די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די מעשׂה פֿון בלק, דער בייזער קיניג פֿון מואבֿ, וועלכער האָט געבעטן דעם מכשף בלעם צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. דער אייבערשטער האָט אָבער אַרײַנגעלייגט אין בלעמס מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. בלק האָט זיך דעמאָלט געגעבן אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, זיי זאָלן זינדיקן מיט די ייִדן און פֿאַרפֿירן זיי, בשעת־מעשׂה, צו דינען עבֿודה־זרה.
די ייִדן זענען געשטאַנען אויף אַזאַ הויכער מדרגה, אַז דער גרעסטער מכשף אין דער וועלט האָט נישט געקאָנט זיי ברענגען אַ היזק. דערפֿאַר, האָט בלק געוואָלט זיי קודם אַראָפּברענגען פֿונעם הויכן רוחניות אין דער וועלט פֿון גראָבע גשמיותדיקע תּאוות.
דער פּלאַן האָט טאַקע געפּועלט: אַ טייל ייִדן האָבן אָנגעהויבן דינען עבֿודה־זרה. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ גרויסע מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט נאָך דעם, ווי פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן, האָט דערהרגעט אַ ייִדישן מאַן און אַ מואבֿישע פֿרוי, וועלכע זענען געווען פֿאַרנומען אין יענעם מאָמענט מיט אינטימע באַציִונגען בפֿרהסיה.
הגם די מעשׂה קלינגט טאַקע גאַנץ ווילד, זענען ביידע דערהרגעטע געווען חשובֿע מענטשן, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים. דער מאַן, וועלכער האָט געהייסן זמרי, איז געווען דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, און די פֿרוי, כּזבי, איז געווען אַ פּריצעסין פֿון מדין און אַ טאָכטער פֿונעם קיניג בלק.
זמרי ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך גראָבן רשע, וועלכער האָט זיך נישט געשעמט צו פֿאָלגן זײַן תּאווה אָפֿענערהייט. להיפּוך, ווערט פּינחס באַטראַכט ווי אַ העלד, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן דאָס העלדישע קנאָות לשם־שמים. פֿאַר אַ פֿאַרקרימטן מענטש, וואָס טוט גאָר אַ שלעכטע זאַך, אָבער בעט פֿאַר דעם אַ שׂכר ווי פֿאַר אַ גרויסער מיצווה, זאָגט מען: "עושׂה מעשׂה זמרי ומבֿקש שׂכר כּפּינחס" — "ער טוט מעשׂה־זמרי און בעט דעם שׂכר פֿון פּינחס". דאָס הייסט, אַז פּינחס און זמרי זענען דער העלד און דער אַנטי־העלד פֿון דער מעשׂה — צוויי אינגאַנצן היפּוכדיקע פּערסאָנאַזשן.
דער איזשביצער רבי און אַ צאָל אַנדערע חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז די מעשׂה איז נישט אַזוי פּשוט "שוואַרץ און ווײַס". דער איזשביצער רבי טענהט אַפֿילו גאַנץ שאַרף, אַז די, וואָס האַלטן זמרי פֿאַר אַ פּשוטן גראָבן בעל־תּאווה, זענען "נאַראָנים־בני־נאַראָנים". על־פּי־קבלה, איז כּזבי געווען באַשערט פֿאַר זמרי פֿון ששת־ימי־בראשית. דעריבער, הגם ער איז געווען אַ באַשיידענער, אויסגעהאַלטענער מענטש, האָט אין זײַן האַרץ אויפֿגעפֿלאַקערט אַ גרויסער חשק, ווען ער האָט דערזען די מדינישע פּרינצעסין, וועלכע איז אויך געווען אַ באַשיידן מיידל, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, אָבער האָט במסירת־נפֿש געפֿאָלגט איר טאַטנס באַפֿעל צו גיין זינדיקן מיט ייִדן.
די חז״ל זאָגן, אַז ווען זמרי וואָלט דערהרגעט פּינחסן, וואָלט מען אים נישט פֿאַרמישפּט ווי אַ מערדער. סוף־כּל־סוף, הגם זמרי האָט זיך געפֿירט ווי אַ ווילדער בעל־תּאווה, האָט פּינחס זיך געפֿירט ווי אַן אַגרעסיווער קנאָי. פֿון זײַן זײַט, האָט פּינחס, ווי אַ גרויסער צדיק און אַ בעל־רוח־הקודש, געקאָנט פֿאַרשטיין דעם סוד, אַז זמרי און כּזבי זענען באַשערט פֿון הימל איינער פֿאַרן צווייטן. דערמאָלט וואָלט ער זיי, מסתּמא, געלאָזט צו רו.
אין אַזאַ פֿאַל, אָבער, וואָלט די מגפֿה אָנגעגאַנגען ווײַטער, ווײַל די אַנדערע ייִדן וואָלט, אפֿשר, פֿאַרשטאַנען, אַז יעדער מעג זיך אַזוי פֿירן, ווי דאָס דאָזיקע מיסטיש־פֿאַרליבטע פּאָרל. וואָס וואָלט געשען מיטן ייִדישן פֿאָלק, ווען די ייִדן וואָלטן זיך געבוקט צו עבֿודה־זרה צוליב זייערע תּאוות און דערצו געטראַכט, אַז אַזוי איז זיי באַשערט צו טאָן?
דער הויפּט־יסוד פֿון ייִדישקייט איז ייִחוד־השם. דער אייבערשטער איז דאָס אינערלעכע עצם פֿון אַלע מענטשלעכע נשמות און פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט. דער ג־טלעכער ייִחוד ווערט אַנטפּלעקט אינעם אַחדות און אין דער ברידערלעכער ליבע פֿון אַלע מענטשן. דער גאַנצער ענין פֿון עבֿודה־זרה איז די צעטיילונג פֿון דער וועלט אויף עטלעכע באַזונדערע רשותן. די אוראַלטע כּנענים האָבן געגלייבט, אַז זיי קאָנען ברענגען אַ טובֿה פֿאַרן אייגענעם פֿאָלק דורכן מקריבֿ זײַן אַ פֿרעמדן מענטש, און צומאָל אַפֿילו אַן אייגן קינד, לשם זייערע געטער. אַזאַ אידעאָלאָגיע איז אַוודאי דעסטרוקטיוו און רײַסט אונטער דעם סאַמע יסוד פֿון דער גאַנצער תּורה.
בלקס פּלאַן איז געווען בייז, אָבער זייער קלוג. ער האָט אויסגעמישט ליבשאַפֿט, אַן ענין פֿון אַחדות און חסד, מיט אַן אידעאָלאָגיע פֿון צעטיילונג און צעשטערונג. משה רבינו אַליין האָט חתונה געהאַט מיט אַ מדינישער פֿרוי, וועלכע האָט זיך מגייר געווען און, חלילה, נישט געדינט קיין עבֿודה־זרה. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט בלק זוכה געווען צו דעם, וואָס אַ גאַנצע סדרה אין דער הייליקער תּורה טראָגט זײַן נאָמען, ווײַל פֿון זײַנע אייניקלעך איז אַרויסגעקומען רות — די עלטער־באָבע פֿון דוד־המלך.
די פּראָבלעם איז דאָ געווען נישט דער אָפּשטאַם פֿון די פֿרויען און אַפֿילו נישט דער ווילדער כאַראַקטער פֿון דער מעשׂה, נאָר אַ קולט, וואָס באַטראַכט די וועלט ווי אַן אַרענע פֿון אייביקן קאַמף צווישן אָפּגעפֿרעמדטע כּוחות. דער רבמ״ם זאָגט בפֿירוש, אַז אַ פֿרעמדע פֿרוי, וואָס דינט נישט קיין עבֿודה־זרה, טאָר מען בשום־אופֿן נישט דערהרגענען אין אַזאַ סיטואַציע; נישט יעדע ווילדע און זינדיקע מעשׂה פֿאַרדינט אַ טויט־שטראָף אַפֿילו מצד דעם גרעסטן קנאָי.
ווי געזאָגט, איז זמרי געווען אַ באַשיידענער מאַן. דער פּלוצעמדיקער תּאווה־פֿײַער צו כּזבי איז געווען אַ חידוש פֿאַר אים אַליין. פּינחס איז געווען בעצם אַ שטילער רויִקער מענטש. ווען ער האָט דערזען דאָס זינדיקע פּאָרל, האָט אין זײַן האַרץ אויך אויפֿגעפֿלאַקערט אַ פֿרעמד געפֿיל — כּעס. אַנשטאָט צו באַטראַכטן די מעשׂה ווי געהעריק און צו פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון כּזביס באַשערטקייט צו זמרי, האָט ער אַרויסגענומען אַ שווערד און זיי ביידע דערהרגעט.
עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו באַטראַכטן די דאָזיקע מעשׂה פֿון אַ פּסיכאָאַנאַליטישער פּערספּערטיוו. מע קאָן זאָגן, אַז זמרי און פּינחס רעפּרעזענטירן די צוויי טרײַב־כּוחות פֿון דער מענטשלעכער פּסיכיק: "ליבידאָ" און "טאַנאַטאָס". דער כּוח פֿון צעשטערונג — "טאַנאַטאָס" — איז געווען באַרעכטיקט אינעם דאָזיקן פֿאַל, און האָט, פּאַראַדאָקסיש, אָפּגעשטעלט די גרעסערע צעשטערונג — די מגפֿה.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿאָריקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "במדבר" כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון פֿיזישע און גײַסטיקע וואַנדערונגען. די מעשׂה פֿון זמרי און פּינחסן פֿאָדערט אָבער אַ "שיקול־הדעת", אַן ערנסטן אַנאַליז, ווי עס באַטאָנט דער איזשביצער רבי. עס זענען פֿאַראַן גענוג פֿאַלן, ווען די מידה פֿון קנאָות ברענגט צעשטערונג און קאָן גופֿא פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ מין עבֿודה־זרה. אין יעדן פֿאַל, ווען עס טרעפֿן זיך די היפּוכדיקע כּוחות פֿון חסד און גבֿורה, "ליבידאָ און טאַנאַטאָס", מוז מען זיך אָפּגעבן אַן ערנסטן חשבון, ווי אַזוי צו טאָן באמת לשם־שמים.