוגעת — פֿונעם רוסיש-ייִדישן לעבן: די רעגירונג איז געווען פֿאַראינטערעסירט אין "אויסמענטשלען" די ייִדן, אַסימילירן זיי, אָבער קיין גרויסער אינטערעס איז ניט אַרויסגעוויזן געוואָרן אין אַרײַננעמען די גאָר אַסימילירטע; דאָס הייסט, די משומדים, אין דעם גוף פֿון דער רוסישער נאַציע. נאָך מער: מע האָט געטאָן אַלץ, כּדי ייִדן זאָלן ניט פֿאַרלירן קיין סימנים פֿון ייִדישקייט און אויף אַזאַ אופֿן זאָל מען זיי קענען דערקענען. ווי אַזוי? לויט די דאָקומענטן, וועלכע האָבן געטראָגן אינפֿאָרמאַציע, אַז דער דאָזיקער קריסט איז אַ געוועזענער ייִד. מע האָט אויך קאָנטראָלירט, אַז ייִדן זאָלן ניט פֿאַרגוייִשן זייערע נעמען — אַז אַ חיים זאָל, חלילה, ניט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ יעפֿים, און אַן אַוורעמל זאָל זיך ניט פֿאַרבאַהאַלטן אונטערן נאָמען פֿון אַן אַלבערט צי אַן אַדאָלף. די טענדענץ ניט אַרײַנצולאָזן די ייִדן אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט איז געוואָרן שטאַרקער אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון דער אימפּעריע.
ס’איז שווער צו לייענען דאָס בוך אָן דורכפֿירן פּאַראַלעלן מיט דער סאָוועטישער תּקופֿה, אין וועלכער אַ ייִד האָט, אין תּוך אַרײַן, ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו ווערן אַ רוס צי נאָך עפּעס וואָס. סײַ אין די צאַרישע צײַטן, סײַ אין די סאָוועטישע (בפֿרט שפּעט-סאָוועטישע), האָט אַזאַ מצבֿ געשאַפֿן ניט-צופֿרידנקייט, ווײַל ווי אַ ייִד האָט דער מענטש געהאַט באַגרענעצונגען אין דעם צוטריט צו בילדונג און די מעגלעכקייטן צו מאַכן אַ גוטע קאַריערע, און, בכלל, געשאַפֿן כּלערליי פּראָבלעמען.