אין דער קלעזמער־וועלט, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים אין די סוף 1970ער יאָרן, פֿאַרגעטערט מען צוויי קלאַרנעטיסטן פֿון דער אַלטער היים, דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן. די צוויי שפּילערס שטעלן מיט זיך פֿאָר דאָס בעסטע וואָס אַ מוזיקער קען דערגרייכן, שפּילנדיק אינעם טראַדיציאָנעלן נוסח. בראַנדווײַן האָט געשפּילט מיט אַ ווילדן, האַסטיקן סטיל, וואָס איז שווער נאָכצומאַכן, אַפֿילו פֿאַר די געניטסטע מוזיקער, אויב מע האָט נישט דעם טעמפּעראַמענט דערפֿאַר. טאַראַס האָט געשפּילט מער גלאַטיק, אָבער מיט אַלע קנייטשן פֿון אַן עכטן ייִדישלעכן סטיל.
נו, און וואָס וועגן די אַנדערע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן אין אַמעריקע, וועלכע האָבן געשפּילט אויף טויזנטער חתונות, ווען קלעזמער זענען נאָך געווען אין דער מאָדע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה? שמואלקע בעקערמאַן, האַלט מען אויף אַ ביסל אַ נידעריקערער מדרגה ווי טאַראַס און בראַנדווײַן, אָבער אויך פֿאַר אַן עכטן שפּילער. אין אונדזער צײַט האָט געשפּילט זײַן זון סיד בעקערמאַן, אַ פּאָסט־טרעגער בײַ טאָג, און מוזיקער אין די אָוונטן (אַגבֿ, האָט ער געשפּילט אויף מײַן חתונה).
פֿאַרן קלאַרנעטיסט פּאָל פּינקוס ז״ל האָט מען אויך געהאַט גרויס דרך־ארץ. וועגן פּינקוס האָט מיר דערציילט אַ טשיקאַווע מעשׂה נחום קויפֿמאַן, דער קלאַנג־ און ווידעאָ־אינזשיניער בײַ אונדז אין "פֿאָרווערטס". מע האָט אים אָנגעשטעלט צו שפּילן אַקאָרדעאָן אויף אַ ציגײַנערישער "לוויה" אין ניו־יאָרק. דער טויטער איז געלעגן אין קאַסטן און די ציגײַנער האָבן באַשטעלט אַ ייִדישע קאַפּעליע, זי זאָל שפּילן פֿריילעכע קלעזמער־שטיקלעך, כּדי "אויפֿצומונטערן" דעם מת — אַ שׂימחה! די ציגײַנער־עדה האָט שטענדיק באַשטעלט פּאָל פּינקוס, ער זאָל שפּילן אויף זײַן קלאַרנעט בײַ די געלעגנהייטן, און אים צוגעשטופּט אַלץ נאָענטער און נאָענטער צום טויטן.
עס זענען געווען אָבער צוויי מוזיקער אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען די פּאָפּולערקייט פֿון קלעזמער־מוזיק איז שוין געפֿאַלן, וואָס האָבן פֿון דעסטוועגן אויף זייער אייגענעם אופֿן אויפֿגעהאַלטן די טראַדיציע פֿון קלעזמער־מוזיק אין אַמעריקע אין דער שווערער צײַט. אויפֿן אָרט פֿון "שפּאַנישע", "טראָפּישע" אָדער אַנדערע מינים פּאָפּולערער מוזיק, וואָס איז געווען אין דער מאָדע דעמאָלט, האָבן זיי ווײַטער געשפּילט "פֿריילעכס", "בולגאַרס" און חסידישע ניגונים. איינער האָט געהייסן רודי טעפּעל, דער אַנדערער מאַרטי לעוויט.
רודי טעפּעל איז געבוירן געוואָרן אין 1917 אויף דער איסט־סײַד מיטן נאָמען האַרי טעפּליצקי. צו פֿינף יאָר האָט ער אָנגעהויבן צו שפּילן אויפֿן טרומייט, און צו זעקס יאָר — קלאַרנעט. אין יענער צײַט האָט אַ קאָנצערט פֿונעם חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט געקאָנט צוציִען טויזנטער צוהערער און כאָטש די ייִדן האָבן זיך גיך אַסימילירט, איז אַ גרויסער טייל פֿון דער ייִדישער קהילה נאָך געבליבן פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער טראַדיציע. צו פֿופֿצן יאָר האָט טעפּעל שוין געוווּסט, אַז מוזיק וועט זײַן זײַן לעבן, און ער האָט געשאַפֿן דעם "רודי אָרקעסטער". ער האָט ווײַטער שטודירט מיטן באַקאַנטן קלאַרנעטיסט סימעאָן בעליסאָן פֿון מאָסקווע.
צו ערשט, האָט רודי טעפּעל געשפּילט אין די דזשעז־אָרקעסטערס און "סווינג"־מוזיק, ווײַל צו זײַן אַ קלעזמער איז געווען די נידעריקסטע מדרגה פֿון דער מוזיק־פּראָפֿעסיע, ממש אַ באַליידיקונג. "ערנסטע" מוזיקער האָבן געשפּילט דזשעז, אין קלאַסישע מוזיק־אָרקעסטערס, אָדער אין טעאַטערס. טעפּעל האָט זיך אומגעקערט צו דער ייִדישער מוזיק, ווײַל ס׳איז אים שוין געוואָרן נימאס דאָס אַרומפֿאָרן און שפּילן איבערן לאַנד. דאָס לעבן פֿון אַ מוזיקער איז נישט קיין לײַכטס (לייענט, למשל, שלום־עליכמס "סטעמפּעניו").
די משפּחה־בראַנדווײַן, מיטן טרומייטער עדי בראַנדווײַן, און פּײַקלער מאָרי בראַנדווײַן, (אור־פּלימעניקס פֿון נפֿתּלי בראַנדווײַן) זענען געוואָרן זײַנע אָפֿטע מיטשפּילערס. איך האָב געהערט רעדן עדי בראַנדווײַן, שוין אַ ייִד אין די 80ער יאָרן, אויף אַ הזכּרה נאָך סיד בעקערמאַן. איין עפּיזאָד געדענק איך וואָס ער האָט דערציילט: נאָך דעם ווי נפֿתּלי האָט אָפּגעשפּילט אין אַ מאַנטיסעלאָ־קלוב אָדער האָטעל אין די קעטסקיל־בערג, שוין האַלבער נאַכט, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אין אַ דעליקאַטעסן און אָנגעהויבן צו שפּילן. נישט ווײַט זענען געווען ייִדישע זומער־קאָלאָניעס און מע האָט שוין דערקענט זײַן שפּילן און געקומען צו לויפֿן "נפֿתּלי רופֿט! נפֿתּלי רופֿט!"
רודי טעפּעל האָט זיך באַקענט מיטן פּיאַניסט דזשאָו קינג, אַ קאַפּעלמײַסטער, וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אין שפּילן אויף פֿרומע און חסידישע חתונות. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די פֿרומע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן אָנגעהויבן אימיגרירן קיין אַמעריקע, האָבן זיך גיך צעוואַקסן די געגנטן פֿון באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג און קראַון־הײַטס. רודי טעפּעלס אָרקעסטער, צוזאַמען מיט די אָרקעסטערס פֿון די ברידער עפּשטיין און מאַרטי לעוויטס אָרקעסטער, זענען געווען די אָנפֿירנדיקע קאַפּעליעס פֿאַר חסידישע חתונות פֿון די סוף 1950ער יאָרן ביז די 1980 יאָרן.
אויף טעפּעלס רעקאָרדירונג "חסידישע חתונה", פּראָדוצירט פֿון ב. סטאַמבלער, וואָס איז אַרויס אין 1962, הערט מען, ווי רײַך ס׳איז געווען דער חסידישער רעפּערטואַר בײַ אים. אין איין פּאָפּורי, קען מען הערן ניגונים פֿון די ליובאַוויטשער, סקולענער, מאָדזשיצער, וויזשניצער און סאַטמערער. אויך די מעלאָדיעס פֿון די חסידים אין מאה־שערים האָט ער געקענט.
דער קלאַרנעטיסט מאַרטי לעוויט איז געווען פֿון אַ ייִנגערן דור; ער איז געבוירן געוואָרן אין 1930ער יאָרן אין ניו־יאָרק. זײַן טאַטע און זיידע (ביידע מיטן נאָמען לעווינסקי) זענען געווען קלעזמאָרים. ווען מאַרטי איז נאָך נישט געווען קיין צוואַנציק יאָר אַלט, האָט ער שוין געשפּילט מיטן פֿידלער און קאַפּעלמײַסטער אייב שוואַרץ.
פּראָפֿ׳ יואל רובין האָט אינטערוויויִרט מאַרטי לעוויט אין 1990 וועגן זײַן לעבן, מוזיק און בפֿרט זײַן רעפּערטואַר. לעוויט האָט פֿאַרמאָגט אַ רײַכן רעפּערטואַר, וואָס די פּליטים פֿון פּוילן און רוסלאַנד האָבן געוואָלט הערן. דעריבער האָבן אַלע לאַנדסמאַנשאַפֿטן אים אָנגעשטעלט. די טאַנגאָס און וואַלצן וואָס יענע ייִדן האָבן ליב געהאַט, האָט ער אויך געקענט. דערצו האָט לעוויט געירשנט אַ ריזיקן רעפּערטואַר פֿון דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק פֿון זײַן טאַטן.
רודי טעפּעל און מאַרטי לעוויט זענען ביידע געשטאָרבן סוף 2007, אָנהייב 2008. זיי האָבן איבערגעלאָזט קינדער, קלעזמאָרים, וואָס גייען ווײַטער אָן מיט דער טראַדיציע. די אַלטע פּלאַטעס פֿון די צוויי קלאַרנעטסיטן האָט מען איבערגעמאַכט אויף קאָמפּאַקטלעך, און מע קען אויף ס׳נײַ אָפּשאַצן זייער בײַשטײַער צו דער אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיק.