אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג. אין צענטער — ענת וואַקסמאַן |
נישט קיין קליינע מאָס געוואַגטקייט איז נייטיק, כּדי צו שאַפֿן אַ פּיעסע איבער דער ראַק־קראַנקייט (קאַנצער); און אויב שוין יאָ זיך אונטערנעמען צו שטעלן אויף דער בינע אַ פּיעסע אויף אַזאַ משונהדיקער טעמע, איז דאָס גראַדע אַ מיוזיקל מיט געזאַנג און טאַנץ־נומערן, אויסער דעם מינדלעכן טעקסט. און דאָס אַלץ אויף אַ מערקווערדיקער טעאַטראַלער פֿאָרעם מיט שפּאַנונג, חכמה און מענטשלעכקייט.
"סוף טובֿ" (אַ גוטער סוף), דאָס איז דער נאָמען פֿון דער שאַפֿונג, וועט זיכער זיך פֿאַרוואַנדלען אין משך פֿון אַ קורצער צײַט אין אַ היסטאָרישן דערפֿאָלג. דאָס קען מען שוין פֿאַרזיכערן איצט, בלויז צוויי טעג נאָך דער פּרעמיערע.
ווער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם דאָזיקן אויסטערלישן ספּעקטאַקל? אַ פֿרוי!, ווי דען? נישט קיין אַנדערע ווי די דראַמאַטורגין ענת גוב (אַנאַט גאָב), אַ געבוירענע אין ישׂראל, אין 1953, אַ פֿאַרהייראַטע, די מוטער פֿון דרײַ קינדער און די באָבע פֿון צוויי אייניקלעך.
זי האָט באַקומען שוין מער ווי איין מאָל די געלעגנהייט צו באַווײַזן איר טאַלאַנט ווי אַ טעאַטער־שאַפֿערין, אַממיינסטן אין "קאַמערי". איינע פֿון אירע פֿריסטע הצלחות איז געווען — "די בעסטע חבֿרטעס", אונטער דער רעזשי פֿון עדנה מאַזיאַ, וואָס פֿון דעמאָלט אָן שפּאַנען זיי כּמעט שטענדיק צוזאַמען, פֿון איין דערפֿאָלג צום אַנדערן; שפּעטער זײַנען געקומען אַנדערע דערפֿאָלגרײַכע ספּעקטאַקלען, צווישן זיי: "אוי אלוהים", און "אַ וואַרעמע משפּחה".
איז וועגן וואָס האַנדלט זיך עס אין "סוף טובֿ"?
אין דער שפּיטאָל־אָפּטיילונג פֿאַר טאָג־באַהאַנדלונג קומט אָן אַ נײַע קראַנקע — טאַליאַ ראָט, אַ טעאַטער־אַקטריסע, פֿון אַרום 50 יאָר — צו באַקומען אַ קוראַציע, וואָס דאַרף איר פֿאַרלענגערן דאָס לעבן. דורך דער באַגעגעניש מיט די אַנדערע קראַנקע פֿרויען פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַרשטייט זי וואָס עס דערוואַרט זי בײַם המשך און דאָס ווירקט אויף איר זי זאָל אויף ס׳נײַ טראַכטן ווי אַזוי זי וואָלט געוואָלט פֿאַרענדיקן דאָס לעבן. איר באַשלוס אָפּצושטעלן די הייל־באַהאַנדלונג מאַכט אַן איבערקערעניש אין דער שפּיטאָל־סיסטעם, וועלכע ווייסט נישט ווי אַזוי צו האַנדלען אין אַזאַ פֿאַל.
אין קיין שום אָרט פֿון דער פּראָגראַם וואָס באַגלייט דעם ספּעקטאַקל ווערט נישט דערמאָנט, אַז די מחברין האָט געליטן פֿון דער ראַק־קראַנקייט, אַז זי האָט דורכגעמאַכט אַ היילונג־פּראָצעס, וואָס אַלע פֿאַרשטייען, אַז ס׳איז נישט געווען קיין לײַכטער, און צו אונדזער גרויסער צופֿרידנקייט געפֿינט זי זיך דאָ מיט אונדז.
אין דער איצטיקער פּיעסע, פֿאַר פֿרויען און געווידמעט פֿרויען, באַציט זיך ענת גוב צו דער ראַק־קראַנקייט מיט אַ קאַלט־ניכטערן בליק; די האַנדלונג קומט פֿאָר אין קוראַציע־צימער וווּ דרײַ קראַנקע, אויסגעזעצט אויף זייערע ערטער צו באַקומען די כעמאָטעראַפּיע־באַהאַנדלונג וואָס פֿליסט אַרײַן אין זייערע אָדערן, וויצלען זיך איינע איבער דער אַנדערער. דער אָנקום פֿון דער באַקאַנטער אַקטריסע וועקט אויף נײַגעריקייט בײַ די אַנדערע קראַנקע, איבערהויפּט, ווען ס׳ווערט קלאָר, אַז דער נײַ־אָנגעקומענער גייט אין לעבן נישט צו וואַרפֿן זיך אין די אויגן און זיך האַלטן אָפּגעזונדערט. די אומשטאַנדן אָבער פֿון דעם דאָזיקן אָרט דערנענטערט זיי, אַפֿילו נישט ווילנדיק.
אין דעם טאַלאַנטפֿולן אַנסאַמבל געפֿינען זיך: די יונגיטשקע פֿרומע אמונה, (אײַנדרוקספֿול־חנעוודיק אויסגעפֿירט דורך ראָני שובאַל), מיטן סידור וואָס זי לאָזט נישט אַרויס פֿון דער האַנט. זי האָט איבערגעלאָזט אין דער היים זעקס קליינע קינדער אונטער דער אויפֿזיכט פֿון אַן אומבאַהאָלפֿענעם מאַן; די טאַלאַנטפֿולע שׂרית ווינאָ־עלאַד אין דער ראָלע פֿון דער לעבנס־דאָרשטיקער מיקי, נעמט אויס בײַם עולם מער ווי שטענדיק; די הויכגעשעצטע דערפֿאַרענע אַקטריסע זהרירה חאַריפֿאַי, וועלכע האָט קיין מאָל נישט אַרויסגעוויזן אַזוי פֿיל לעבנסלוסט ווי אין דער ראָלע פֿון דער ראַק־קראַנקער חיהלע, און ענת וואַקסמאַן — אין דער ראָלע פֿון דער אַקטריסע, וואָס בלויז איצט האָט זי זיך דערוווּסט, אַז זי איז קראַנק און נעמט מוטיק אָן דעם באַשלוס אָפּצוּוואַרפֿן די היילונג.
ס׳קומט אויך וואַרעמע לויבווערטער דער אַקטריסע רותי אַסאַרסאַי איבער איר וווּנדערלעכער אַרבעט אין דער ראָלע פֿון דער קראַנקן־שוועסטער אַמאַליאַ; מ׳דאַרף אויך נישט שפּאָרן קיין לויב־אויסדרוקן דעם אַקטיאָר יפֿתּח קליין, וועלכער פֿירט אויס איבערצײַגנדיק די ראָלע פֿון ד״ר כּ״ץ — פֿון די קאָנפֿליקטיווע באַציִונגען בײַ דער ערשטער באַגעגעניש מיט דער מיוחסדיקער קראַנקער אַקטריסע ביז דער קעגנזײַטיקער פֿאַרערונג איינער צום צווייטן בײַם סאַמע סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג.
די מוזיק און דער טעקסט פֿון די לידער געהערן צום ישׂראלדיקן פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר שלומי שאַבאַן; די צוגעפּאַסטע כאָרעאָגראַפֿיע איז פֿון יחזקאל לאַזאַראָוו.